בית פורומים כל העולם כולו

איך האב זיך געשעמט - איך האב געפלאמט פאר בושה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/6/2010 15:38 לינק ישיר 
איך האב זיך געשעמט - איך האב געפלאמט פאר בושה

געווענליך קויף איך דעם "בלאט" – נישט ווייל איך בין מער נוטה צו די אהרונים – וויא צו די זאליס, נאר לדעתי איז דאס מיר על כל פנים אינטערעסאנטער – און וויפל קען איך דען אנייאגן צו ליינען?

וועגן די לעצטע געשענישן, האב איך די וואך געקויפט אויכעט דעם "איד", למעשה וואס איך זעה ביי ביידע צייטונגען, ביידע גייען מיטן רבש"ע – ביידע ברענגען די זעלבע מדרשים, ביידע זעהן אויף זיך "משה אמת ותורתו אמת" – און דער צווייטער צד "קרח ועדתו".

נאכמער וואס איך זעה – ביידע זענען געהל – עקלאהפטיג, כמעט נישט אריין צו נעמען אין שטוב.

איך בין זייער נאנט אידאלאגיש צו סאטמאר, איך בין אבער נישט עמטליך א סאטמאר חסיד, עס טוט מיר זייער ווייא וואס עס גייט פאר די לעצטע יאהרן ביים (אמאליגן) ריקן ביין פונעם יהדות החרדית אין אמעריקע.

"הזאת נעמי"

וואס וועט זיין ווייטער, אוואהו א אין גייט דאס, דאס דארפן מיר געבן אונזערע קינדער?

ווער איז שילדיג אין דעם אלעס? ס'איז נישט מיין געשעפט, איך קען גאר נישט אויף טאהן, איך ווייס נישט ווער עס קען יא, אבער אזוי וויא דאס איז יעצט, קען דאס מער נישט גיין.

דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2010 20:42 לינק ישיר 

וואס זאל איך דיר זאגן?, ביסט א געזינט קעלבל!!!
און דו טארסט טאקע נישט ליינען נישט דעם בלאט
און נישט דעם איד, עס דערמאנט מיך מיך פון דעם
גולם וואס האב געפרעגט ביים פרעזידענט דיבעיט
מיט דמעות שליש WHY CAN'T WE ALL GET ALONG?
זאג מיר, וואטס יור פראבלעם? געט טו דע פוינט!
וואס שטעכט דיך, וואס טיט דיר וויי, געב דיך ארויס
וועט דיר לייכטער ווערן.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2010 23:25 לינק ישיר 
יענקעלע - ישפטו הצופים

דער עולם איז נישט גולם, אויב דיר ווייטיגט נישט דער מצב, מיז איך זאגן אז דו ביזט אקלויזענבורגער, אדרבה לאזמיר פרעגן דעם עולם דא זייער מיינוג

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2010 23:47 לינק ישיר 

גערעכט, ביזט גערעכט
איך האב אויך געליינט ביידע צייטונגען, און עס איז געשריבען אויף זייערא  נישט פראפפעסיאנאל / איידעלע / שרייבערישע שפראך, ביידע מעגן זיך אביסל צולערנען, איך בין זיכער אז ביידע זייטן האלטן אזוי.
דאס האט געוויזען אז קיינער פון די צוויי זייטן האבען א קנאפען כח המעצר ווען מען האט א פארלוסט / געווינס

דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/6/2010 00:10 לינק ישיר 
איך בין געווען שטאלץ, איך האב געפלאמט פאר הנאה

גערעכט, עס איז שטארק מערקבאר אז דו ביסט נישט קיין ליגנער, און עס איז וואהר אז דו ליינסט געווענטליך נאר דער בלאט און נישט דער איד.

און די הוכחה איז, ווייל דו האסט זיך יעצט אויפגעוועקט.

אין דער איד קענסטו ליינען וואך איין וואך אויס די זעלבע שמוציגע תורות וואס דו האסט יעצט געליינט! דאס איז נישט געווען קיין צופאל די וואך.

און יעצט אז דער בלאט האט רעאגירט - מיט אומ-געווענליכע ארטיקלען - צו די אומ-געוונליכע אומנארמאלע ערשיינונגען פון די לעצטע טעג, טוב ויפה עשו, ארויסצוברענגען דעם ריכטיגן באדייט פון די אנשי הסעפטיק.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 00:23 לינק ישיר 

פייוו, ביידע זענען די וואך געוועהן אזויווי דעם געניצטן סוער - טאנק.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 04:20 לינק ישיר 

די ביסט "גערעכט" איך האב זיך אויך זייער שטארק געשעמט מיט דער בלאט די וואך אזוי ווייניג צו שרייבן ס"ה15 עמודים? וואס וואלט דער איד געטוהן און אזא צייט קודם א עקסטערע ביילאגע פון 50 זייטן אין דערנאך אנגעקלעבט די שטאט מיט בילדער און דער בלאט אזוי שוואך צו זיין שמעאן יוא ממש בושות

און צו דיר פייו פראביר זיך נישט צו לאזן פון דעם זאלי ליגענער וואס שפילט תולדות הארון נוטראלער דער איז א אמעריקאנער וואס ליינט נאר דעם איד אין דריידט זיך ביי דע קרעציגע קוק גוט אויף די שעות ווען ער שרייבט ארטיקלען (כאטש לעצטענס געט ער זיך מער אכטונג) וועסטו זהען אז דער איז א תושב דא אין אמעריקא

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2010 12:47 לינק ישיר 
ניט אמאהל ווערד א תגובה

הולך_לבגץ כתב:

תוקן על ידי גערעכט ב- 14/06/2010 12:48:55

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 18:00 לינק ישיר 

גערעכט - זאג אויס דעם אמת, דיר האט ביטערליך וויי געטון די ארטיקלעך אין בלאט, מיט דעם איד האסטו זיך באלעקט.

אגב, איך דערמאן זיך ווען עס אנגעקומען אהער דער נס להתנוסס מיט'ן אמיתת פסק בית דין, עס האט אויסגעזעהן דעמאלט'ס ווי ביידע גייען מיטן רבש"ע, אבער "איך האב זיך זייער געשעמט, מיין פנים האט געפלאמט פאר בושה."

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 18:33 לינק ישיר 

גערעכט, איך האב דיך איינמאל געפרעגט און איך וועל דיך פרעגן נאכאמאל,
וואס איז דיין פראבלעם?, וועלעכער פרט איז גורם דיין פלאמעדיגער פנים?
וואס האט דיך אזוי געקעלט? איך האב גראדע הנאה געהאט פון בלאט, מען דארף
מגלה זיין פרצופם האמיתי, מען דארף אויסטוהן די זיידענע הענטשיך, מען דארף
סטאפן צו שפילן נייס, און גלייב מיר בנאמנות אז ס'ארבייט זייער גיט, איך בין מעורב
בין הבריות, איך הער די מיינונג פון די אאוטסייד וועלט, און די בני יואל/זאלי סטאקס
איז מעכטיג געפאלן זייט דער בלאט שרייבט אפן,

אגב שעפסטו נישט נחת אז די נארישע זאליס האבן זיך צוגעשטעלט צו די בני יואל,
פראסקאך-פראסקי, פליקאך-פליקי, פאטשאך-פאטשי, און וואס איז דער פועל יוצא
דערפון, אז ווען די בני יואל כאפן א פראסק, איז דאס א נקמה אין די זאליס, א נחת!!!

על כל פנים, ווי לאנג די שרייבסט נישט גענוי וואס דיין ווייטאג איז, און וועלעכער פוינט
ווייטאגט דיך אזוי איז מיט דיר נישטא וואס צו רעדן. סתם בלענק פילינגס איז הבל הבלים.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2010 19:30 לינק ישיר 
צמח'ל האט אויס געשפראצט - א ווילדע שפראצינג

צמח_דוד כתב:

גערעכט - זאג אויס דעם אמת, דיר האט ביטערליך וויי געטון די ארטיקלעך אין בלאט, מיט דעם איד האסטו זיך באלעקט.

אגב, איך דערמאן זיך ווען עס אנגעקומען אהער דער נס להתנוסס מיט'ן אמיתת פסק בית דין, עס האט אויסגעזעהן דעמאלט'ס ווי ביידע גייען מיטן רבש"ע, אבער "איך האב זיך זייער געשעמט, מיין פנים האט געפלאמט פאר בושה."

ווילסטו פארדרייען דעם נושא? איך האלט נישט דערביי לעת עתה.

איך זעה צמח'ל טייערער, אז מיין ניק רעגט דיר זייער אויף, נישט משנה וואס איך שרייב, און ווען איך שרייב, שפראצט'סטו ארויס וויא ווילדע גראז, זאל איך טוישען מיין ניק?

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 19:45 לינק ישיר 
יענקלע, דו בעט'זיך אזוי שיין, וועל איך דיר צוליב טוען

יענקעלע11 כתב:
גערעכט, איך האב דיך איינמאל געפרעגט און איך וועל דיך פרעגן נאכאמאל,
וואס איז דיין פראבלעם?, וועלעכער פרט איז גורם דיין פלאמעדיגער פנים?
וואס האט דיך אזוי געקעלט? איך האב גראדע הנאה געהאט פון בלאט, מען דארף
מגלה זיין פרצופם האמיתי, מען דארף אויסטוהן די זיידענע הענטשיך, מען דארף
סטאפן צו שפילן נייס, און גלייב מיר בנאמנות אז ס'ארבייט זייער גיט, איך בין מעורב
בין הבריות, איך הער די מיינונג פון די אאוטסייד וועלט, און די בני יואל/זאלי סטאקס
איז מעכטיג געפאלן זייט דער בלאט שרייבט אפן,

יענקעלע טייערער, איך האב זיך געשעמט פאר מיינע קינדער, וואס איך ברענג אריין אין שטוב, נישט אלעס וואס "עס ארבעט זייער גוט" דארפן די צאן קדשים מיטהאלטן - איך האב קיין פראבלעם ווען די אלע שרייבעכצער, וואלט געוועהן פאר זיך - אין א קונטרס / ביכל א.ד.ג. אבער נישט אין העמטליכן צייטונג - וואס איך שטאלציר מיט דעם אז עס איז ריין, - רייט עס קען זיין אז דו סטאקס פון די זאליס/בני יואל זענען געפאלן, אבער אינדערמיט זענען דא נאך וואס קענען פאלן - אויף לשון קודש זאגט מען דאס "עוד ניצחון כזה ואבדנו".

אגב שעפסטו נישט נחת אז די נארישע זאליס האבן זיך צוגעשטעלט צו די בני יואל,
פראסקאך-פראסקי, פליקאך-פליקי, פאטשאך-פאטשי, און וואס איז דער פועל יוצא
דערפון, אז ווען די בני יואל כאפן א פראסק, איז דאס א נקמה אין די זאליס, א נחת!!!

עס איז ידוע אז די זאליס אנענגערס, זענען קיינמאהל קיין חסידים פון ברך משה נישט געוועהן, נאר די פארקערטע פון דעם, די זאליס מיט די בני יואל גייען מיטן גאנג "מיין שונא'ס שונא....", בכל אופן וויא אויוון דערמאנט - "עוד ניצחון כזה ואבדנו"

על כל פנים, ווי לאנג די שרייבסט נישט גענוי וואס דיין ווייטאג איז, און וועלעכער פוינט
ווייטאגט דיך אזוי איז מיט דיר נישטא וואס צו רעדן. סתם בלענק פילינגס איז הבל הבלים.

אויב דו האסט נישט פארשטאנען מיין ווייטאג, קען זיין אז עס פעלט אין מיין הסברה / אדער אין דיין IQ, וועגן דעם אבער - ווערט דאס נישט קיין הבל הבלים.

תוקן על ידי גערעכט ב- 14/06/2010 19:56:29

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 20:32 לינק ישיר 

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2795041&whichpage=&forum_id=16386#R_4

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 03:38 לינק ישיר 

גערעכט, איך האב דיך איינמאל געפרעגט און איך וועל דיך פרעגן נאכאמאל,
וואס איז דיין פראבלעם?, וועלעכער פרט איז גורם דיין פלאמעדיגער פנים?
וואס האט דיך אזוי געקעלט? איך האב גראדע הנאה געהאט פון בלאט, מען דארף
מגלה זיין פרצופם האמיתי, מען דארף אויסטוהן די זיידענע הענטשיך, מען דארף
סטאפן צו שפילן נייס, און גלייב מיר בנאמנות אז ס'ארבייט זייער גיט, איך בין מעורב
בין הבריות, איך הער די מיינונג פון די אאוטסייד וועלט, און די בני יואל/זאלי סטאקס
איז מעכטיג געפאלן זייט דער בלאט שרייבט אפן,

יענקעלע טייערער, איך האב זיך געשעמט פאר מיינע קינדער, וואס איך ברענג אריין אין שטוב, נישט אלעס וואס "עס ארבעט זייער גוט" דארפן די צאן קדשים מיטהאלטן - איך האב קיין פראבלעם ווען די אלע שרייבעכצער, וואלט געוועהן פאר זיך - אין א קונטרס / ביכל א.ד.ג. אבער נישט אין העמטליכן צייטונג - וואס איך שטאלציר מיט דעם אז עס איז ריין, - רייט עס קען זיין אז דו סטאקס פון די זאליס/בני יואל זענען געפאלן, אבער אינדערמיט זענען דא נאך וואס קענען פאלן - אויף לשון קודש זאגט מען דאס "עוד ניצחון כזה ואבדנו".

גערעכט, מעגסט דיך טאקע שעמען!, אויב האסטו געלאזט דיינע קינדער ליינען דעם איד און אפילו דעם בלאט ביז היינט, מעגסטו דיך טאקע שעמען, די צייטונגען זענען נישט פאר קיין בחור'מליך, אפגעזען צו זיי שרייבן פון סעפטיק טענק צו פון אבאמא, מיין בחור זאל זיין געזונט לערנט אין ישיבה הק' היכל התורה, און דארט איז פארבאטן צו נעמען אין די האנט סיי וואס פאר א צייטונג, און אויב האסטו ערשט אצינד אנדעקט אז די צייטונגען זענען שעדליך פאר די קינדער ביסטו אין א גרויספראבלעם.

אגב שעפסטו נישט נחת אז די נארישע זאליס האבן זיך צוגעשטעלט צו די בני יואל,
פראסקאך-פראסקי, פליקאך-פליקי, פאטשאך-פאטשי, און וואס איז דער פועל יוצא
דערפון, אז ווען די בני יואל כאפן א פראסק, איז דאס א נקמה אין די זאליס, א נחת!!!

עס איז ידוע אז די זאליס אנענגערס, זענען קיינמאהל קיין חסידים פון ברך משה נישט געוועהן, נאר די פארקערטע פון דעם, די זאליס מיט די בני יואל גייען מיטן גאנג "מיין שונא'ס שונא....", בכל אופן וויא אויוון דערמאנט - "עוד ניצחון כזה ואבדנו"

וועמען מיינסטו?, יאנקל בערקאוויטש?, בנימין הירש? נפתלי גרינפעלד?, אברהם מאיר רייך?, חיים שלמה ווערטהיימער? שמשון גאלד?, וועמען מיינסטו?, איך קען דיר אויסרעכענען צענדליגע זאליס וואס דער נאמען בני יואל האט זיי געהעכערט דעם בלוט דרוק, ס'האט זיי געקעלט,  זיי האבן זיך געשאלטן איינער דעם אנדערן, און יעצט איז אלעס איין טאפ, און די בני יואל דארעכפאל איז זייער פערעזענדליכע דארעכפאל לשמחתינו הרם, וואס פאר א שווארץ יאר האבן די זאליס מיט די קרעטשמע?, וואס האבן זיי דארט איינגעלייגט?, אבער ווי דו שרייבסט מיין שונא'ס שונא... על כן שרייבן מיר מיין שונא'ס פריינט האט היינט צוטאג אויך געכאפט א מעכטיגן שאס, כא כא כא....  

על כל פנים, ווי לאנג די שרייבסט נישט גענוי וואס דיין ווייטאג איז, און וועלעכער פוינט
ווייטאגט דיך אזוי איז מיט דיר נישטא וואס צו רעדן. סתם בלענק פילינגס איז הבל הבלים.

אויב דו האסט נישט פארשטאנען מיין ווייטאג, קען זיין אז עס פעלט אין מיין הסברה / אדער אין דיין IQ, וועגן דעם אבער - ווערט דאס נישט קיין הבל הבלים.

גלייב מיר, נישט נאר פארשטיי איך דיין ווייטאג, נאר איך האב מיט דיר מיטלייד, און אלץ עצה טובה זאג איך דיר, געוויין דיך צו דערצו, אז די תורה זאגט והיא לא תצלח, איז דאס חי וקים, די קרעפלעך וואס דער איד פארקויפט ענק, וועט אייך קיין סאך נישט העלפן, אויסער אז איר זענט טאקע אויסגעשפראכענע קעלבלעך, וויאזוי שרייבסטו? עוד נצחון כזה ואבדנו!!! איי ווי ריכטיג, ס'איז אמת ויציב, גיי אריין אין ראדני און שריי דאס אויס פאר ענקער הנהלה, עוד ניצחון כזה ואבדנו!!!!!!!!.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/06/2010 03:49:42

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 03:41 לינק ישיר 

יענקעלע פארגעס  נישט שמשון יאנקל גאלד איז ארויס געפארן ביי די ספרי תורות צירקוס

דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/6/2010 23:02 לינק ישיר 
יענקעלעעעעעעעעעעעעעעעעעעע

???????????????????????????????????????????????????????????????????????

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@@

אזוי וויא דו זאגסט יאנקעלע, מען דארף באהלטן דעם "איד" מיטן "בלאט", אין א פארמאכטן סייף, די קינדער זאלן נישט צוקומען צו דעם

תוקן על ידי גערעכט ב- 15/06/2010 23:03:53

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איך האב זיך געשעמט - איך האב געפלאמט פאר בושה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext