עס איז פאר קיינעם נישט קיין סוד אז די בני יואל שטעלן זיך אהער מיט א פנים ווי נרדפים, זיי זענען נעבעך 10 יאר גערודפט געווארן על לא עול בכפם, פשוט ווייל זיי האבן געהאט מחשבות זרות, מען האט זיך אויפגעפירט מיט זיי ממש ווי אין רוסלאנד, ווער ס'איז נישט געגאנגען אין שפאן האט מען אפגערוימט פון וועג.
דאס איז אלעס וואס זיי קענען פארקויפן פאר אידן ביז 30 35 יאר, וואס זענען פאר צוואנציג יאר צוריק געווען אונטער די בר מצוה, ווייל דער מציאות איז געווען גאר אנדערש.
עס וואלט זיך באמת געפאדערט צו ווידמען א קאפיטל פון זייער טעראר בחיי רבינו יואל - ווייל ווען מען כאפט א בליק ווער עס זענען די ראשי (בעלי בתים) דארט, באגעגנט מען זיך גלייך מיט באקאנטע נעמען וואס זענען אמאל געווען די מושלים בכיפה, און פאר זייער ווארט האט יעדער געציטערט, און ביז דער ברך משה האט זיי נישט פארסטעמפלט אלס אינשי דלא מעלי (א טיטל וואס האט יעדער האט געטראכט אבער מורא געהאט ארויסצוברענגן אויף די ליפן) האבן זיי געטון אלעס כטוב בעיניהם - אבער למעשה די צייט ערלויבט נישט פאר קיין אריכות, וועט מען דאס דארפן איבערלאזן פאר אנדערע.
אבער וואס עס פאדערט זיך יא אויפצווויקלען עטליכע נקודות וואס האבן זיך אפגעשפילט אין די יארן צווישן תש"מ-תשמ"ט, די טעראר וואס די חברה האבן אויסגעטיילט פאר אלע וואס האבן נישט געקרוינט די רעבעצין אלס ממלא מקום, ובעיקר די טעראר וואס זיי האבן אפגעטון פאר רבינו שליט"א.
(איך דערמאן נאר עטליכע נקודות, און ווער עס האט צייט זאל עס ביטע אויסברייטערן)
אט די זעלבע א. ג. נרדפים:
* אונטערגעלייגט א לעכט ביי א אויפגעריסענע געז פייפ בבית רבינו שליט"א אין די נאכט פון א חתונה פון א קינד
* האבן געסטראשעט רבינו שליט"א בהוצאת שם רע על א' מבנותיו (באטאנענדיג אז זיי ווילן זיכער מאכן אז ס'וועט זיין אמת...)
* האבן כמ"פ ארגענעזירט - אין יענע ערשטע יארן - פראטעסטן קעגן די הויז פון רבינו שליט"א.
* האבן מיט פאליציי ארומגערינגלט בית רבינו הברך משה פרייטאג נאכמיטאג סטראשענדיג מיט ארעסט (ביי די טעוועלע פרשה)
ועוד ועוד
יעצט, ווען ס'איז געווען נתמלא סאסתם, און ס'איז נישט געווען מער אויסצוהאלטן פון זייער טעראר אין שטעטל, האט זיך אנגעהויבן א קאנטער אטאקע, און ווי פארשטענדליך אז זיי זענען געווען דאן גאר א מתי מספר, האט מען זיי אונטערגעדרוקט.
דאס אלעס האט זיך געצויגן ביז תשנ"ה תשנ"ו, וואס דאן איז פארהעלטנמעסיג געווארן שטיל, זה פונה לכרמו וזה לזיתו והכל על מקומו יבא בשלום.
למעשה האבן זיי זיך ווי באקאנט שנת תשס"ד זיך דערוועקט אז מען קען ווייטער מאכן צרות, און צוריק אריינגעשלעפט א איינגעשלאפענע קעיס פון די רעבעצין הויז אין קארט, וחסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, זיי האבן זיך געטראפן אן א דאך איבערן קאפ.
יעצט איז אזוי, אין די לעצטע האלבע יאר האבן די חברה צוריק אויפגעוועקט זייער שלעכטיקייט וואס זיי האבן נאך במקורם אין די בלוט פון זייערע עלטערן, און האבן זיך ווידער גענומען טעראריזירן דעם ציבור, והאחרון הכביד, די פארגאנגענע וואך זונטאג ווען זיי האבן איבערגעדרייט די שטאט, ווי צווילדעוועטע שווארצע.
ולא תימא אז מיר גייט אן דעם פראטעסט נעבן די גאס ווי רבינו שליט"א וואוינט, וואס האט געברענגט אז ער האט געדארפט אנטלויפן אזש ביז אריזאנא, ווייל אויב פאר רבינו שליט"א איז דאס נישט אנגעגאנגען גייט דאס מיר אויך נישט אן, דער רבי איז אימיונט צו די זאכן, זיין טאטע דער ברך משה האט שוין מעיד געווען אויף אים ברבים ביי א דרשה, "איך האב איינמאל געזען מיין זון וויינען אין די יארן וואס מען רודפ'ט אים, ווען מען האט אים פארברענט זיינע חידושי תורה", און באמת קען דאס יעדער מעיד זיין, אז במשך די יארן האט מען ביי איין זאך אים געקענט מצער זיין, ווען מען האט (פרובירט) מנתק געווען דעם קשר צווישן אים און זיין טאטן, חוץ דעם האבן די אנדערע זאכן אים נישט אינטערעסירט קיין כי הוא זה. דאס זענען מעיד אלע מקורבים
און כל מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אויך, אז ניטאמאל פאר די וועלט איז עס א בזיון, ווייל ממנ"פ, ווער עס איז אים מעריץ, גייט אים נישט אויפהערן מעריץ צו זיין וועגן א פאר אפגעריסענע מוסרים האבן באשלאסן צו פראטעסטירן (פארוואס מען צווינגט זיי צו גיין צו דין תורה) און ווער עס איז אים נישט מעריץ, האט זיך דאך ווייטער נישט געטוישט.
ממילא א שאדן פון דעם פראטעסט האבן זיך די בני יואל געברענגט נאר פאר זיך אליין, אז אויב איינער האט געקלערט אז נאך אזויפיל יאר איז שוין דא ביי זיי אביסל צוויליזאציע, ווערט ער געוואר אז נישט, וברם זכור "אותו האיש" וואס מאכט זיכער אז טאקע ווי א איד אין די וועלט זאל קענען זען וואסערע משוגעים זיי זענען, מיטן פארשפרייטן די ווידיאס.
אלזא, צוריק צום ענין, אויף היינט האבן די אינשי דלא מעלי פאררופן א פראטעסט ביים רבינ'ס הויז (אנטשולדיגט בונקער) אין וויליאמסבורג, ווילן מיר מודיע זיין פאר די חברה, עס איז דא א גלעזל, אויב ווארט עטץ ס'זאל זיך אנפילן, זאלט עטץ וויסן אז ס'וועט נישט טויגן, דעמאלט וועט מען שרייען הלמאי מען טעראריזירט!, אבער ראו הזהרנוכם, אויב וועט עטץ נישט באצייטנס אויפהערן, איז דא גענוג וועגן אויף צוריק, ס'איז א טו וועי סטריט.
תוקן על ידי וואלןסח ב- 09/06/2010 00:28:11