בית פורומים כל העולם כולו

מארגנדיגע נייעס: "ווילידש פאליציי" אפגעשפארט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2010 01:43 לינק ישיר 
מארגנדיגע נייעס: "ווילידש פאליציי" אפגעשפארט!

ווי איר האט מסתמא געזעהן איז פראקלאמירט געווארן ביי די שכינות'דיגע קינדער, אז "מ'מוז נעמען שריט" קעגן משה לייב וויטריאל, נאך וואס די פובליק סעיפטי ווערט אצינד באשטעטיגט אלס די אפיציעלע לאקאלע פאליס אין קרית יואל. (נישט אויף טרעפיק טיקעטס וכדו').

עס איז יעדן פארשטענדליך אז דער פאקט אז פאבליק סעפטי קען שוין - און האט טאקע ארעסטירט מענטשן וועלכע שטייען אין וועג, האט צושרויפט די בני יואלע אין קרית יואל.


ווי שטענדיג, זענען די זאלי'ס/בנ"י אין קר"י נישט פארלוירן אין אזא צייט, נאר מ'הייבט אן טוהן שריט.

די ערשטע געלונגענע שריט איז געווען, א נעכטיגע "מאסן פראטעסט" (מאסן איז נישט דאס ווארט) ביים הויז פון הרה"ח ר' אברהם וויעדער, ראש העיר, וואו די "מאסן" משוגעים האבן אויסגעשריגן "פאבליק סעיפטי נאו, סטעיט פאליס יע!" (נישט לאכן).

ווי פארשטענדליך האבן די פאליציי דארט - הערנדיג די געבעטן - אנגעהויבן טוהן צו די זאך... זיי זענען צוגעגאנגען צו משה לייב און אים געווארנט: פאבליק סעיפטי וועט נישט זיין מער קיין פאליציי!!!! (א אנוועזנדער זאגט אז עס איז געווען מיט א היבש שטרענגע טאן).

זעענדיג אבער אז די זאך דארף נאך א שטיקל שטופ, און דערווייל איז נאך וויטריאל במקומו, איז פארופן געווארן היינט א פרישע "מתנחלים אָנשטויס", אין וומ"ס, וואס לויט ווי די עקספערטן זאגן וועלן די סיטי פאליציי העכסט-ווארשיינליך תיכף מסדר זיין דעם וויטריאל, און אויף מארגן וועט וויטריאל זיין א פארגאנגענהייט.


פאלגט נאך מער אויספירליכע באריכטן מארגן אינדערפרי, אין די קינדער פארום.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 02:19 לינק ישיר 

יא יא 10 אזייגער האט די פאליס זיי געזאגט אז זאלן שוין זיין שטיל , ווערט נישט ווערט שוין ארעיסטירט
קיין פיפס האט מען נישט געהערט פין די גיבורים

10 דרייסיג האט מען זיי געהייסען אהיים גיין אין ווער נישט ווערט ארעסטירט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מארגנדיגע נייעס: "ווילידש פאליציי" אפגעשפארט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext