בית פורומים כל העולם כולו

דוד עקשטיין צו בני יואל: שטעט ענק צו דין תורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2010 05:01 לינק ישיר 
דוד עקשטיין צו בני יואל: שטעט ענק צו דין תורה

דוד עקשטיין האט געמאלדן פאר די בני יואל היינט נאכן גרויסן געווינס, אז ער געט זיי 10 טעג וואס ער גייט גארנישט טון ווייטער, זיי זאלן זיך קענען שטעלן צו דין תורה

 

ונזכה ונחי' ונראה




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 07:10 לינק ישיר 

וואס? ער חלומט נאך אז זיי גייען זיך שטעלן צו די"ת?
נישט אין דעם גילגול!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 23:25 לינק ישיר 

שלמה ווען פארט די ישיבה אין קעמפ

איך וויל זייער וויסן ווען מ'וועט לויז ווערן פון דיר

עס קוקט אויס ווי די זיצט אין ישיבה אין ביה"כ מיט א לעפטאפ אין ווי נאר איינער שרייבט א תגובה שיקסטו גראד ארויס פארקערט

גענוג ניץ אביסל שכל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 23:47 לינק ישיר 

ביטע נישט אטאקירן קיין פריוואטע ניקס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 01:19 לינק ישיר 

מ'קען קיינמאל נישט אונטערשאצן א איד, ווי פארשווארצ'ט א איד זאל נאר ווערן איז שטענדיג דא א מקום פאר תשובה.

נאכדערצו יעצט ווען די עזות פנים'ער זעהן אין וואס פאר א פלאנטער זיי האבן זיך אליינס אריינגעשלעפט מיטן תובע זיין קהל בערכאות של עכו"ם, האפט מען אז די מרימי יד בתורת משה וועלן זיך בארעכענען.

דער עיקר פראבלעם איז נאר דאס מען זעהט אין ספה"ק, אז תשובה ברבים איז גאר שווער. אבער האפט יעדער איינציגער איד אז זיי וועלן זיך דאך בארעכענען, און זיך שטעלן לדי"ת.

דאס ליגט בלויז אין זייערע הענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 07:05 לינק ישיר 

זיכער טאר מען נישט אונטערשאצן א איד
אבער ס'איז נישט מסתבר אז דאס איז די סיבה פארוואס מ'ווארט מיטן גראבן ווייטער
קען זיין מ'ווארט אז פאבליק סעפטי זאל ווערן באשטעטיגט אלץ פאליציי דעפארטמענט

סאטמער100
אין דיין ישיבה קען מען זיך אזוי דרייען מיט לעפטאפס?
און פארוואס קען מען עס נישט מיטנעמען אין קעמפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 20:46 לינק ישיר 
נישט לאכן: "מיר טארן נישט גיין צו דין תורה"

נאכדעם וואס קהל יטב לב האט געשיקט א בריוו געבענדיג די לעצטע געלעגנהייט פאר די מרימי יד בתורת משה צו קומען צו דין תורה, האבן די מיקרי שם אלילים געגעבן א פשוט און פראסטער ענטפער: "מיר טארן נישט גיין צו דין תורה"!

האלטס קאפ: די געריכטן לאזן אונז נישט האבן קיין ביהמ"ד, לאמיר כאטש פרובירן ביי דין תורה, ע"פ הלכה זענען מיר דאך הונדערט פראצענט גערעכט! אבער ניין, צו דין תורה טאר מען בשום אופן נישט גיין! פארוואס? ווייל אין נזקקין! איי וואס קענען מיר דערלייגן, יעצט קען מען דאך אינגאנצן נישט ניצן דעם הויז פאר א ביהמ"ד?

דער ענטפער קען יעדער אליינס ענטפערן: ביי דין תורה פארליר איך אלעס!

די רעדע איז איבערן דירה וואס קהל האט געבויעט פאר רביה"ק זי"ע אונטערן ביהמ"ד, און די גזלנים האבן דאס איבערגעשריבן אנעם וויסן פון קהל אין די אנפאנג נ' יארן.

ווען קהל איז געוואויר געווארן דערפון האט מען געשיקט א בריוו, אזוי ווי מען קען נישט טרעפן א בי"ד וואס זאל שיקן אן הזמנה משום כבודה פונעם אשת חבר ע"ה פון רביה"ק זי"ע וועמען די בעלי מחלוקת האבן געניצט פאר א שטעקן, בעט מען אז מען זאל מאכן א זבל"א, און הכל על מקומו יבוא בשלום.

אנשטאט צוריק צוענטפערן ווי נארמאלע מענטשן אז מען גייט צו דין תורה, האבן זיי אפגעשריבן א לאנגער בריוו א שטיק לצנות. (די "שטר מתנה" איז ערשט געבוירן געווארן לעצטענס.)

ווען קהל האט געזעהן אז מען האט נישט מיט וועם צו גיין צום טיש, האט קהל נאכן אנפרעגן די דעמאלס'דיגע דיני הקהלה באין ברירה גערופן די גזלנים אין געריכט, אז זיי זאלן תיכף ומיד צוריק געבן דעם גזילה.

דער ריכטער האט אבער גע'פסק'ט אז וויבאלד עס איז שוין אדורך געגאנגן דעם דעד ליין פון די אמעריקאנער געזעצן ווילאנג מ'קען יענעם ריפן אין געריכט איבער א פאלשע איברעשרייבונג, קען דער ריכטער גארנישט טון.

פארשטייט זיך אז קהל האט נישט געקענט, און קען נישט, ע"פ הלכה אויפגעבן די רעכטן פון די נכסי הקהלה.

עס איז נישט די צייט דא אראפצוברענגן אלעס וואס האט אריבערגעלאפן אינצווישן, און וויפיל קהל האט אלס צוגעשטעלט לכבודה פונעם רביצין ע"ה.

נאך עטליכע בעטענישן אז מען זאל פאררעכטן דעם סוער וועלכע האט מערערע מאל איבערגערינען, און די ביטעס איז געפאלן אויף טויבע אויערן, האט קהל אן קיינע ברירות פארשפארט דעם אפלויף פאר עטליכע שטונדען, אפשר אזוי וועלן זיי פארשטיין אז א פראבלעם ברויך מען פאררעכטן, און מען קען נישט לאזן סתם אזוי איבערלויפן דעם אפלויף.

אנשטאט צו איינזעהן דעם פראבלעם און דאס פאררעכטן, ניין, מ'גיי מיר אנקלאגן קהל אין געריכט! נישט נאר אויפן סוער, נאר אויך פארן האלטן עירקאנדישאן'ס אויפן דאך און אלעס וואס מען קען קלאגן רעכטס און לינקס. איי רוף צו די"ת? ניין, אין נזקקין! איי קהל האט שטענדיג געוואלט גיין צו דין תורה? אבער ניין, אין נזקקין! און לאמיר שוין זאגן אין נזקקין, וואו שטייט אז מען מעג יענעם רופן אין געריכט צוליב אין נזקקין? דאס לאז שוין פאר אונזערע רע-בנים... איי לאמיר גיין צו דין תורה און דער בי"ד וועט די ערשטע זאך דן זיין אויב עס איז אין נזקקין? ניין, דין תורה איז פטור אבל אסור...!

שוין, אז די תורה-אויסרייסער רופן אין געריכט, האט קהל אריינגעגעבן א קאנטער-קלעים, דהיינו אז לאמיר שוין זאגן אז דער הויז באלאנגט פאר די גזלנים, אבער די אלע ארומיגע לאנד באלאנגט דאך זיכער פאר קהל.

העמער נישט אריינגיין אין די גאנצע טענה'רייען און השתלשלות, סך הכל האט דער ריכטער געהייסן אפשפארן דעם מושב לצים, דער ארט וואו פעך און שוועבל האבן זיך געגאבן אויף אלע גדולי הדור, באנאזאם מיט משקה און הוליערייען, זאל זאפארט ווערן פארשפארט, און בלויז איין פאמיליע קען דארט וואוינען.

האט קהל געהאפט אז ווען די הולכי בערכאות וועלן זעהן כי כלתה עליהם הרעה, וועלן זיי כאטש יעצט מסכים זיין צו דין תורה. אבער ניין, וויפיל בריוו'ן און שליחות'ער מען האט נאר געשיקט, איז דער ענטפער געקומען: ניין, מיר גייען נישט צו דין תורה בשום אופן.

האבן די אנשי דלא מעלי געקלערט, שלו' עלי נפשי, געקלאגט, פארלוירן, און אלעס בלייבט ביים אלטן. האט קהל באשלאסן אז מען גייט פרובירן אויף אלע אופנים צו ברענגן דעם סיכסוך לדין תורה.

צום אלעם ערשט האט קהל אפגעשלאסן די הייס וואסער וואס קהל האט צוגעשטעלט טאג טעגליך ביז דאן. אבער גארנישט, קיין שום ווילן צו גיין צו דין תורה. האט מען אפגעשלאסן די עלעקטריק וועלכע לויפט דורך דעם גרויסן ביהמ"ד, אבער ווידער אין קול ואין אונה. האט מען אפגשלאסן די וואסער, אבער גארנישט, פון דין תורה קיין רעדע. האט מען אפגעשלאסן די סוער, אבער ניין, מען וועט ציען עלעקטריק, וואסער, און אפילו גראבן אן אייגענעם אפלויף טאנק אבי נישט נכשול צו ווערן מיט דער זאך וואס הייסט "דין תורה"!

האט קהל באין ברירה געבעטן דעם געריכט אז זי זאל אינפארסירן זייער פסק, און קלאר ארויסגעשריבן, אז אויב די הולכים בערכאות שרייבן אונטער שטרי ברורין, זאל דער ריכטער אפלאזן דעם גאנצן עסק.

אבער... ניין! מיר וועלן ענדערש ארויסגעבן א "דין מסור" ווי איידער זיך שטעלן צו דין תורה!

דאס איבריגע איז היסטאריע.

נאכדעם וואס די חיות בצורת אדם האבן זיך אונטערגעווארפן אונטערן טראקטאר ווען קהל האט אויסגעגליכן די שטח ארום דעם ביהמ"ד הגדול כדי צוצושטעלן נאך פארקינג פאר די מתפללי ולומדי ביהמ"ד, האט קהל ווידער געשיקט אן אפענעם פארלאנג אז זיי מען וועט נישט צורירן די אלע שטחים ביז צען טאג, כדי צו געבן נאך א געלעגענהייט פאר די מרימי יד בתורת משה זיך צו שטעלן לדין תורה.

וואס איז דער ענטפער? א בריוו מיט שטותים והבלים וואס מען ניטאמאל גלייבן אז מען רעדט דא פון ערוואקסענע מענטשן.

1) קהל האט גערופן אין געריכט! (לאכט נישט, פלענטיף מיינט אנגעקלאגטע, און דעפענדענט מיינט קלעגער)

2) קהל איז דינם כמסרבים לדין. (פרעגט נישט פארוואס)

3) ע"פ הלכה טאר מען נישט גיין צו דין תורה. (הלכה למשה מסיני)

4) קהל האט חרוב געמאכט דעם ביהמ"ד. (אנטשולדיגט: מושב לצים)

5) קהל האט נישט געשיקט קיין הזמנה לדי"ת. (עפעס א אומבאקאנטער בריוו איז עפעס אנגעקומען, עיין הבריוו מזלמן לייב וואלדמאן)

6) דער עיקר (מיט די גרעסטע ווערטער) זיי האבן פאליציי! (אבי זיי זאגן וואס עס טוט זיי באמת וויי)

7) קהל ברויך רופן צו דין תורה (קיין ווערטל) און אויך נאר נאכדעם וואס דער מושב לצים איז אפען. (ווייל ווען עס איז געווען אפען האבן די הולכים בערכאות יא געוואלט דין תורה...) 

תמצית דבר: די מרימי יד בתורת משה האבן קיינמאל נישט גערופן אין געריכט, און דין תורה איז אסור בכל אופן!

איז טאקע צום האפן אז די מחללי ש"ש וועלן טאקע פון היינט און ווייטער נישט האבן קיין שום טענות ומענות פאר קהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2010 21:14 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 21:15 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 23:47 לינק ישיר 
(רעכטער:)

הולכים בערכאות: קיין רעדע פון דין תורה! אמת לאמיתו!






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2010 23:50 לינק ישיר 

רעכטער
ברענגסט ארויס א שטארקע פוינט

דא קען מען זעהן ווי ווייט עס איז זייער סירוב לדין תורה ר''ל
ווייל ער ווייסט אזוי גיט, אז נאר זיך אליין'ס גייט ער אפטוהן ווען ער וועט נישט וועלן קומען צו די''ת אין דאך נעמט ער דעם וועג

לו יהא, אז ער דארף נישט קומען צו דין תורה
אבער אים לוינט ערנדערש צו דערלייגען די גאנצע סטעפס ווי איידער זיך שטעלן צו דין תורה

לכאורה האלט ער אז די ערגסטע קען געשעהן פאר אים ווען ער וועט זיך שטעלן צו דין תורה
אין וועגן דעם איז ער מסרב שוין איבער 20 יאר ר''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2010 00:02 לינק ישיר 

זיי זאגן דאס אליינס.

די מרימי יד בתורת משה זאגן קלאר, אויב דין תורה, קען מען בשום אופן נישט דן זיין דעם דירה זעלבסט.

פארוואס? מען ברויך נישט קיין קאלקעלעטאר. ע"פ תורה האבן זיי נישט קיין שום זכות אינעם דירה, פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2010 00:53 לינק ישיר 

דאס אז איז אבער נישט קיין היתר פאר בני יואל
צו רופן אין ערכעות אין מאכען א חילול ד'

אז די ווילסט נישט, אז ס'זאל ארויסקומען אין די גאס א בריוו פין א בי''ד אז עס איז נישט דיין'ס
נו געב עס ציריק מיט א אנדערע ניגון, למען השלום אדער פארהאנדלונג אד''ג
אבער צירוקצוהאלטען די גאנצע בנין אין רופן אין ערכעות עובר זיין אויף גניבה, אין מרים זיין בתורת משה אין מחלל זיין ש''ש
אויף וועמענס אחריות?

נישט צום גלייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2010 02:00 לינק ישיר 

ביי די אלע עזות פנים'ער איז די תורה הק' רח"ל נאר א מיטל. ווייט פון א ציל ליידער.

דער הייליגער בעלז'ער רב רבי יושע'לע זי"ע זאגט אויפן פסוק וואס בלעם האט געזאגט תמת נפשי מות ישרים ותהי אחריתי כמהו, אז דאס איז דער דרך פון די פושעי ישרא', איך וועל לעבן א לעבן וואס האט מיט די תורה גארנישט, אבער שטארבן וויל איך ווי א איד...

וויפיל מאל קהל האט נאר געבעטן אז די מרימי יד בתורת משה זאלן קומען צו דין תורה ווי א איד, זענען אלע בעטענישן ליידער געפאלן אויף טויבע אויערן. די תורה איז ביי זיי טאטאל אפגעפרעגט ווען זי גייט נישט אין זייערע דרכים נעבעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2010 01:55 לינק ישיר 

ס'איז פשוט אז יעדער פארשטייט נאר זיין צד, איך וויל נאר פרובירען מסביר זיין אפאר פונקטען וואס ס'איז נאך נישט ארויסגעברענגט געווארען געהעריג דא אויפען פארום.

קודם כל איז כדאי צו וויסען אז דין תורה איז נישט געמאכט געווארען פאר באגאבונדען צו האבען נאך א שטעקען צו שלאגען. שמוע בין אחיכם מיינט ווען צוויי אידען האבען א סכסוך אין זיי קענען זיך נישט פארגלייכען, זאגט די תורה גייטס צום בי"ד. ווען ס'קומט א חי' א בעל מחלוקת אין נוצט די"ת פאר זיינע צוועקען צו טשעפענען, רודפ'ן א.ד.ג., וועט אן ערליכער בי"ד בכלל נישט אנעמען זיינע טענות. "קעיס דיסמיסד" איז אויך שייך ביי א בי"ד. נאר ליידער דא אין גלות אמעריקע איז שווער פאר א בי"ד דאס צו פראקטיצירען למעשה. די סיבות דערצו איז נישט כדאי דא אויסצושמעוסען ברבים, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די קאנסעפט.

די עצם סכסוך איז ווי פאלגענד: קהל וויל דאס הויז מחמת צוויי סיבות. איינס, זיי טענה'ן אז ס'איז זייערס, אין די דיד פון בית פיגא איז בגניבה איבערגעשריבען געווארען. צוויי, זיי דארפען האבען דאס פלאץ אדער עכ"פ א חלק פאר א חדר/שטוב פאר זייער רבי, וואס היינט איז עס שטארק אין סטייל ביי די גרויסע רבי'ס צו האבען אזא סארט שטוב ביים מזרח וואנט נעבען דעם עמוד. ווייטער בית פיגא טענה'ן אז די נכס האט באלאנגט פאר הרבנית הצדיקת ע"ה, ס'איז לעגיטים איבערגעשריבען געווארען - אידישלעך און גוי'שלעך - דורך די דעמאלטדיגע ראשי הקהילה ה"ה ר' לייבוש לעפקאוויטש, רש"מ ראזנער און ר"מ פרד"מ. ממילא דארף די ביהמ"ד - כפי הצוואה - ווייטער אנגיין, אין זיי די אפוטרופסים וואס די רביצין ע"ה האט געשטעלט דארפען זעהן דאס אויסצופירען.

ס'איז וויכטיג צו באטאנען פאר די אלע וואס ווייסען נישט אדער ווילען נישט וויסען: בימים ההם זענען די א.ד. אידען געווען פולשטענדיג ראשי הקהילה אין זיי האבען געהאט דאס רעכט און כח צו פארקויפען/איבערשרייבען נכסי הקהילה לויט זייער פארשטאנד וואס ס'איז אין די אינטערעסען פון די קהילה און כבוד בית רבינו. ס'איז ווי למשל אז די היינטיגע קהל זאל איבערשרייבען די הויז אויף איהעל קט. אויף קארפ אבני צדק. איך האב דערמאנט די הויז אויף איהעל קט. ווייל צאנז קט., מיין איך איז קיינמאל נישט געווען אויף קהל'ס נאמען. אפילו קהל/ישיבה האבען דאס געפיינענסד.

אויך איז כדאי צו וויסען, אז א גרויסע חלק פון דעם הויז האט די רביצין אליינס געבויעט
פון איר אייגען געלט.

ווער ס'וויל טראכטען גראד, פארשטייט אז די סכסוך איז נאר איבער "די הויז". די אלע אנדערע אישוס וואסער, סוער, לעקטער זענען נאר דרכים צו מאנעווירען די "עיקר" ציל. ווען ר"ד עקשטיין זאל וויסען אז די הויז וועט ער "קיינמאל" נישט באקומען וואלט ער לכאורה אפגעלאזט די אנדערע זאכען. (איך זאג לכאורה, ווייל אפשר וואלט ער עס נאך אלטס געטאן סתם צו פייניגען...). כדי צו באקומען דעם הויז אדער לכה"פ דעם אזוי געגארטען שטוב, טוט ער די אלע פעולות ווי צומאכען לעקטער, סוער און וואסער, אלעס כדי צו דעמאלאזירען די אנשי הרעבעצין זיי צו צווינגען צו פארהאנדלען מיט אים. ער איז אפילו גרייט צו געבען געלט [ווען ער טענה'ט אז ס'איז זיינס...], ער האט פאריגע וואך געשיקט אנטראגען (פאר'ן גאנצען הויז) זעקס מיליאן דאלער!!!

יעצט בנוגע די קארט. בשנת תשנ"ה האט קהל געקלאגט בית פיגא/די רביצין אין קארט בנוגע די בעלות אויפען הויז. אזוי אויך האבען זיי געקלאגט משה פריעדמאן און שלמה מיכל ראזנער. קהל איז מודה אז זיי האבען נישט געשיקט אן הזמנה, מיט א תירוץ אז קיין שום בי"ד האט נישט געוואלט שיקען אן הזמנה מחמת כבודה פונעם אלמנותו של מלך, אין נאכען שיקען א בריוו אז קהל וויל א די"ת, אין ס'איז נישט גענטפערט געווארען (לשיטתם) פאזיטיוו, זענען זיי געגאנגען ברשות בי"ד אין קארט. די רשות/היתר בי"ד איז עד היום הזה קיינמאל נישט געזעהן/געוויזען געווארען. אזוי אויך האט מען קיינמאל נישט געהערט פון וועלעכע בי"ד ס'איז די רעדע. מ'דארף באמערקען אז בימים ההם איז געווען יד החסידים על העליונה ווי קיינמאל בעפאר, אין מ'האט נישט געקענט באקומען א הזמנה לדי"ת? פאר" משה/מיכל" האט בי"ד אויך נישט געוואלט שיקען א הזמנה? לפי ידיעתי האבען משה/מיכל ניטאמאל באקומען דעם "בריוו". אינטערסאנט אז די בי"ד וואס האבען געגעבען די היתר צו גיין אין קארט האבען נישט געקענט שיקען אן הזמנה.


למעשה האט קהל דערלייגט ביג טיים. ממילא איז פארשטעדליך אז די הנהלת הביהמ"ד איז נישט גרייט נאכאמאל דן זיין איבער'ן בעלות נאכדעם וואס מ'האט זיי געשלעפט אין קארט וואס לפי שיטתם און לפי פשטות געווען "שלא" ברשות בי"ד.


דערפאר טוט קהל/דוד אזאנע מאדנע שטיקלעך, ווייל אזוי האפט ער אז ער וועט צווינגען די הנהלת הביהמ"ד צו פארהאנדלען. ווען ער האט ווען באמת א תביעה אויף סוער, פארקינג אדער גראז קען ער ווען שיקען אן הזמנה. ס'טאקע דא אן הלכה אז מ'קען כאפען וואס ס'איז דיינס, אבער ווען ס'דא גראז פאר א בנין פאר איבער דרייסיג יאר, אין פאר איינער וואס ס'ווייסט בכלל נישט אז ס'דא א סכסוך זעהט עס אויס ווי א חלק פונעם פראפערטי, איז בנוהג שבעולם אז מ'שיקט אן הזמנה. נאר וואס האט ער דערפון אז בית יואל וועט זיך שטעלען צו די"ת אויף די גראז? נאר ווי פריער ערווענט רעדט ער זיך איין אז טעראר וועט זיי אראפנאגלען צום פארהאנדלונגס טיש. דערפאר טוט הנהלת הביהמ"ד- לפי הוראות הרבנים און לפי השכל - אים צוריקפייטען דארט ווי ער האט אנגעפאנגען - אין קארט
.

ממילא איז פשוט אז אפילו נאך אלע זיסע ערקלערונגען פון קהל/דוד פארוואס ער דארף טוהן די ווילדע שריט, ברעכען זיי זיך נישט בכלל. ווייל מצד בית יואל איז די דעספיוט איבערען דיד געשלאסען! בעזר השם וועט מען צירוק עפענען די בית המדרש גאנץ בקרוב, אין איינמאל ס'איז אפען וועט שוין אויסמאכען גאנץ קנאפע וואס קארט וועט פסק'ן איבער'ן שטח פאר'ן בנין, צו גראז צו פארקינג
...

תם ולא נשלם. איך האף בקרוב צו באשרייבען מער פארוואס רד"ע האט אזוי שטארק ליב די"ת און ווי שטארק ער איז א ציית דינא
.


 

 


תוקן על ידי Lechtiger ב- 25/06/2010 02:01:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 02:04 לינק ישיר 

דיין גאנצע דרשה איז נישטא קיין שום חידושים, סתם געקייט וואסער און געמאלן שטרוי.

לעצם הענין, יעדע זייט האלט אז ער איז גערעכט. די שאלה איז יעצט וואס ווייטער?

נניח אז ר' דוד עקשטיין האט נישט געמעגט גיין אין געריכט, אבער וואס וואלט למשל געווען אויב ער געווינט תשנ"ה דעם גאנצן הויז אין געריכט און שלאגט ענק נאכדעם פאר צו קומען צו די"ת, וואלטן ענק דעמאלטס אויך געשריגן "אין נזקקין", אדער געקומען צו לויפן אויף אלע פיר?

יעצט האט ער טאקע נישט דאס הויז, אבער ער שלאגט פאר זייער א נארמאלע זאך, לאמיר זיך שטעלן צו די"ת! וואס איז א חילוק צי ער האט יא אדער נישט געמעגט דאן גיין, ענדערש וועט מען זיך קלאמערן אנצוהאלטן די מחלוקת און דעם פייער, האבן צוגעשפארט די אייגענע שוהל, אבי נישט חלילה וחס אנצוקומען צו דין תורה?!

איך פארשטיי אז ענק מוזן האבן די העצעריי פאר ענקער עולם, וואס לעבט נאר פון אזעלכע שגץ שטיק, אבער דאס אלעס איז נישט קיין תירוץ פארוואס נישט צו ברענגען דעם סכסוך איינמאל פאר אלעמאל צו די"ת!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דוד עקשטיין צו בני יואל: שטעט ענק צו דין תורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext