איך האב נעכטען זיך געטראפען און וומ"ס אויף 2 מינוט אין געזען די קולות וברקים וואס איז געווען אויף לי קארנער יוז איינער האט געשריגן צא טמא, גיי קיין ויזניץ, איינער האט געשריגן גיי ארויס פון בג"ץ, גיי קיין וואשינגטאן, נישט מיטאלטינדיג די לעצטע נייעס האב איך זיך אפ געשטעלט דארט אויף 2 מינוט (איף האף אז ס'איז נישטא קיין בילדער פון מיר) און געפרעגט א בחור'ל וואס גייט פאר?
דערציילט ער מיר א גאנצע מעשה מיט טרעפ פון די רעבעצינ'ס הויז האט דוד עקעלשטיין (כלשונו) אראפ גענומען וכו' וכו' ווי איך האב שוין געזען דא יעצט די לעצטע פאר שעה
וויל איך אבער פארשטיין וואס האט פאסירט פלוצלינג? ווען מ'האט פארמאכט דאס ביהמ"ד האט קיינער נישט פראטעסטירט, ווען מ'האט ארויס גענומען 5 ספרי תורה לרחובה של עיר האט קיינער נישט פראטעסטירט, איז וואס איז יעצט געשען על מה כל הרעש הזה? ועל מה יצא הקצף? וואס איז געשען א' קרח וואס האט ארויס געברענגט דעם עולם (?) אין די גאסן?
בלי שום ספק, די זאליס/בנ"י זענען לעצטנס זייער אנגעזעצט וועגען דעי פראטעסט און אנדערע זאכען און ווען זיי זענען אנגעזעצט גייט במילא די גאנצע תורה אראפ אין סעפטיק און זייער חאזעריי קומט ארויף אין קאפ
נישטא וואס צו טון, מדארף ווארטן ביז זיי וועלן האבן א נייע סעפטיק און פארטיג
בחצר, ווען א ירא שמים גייט צו דין תורה ווי א איד, און ער פארלירט די די"ת, איז ער מקבל דעם פסק דין, און ער איז פרייליך אז ער פאלגט וואס שטייט אין די הייליגע תורה.
כל שכן וכ"ש ווען דאס געריכט נעמט צו פון דעם הולך בערכאות דאס וואס ער האט שוין יא געהאט, וועט דער רשע אויסגיין פון צער פארוואס ער האט זיך אליין געשאסן אין פיס.