שומו שמים, ראב"ד ירושלים אטאקירט!
די ציוניסטישע אכזריים שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט, די העצעריי קעגן די חרדים האט זיך לעצטנס אויסטערליש פארשטארקט, און דערין איז אריינגערעכנט אן אפענער קאמף פון די ארכעאלאגן קעגן קברי ישראל. אויב ביז היינט האבן זיי זיך נאך געשעמט אויסצורייסן בפירוש אידישע קברים גייען זיי היינט מיט די שוידערליכע ארבעט בריש גלי.
נעכטן האבן זיי נאך מוסיף געווען חטא על פשע ווען זיי האבן אויפגענומען מיט סאדיסטישער אכזריות די הונדערטער מוחים וועלכע זענען געקומען קיין יפו אויסצודרוקן אונזער אלוועלטליכער וויי געשריי קעגן די רשעות'דיגע מעשים פון די ציוניסטישע מדינה, און צווישן אנדערן זענען זיי מיאוס באפאלן אויך הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א, דער ירושלימ'ער ראש בית דין, וועלכער האט געדארפט צוקומען צו מעדיצינישער הילף!
|
|