מזל טוב מקודשת! זעקסטע חופה ברשות מרא דאתרא אין בני יואל זאל!
יעצט געוועהן די זי זעקסטע חופה אין בני יואל זאל מסדר קדושין איז געוועהן ר' משה יודל מייזלס ער איז געוועהן א שליח ברשות די מרא דאתרא שליט"א.
נשלח ב-15/6/2010 07:13
וואס איז פשט אז די בני יואל האט יעצט יא געלאזט שליח? (אויב ס'איז אמת)
נשלח ב-15/6/2010 18:27
א פרישע זעץ פאר די בעלי עבירה
די פאקטען זענען קלאר נאכען איבערגיין די גאנצע השתלשלות
אנגעהויבן האט זיך עס ווען אייןס פין שוואגער'ס א גרויסער ת''ח האט קלאר געשטעלט אז ע''פ דין תורתינו הק' טאר מען זיך נישט באטייליגען ביי די חתונה אין ער גייט זיך אויך נישט באטייליגען אויב גייט עס זיין שלא ברשות
גלייך האט מען אנגעהויבן לייגען דרוק דורך די שוויגער לאוי''ט אויף דעם שוואגער דער שוואגער האט אבער קלאר גשעטעלט איבער וואס מען שפילט זיך דא ליידער אין די איינציגסטע זאך וואס שטיפט זיי אין בלויז די שנאה פין די אבי הכלה וואס איז גרייט מפקיר צו זיין זיין אייגען טאכטער ביום חופתה פאר אביסל שנאה אין אייגערעדטע ניצחון
דא האט שוין די שוויגער/מאמע אויך אנגעהויבן פארפירן פארוואס לא יהא אז זיי האבען גיטע טענות, פארוואס זאל מען גיין דעם וועג אויב מ'קען עס אויסמיידען, דער אבי הכלה האט אבער פארשטייט זיך נישט געוואלט הערן דערפון דער אבי החתן האט געזעהן וואס דא גייט געשעהן האט ער שטולערהייט געשיקט דעם שוואגער הרה''ג שליט''א צו כ''ק מ'סאטאמר שליט''א צו מכבד זיין מיט סידו''ק אין סאטמערע רבי האט מכבד געווען הג''ר משה יודא מייזעלס ב''ר נתן יוסף ז''ל אב''ד א''ש, צווישען אנדערע איז ער אויך די בוחן כללי אין די סאטמערע ישיבה קטנות אין וומ''ס - א קרוב משפחה (עס איז כדי צו באמערקן אז אפי' די זאלי'ס וואס מאכען חתונה אין בית רחל פאראדייס, גייען ע''פ רוב נישט אליין מכבד זיין מיט סידו''ק ציליב זייער פארביסענקייט נאר שיקען א שליח) אגב, כ''ק מסאטמאר שליט''א פלעגט מכבד זיין, זיין פאטער ר' נתן יוסף ז''ל אין בית רחל פאראדייס ביי אלע זיינע אייניקלעך, קרובים אין מעריצים, ווי ר' נתן יוסף איז געווען אנוועזנד. דער אבי החתן האט נאר געבעטן דעם שוואגער אז די גאס זאל נישט וויסען ווייל ער דארף נישט די טעראר ווי משפחת מאיער אדער משפחת שווארץ, אבער פין די אנדערע זייט האבען די ארוינם אים נישט געמיטשעט מער וויסענדיג אז 'דיך זאך איז מסודר' וחסידים ברנה יגילו די משפחת אבי הכלה איז דערפון געוואר געווארען קורץ בעפאר די חתונה, זיי זענען זייער ווילד געווארען, אבער האבען שוין נישט געוואלט/געקענט גארנישט טוהן אין ר' משה יודל איז טאקע געווען מסדר קדושין בשטו''מ, זאל דער אייבישטער באקליקען די ניי פאר פאלק
עס פארשטייט זיך די ווייטוג פין די זאלי'ס אין בני זאלי'ס וואס זייער גאנצער צול איז נעבעך אז מ'זאל ניצן זיין אייגענע קינדער ''יענעם צו מסדר זיין'' ביום חופתם, דורך וואינען ''אן קיין כשר'ע קדושין ה''י'' פילן זיך דא זייער ציבאלט אין זייערע ספינס וואקסען ווי אויפן בוים ס''ה האט קהל וועלכע אנגעהויבן די מערכה - טראץ אלס פאליטיק וואלט זיך ענדערש געלוינט צו לאזען די זאך לויפן אין זיי איגנארירן האט אבער הגאון דער דיין שליט''א הממונה על העיר ע''י המיסד זי''ע געהאלטן אז מ'שפילט זיך דא מיט זייער הארבע איסורים וואס קען אפעקטירן דורי דורות ר''ל, אין וועגן דעם ארבעטן לעצטענס די עסקנים אויף דעם מהלך, וויבאלד להלכה מעג מען אפשר חתונה מאכען אין דעם זאל ווען נישט די פראבלעם פין פסול'ע קדושין, אין דערווייל האט עס ביי יעדן געארבעט ווען די מחטיאים פראבירן מיט אלע כוחות צו שטערן אין טעראזירן
די ס''ה ווי מ'האלט יעצט זענען געבוקט געווארען נאר 7 חתונות אין דעם זאל די ערשטע 3 חתונות דורך 3 פורצי גדר, וו די מסדרים זענען געווען טאקע די 3 וועלכע האבען נאך געוואלט אינטערברענגן די הייליגע שטאט בחיים חייתו פין רביה''ק בעל ברך משה ז''ל, אין געפירט שמיציגע אין רשעות'דיגע מערכות קעגן אים וואס האט אריינגערעכט מסירות אין וואס נישט ר''ל, דאס זענען הרב מארגענשטערן הרב טענטנבוים אין הרב זלמן לייב טייטלבוים, אין פאר די דארט אין ווייטער איז געווען ווי פאלגענד מאיער - זענען זיי געוואר געווארען אז ער האט מכבד געווען כדת תורתינו הק' האבען זיי אים אפגעזאגט א קורצע צייט פאר די חתונה - ווייל ער איז נישט נאכגעקועמן די עיקר ציל ר''ל, אין די חתונה איז טאקע געווען אין מאנסי סאקס - האט מכבד געווען דער מרא דאתרא, אין ער האט זיי נישט פארציילט ביז ממש פאר די חתונה אז ס'איז ברשות, אין הג''ר שמואל דוד סאקס א ברודער פונעם אבי החתן איז געווען מסדר קדושין בשליחות המרא דאתרא שווארץ - האט מכבד געווען דעם מרא דתרא, אבער די בעלי שנאה ותאווה האבען זיך בעסער באווערענט ווי ביי סאקס אין נאכען האבען דעם 'דורךפאל' ביי סאקס, האבן זיי די לעצטע מיניט געלאזט וויסען פאר'ן אבי החתן אז ''ער ווער ס'איז מכובד געווארען פין זיי קען נישט זיין'' אין זיי 'מוזן' נעמען טענעבוים (פארשטייט זיך אז די 'אבי החתן' האט אים קיינמאל נישט מכבד געווען פין פריער, אזא פנים האט דארט אלעס ובתוכם די רבנים) אין יעצט ביי זילבערשטיין ווי זיי זענען די לעצטע מיניט געוואר געווארען אין שוין נישט גארנישט געקענט טוהן (אלעס אדאנק ווייל מ'האט נישט גערעדט)
למעשה ווי נידריג עס זאל זיך נאר נישט הערן, איז די גאנצע ציל פין די זאל, צו צייגען אין ווייזען אין מסדר זיין, אין אויב איינער פרעגט רשות צייגט מען אים ''בדרכי נועם'' כדרכם אז דא קען מען נישט טוהן וואס מ'וויל
עס גייט נאך זיין אסאך נייעס, אבער דערווייל האלט עס נאר ביי 4 משפחות ב''ה, אין די 4 האבען נאך אויב א ברירה זיך צו בארכענען דורך איבערמאכען די קדושין אין זיך נישט שפילן מיט זייערע אייגענע דורות
תוקן על ידי היראים ב- 15/06/2010 19:00:42
נשלח ב-16/6/2010 02:02
אפשר פארשטיי איך נישט צו די ענינים, קען מיר אפשר איינער מסביר זיין:
:
ביים עירוב פרשה האבען חסידי מהר"א פראקאלאמירט דעת רבם, אז מ'טאר נישט נאכשרייען יודען וואס פירען זיך כפי די הוראות פין זייערע רבנים. וויל איך פארשטיין מאי שנא סידו"ק וואס די בנ"י (אין חסידי מהרז"ל) פירען זיך כדעת רבני קהילתם? צד מהר"א זענען מסביר אז דער אגלי דבש איז דער דיין דמתא ממילא איז זיין פסק בינדענד. קודם כל האט דער אג"ד קיינמאל נישט גע'פסק'נט אז די קידושין איז נישט חל, אין אודאי נישט געהייסען נאכשרייען און פייניגען יונגעלייט און זייערע ווייבער. ס"ה איז ער מעתיק א דבר"י (וכפי דעת האג"ד גייט דאס אן אין קרית יואל) אז די פאר זאל נישט וואוינען אינאיינעם ווילאנג מ'מאכט נישט איבער די קידושין אין קהל דארף זעהן דאס אויסצופירען. אבער ח"ו פייניגען, נאכשרייען, ווארפען פאשקעווילען א.ד.ג. אויף יודען וואס כפי ראות עיני פירען זיך כדעת רבני קהילתם אז דער דבר"י גייט נישט אן ביי דעם פאל, אין אזוי אויך האלטען זיי אז דעת האג"ד איז נישט בינדענד אויף דער גאנצער שטאט. איך פארשטיי אז צד חסידי מהר"א האבען די רעכט צו האלטען עקסטרעם פארקערט, אבער נאכשרייען ווי אויבען דערמאנט?
1) ביים עירוב איז ניטאמאל דא א הוראה פון רבי'ן ז"ל, בלויז א קבלה. אזא זאך קען מען נישט אוריפצווינגען אויף א צוויטן.
2) ביים עירוב זענען מתיר רבנים וועלכע האבן נישט קיין "אגענדע", זיי האלטן אז ס'איז מותר ווייל אזוי זעען זיי די זאך. ביי סידו"ק האלט יעדער "אגענדע-ריינער" רב אז ס'איז אסור. אויב מיינסטו די פסק פון די מסלפים ומגלי פנים בתורה שלא כהלכה, דאן ברויכן מיר איבערגיין זייער "דעת-תורה-היסטאריע" פון די לעצטע צען יאר ואכמ"ל.
3) קרית יואל שאני. ווען דער מרא דאתרא אין קרית יואל זאל ווען האלטן אז יענער עירוב איז אסור, וואלט קיינער אין דעם שטאט נישט געטארט טראגן. קרית יואל איז נישט וויליאמסבורג, און איז נישט געבויט געווארן פאר א קהילות-פארזאמלונג- ארט, קרית יואל האט דער דברי יואל זי"ע געבויט בדם לבבו פאר זיך און פאר סאטמאר, וועלכע איז נמשך געווארן בירושה פארן ברך משה זי"ע און היינט דורך רבינו שליט"א. (משא"כ וויליאמסבורג, און טאקע היינו טעמא פארוואס די רבי האט נישט געוואלט מאכן א עירוב אין וומ"ס! ווייל ס'איז נישט אונטער קיינעם'ס בעלות, און לפי דעת המסלפים ברויך מען טאקע שרייען "שבת" אין קרית יואל אויך...)
<Anyone who comes Brshis (Brishes...) the Savlen (that still doesn't give Rshis in other ZALEN in KJ...) cant b Msader Kdishen in new ZAL!!
נשלח ב-16/6/2010 04:27
טאקע א דעמאקראטיע.
נשלח ב-17/6/2010 22:31
פייוו בארא
1) מהר"א האט עס צוגעשטעלט צו מאשין מצות וואס לדעת האוסרים איז עס חמץ ממש.
2) אגענדע-רב קען יעדער צד זאגען אויפען אנדערענס צד רבנים. די פאקט איז אז דרויסענדיגע רבנים האבען נישט אריינגערעדט לטובת קיין שום צד.
3) אט דאס האב איך געזאגט. כפי דעת רבני קהילות בני יואל און מהרז"ל, איז מרא דאתרא נישט קיין שום פראבלעם. זיי ארנעקענען נישט בכלל אין מהר"א און אין זיין אטאריטעט און זיי האלטען אזוי אויך אז דעם פסק פונעם אגלי דבש איז פאר זיי נישט בינדענד.
מיינע נקודות נאכאמאל אין קורצען:
1) הגאון רג"ב האט קיינמאל נישט געזאגט אז די קידושין איז נישט קיין קידושין.
2) אפילו לדעת האגלי דבש אז דער דברי יואל איז יא גילטיג אין קרית יואל, מיינט דאס אז "קהל" דארף אינטערנעמען פארשידענע שריט ווי קנסות עיי"ש באג"מ. אבער ח"ו נישט רודפ'ן, טשעפענען אן אנדערער איד.
3) כפי השקפת מהר"א, האט מען נישט וואס נאכצושרייען אנדערע אידען ווען זיי פירען זיך ווי זייערע רבנים פסק'נען.
אפילו לפי השקפת מהר"א אז ביים עירוב זאל מען נישט שרייען, אבער סידו"ק שאני ווייל די רבנים המסדרים (און המתירים) זענען לשיטתך פאליטישע און האבען אן אגענדע.
אפילו לפי השקפת מהר"א אז ביים עירוב זאל מען נישט שרייען, אבער סידו"ק שאני ווייל די רבנים המסדרים (און המתירים) זענען לשיטתך פאליטישע און האבען אן אגענדע.
איך וועל שפעטער צירוק קומען צו דעם, אבער פארדעם וויל איך קודם קלארער מאכען אז האסט צוויי מאל מסביר געווען לפי שיטת מהר"א ביים עירוב, פארוואס סידור קידושין האט אן אנדער'ן דין. אבער אויף די פאלגענדע האסטו בכלל נישט ג'ענטפערט:
1) הגאון רג"ב האט קיינמאל נישט געזאגט אז די קידושין איז נישט קיין קידושין.
2) אפילו לדעת האגלי דבש אז דער אגרות מהרי"ט איז יא גילטיג אין קרית יואל, מיינט דאס אז "קהל" דארף אינטערנעמען פארשידענע שריט ווי קנסות עיי"ש באג"מ. אבער ח"ו נישט רודפ'ן, טערארזירען אן אנדערער איד.
:1) הגאון רג"ב האט קיינמאל נישט געזאגט אז די קידושין איז נישט קיין קידושין. 2) אפילו לדעת האגלי דבש אז דער אגרות מהרי"ט איז יא גילטיג אין קרית יואל, מיינט דאס אז "קהל" דארף אינטערנעמען פארשידענע שריט ווי קנסות עיי"ש באג"מ. אבער ח"ו נישט רודפ'ן, טערארזירען אן אנדערער איד.