בית פורומים כל העולם כולו

א פראטעסט – נישט על טהרת הקודש?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/6/2010 17:46 לינק ישיר 
א פראטעסט – נישט על טהרת הקודש?

 

היינט איז פארגעקימען און א"י איינע פון דו גרעסטע הפגנות און דו לעצטע יאהרן, ווען אריבער 100,000 – 150,000 אחב"י (לפי די פרייע פרעס) זענען ארויס געגאנגען פראטעסטען אנטקעגען דו בג"ץ הציוני.

 

ביי דו פראטעסט: קבלת עול מלכות שמים, שמע ישראל, פרקי תהילים, וכו'.

 

בדרך הלצה קען מען זאגען אז די פראטעסט איז נישט געווען "על טהרת הקודש", ווייל די פראטעסט האט אונגאנצען אנדערשט אויסגעזען ווי א פראטעסט אדורך די "תלמידי על טהרת הקודש",

 

גארבעטש פארברענען: - נישט געווען.

שרייען פו!!!!: - נישט געווען.

געשלעגעריי: - נישט געווען.

ארעסטירטע: - נישט געווען.

צישלאגענע און פארוונדערטע: - נישט געווען.

 

וואס לערענט מען ארויס פון דעם????? (זייט אליין מחליט)




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 19:28 לינק ישיר 

צום ערשט, פארשטיי איך נישט אייער פראגע. האבען מיר דען שוין געהערט תוצאות פון די 100000 קעפיגער פראטעסט אויף לטובה???? ווידעראום אין יפו האבען יא געהערט גוטע נייעס ב"ה. מעגליך אז מיט די חברא עזין שבאומות איז נישטא קיין אנדערע וועג, אם עקש תתפתל!
צווייטנס, די ווילדערייען וואס קומען פאר אין די גאסען פון ירושלים בעת די הפגנות זענען קלאר נישט לפי רוחו פון די רבני העדה. קוקט דא http://www.*************/ViewArticle.aspx?catID=1&itmID=2739. די זאך טיילט זיך אין צוויי, די אומרוען אין די ירושלימער גאסען איז גאר עפעס אנדערש ווי די ענין פון ארויסגיין מיט מסירת נפש אפצושטעלן די טראקטארן פונעם עצם חילול הקברים.
דריטנס, ווי זענען געוועהן די אלע 100000 קעפ ביי די חפירות? אפשר ביזטו גערעכט, ווען זיי וואלטן זיך אלע צוגעשטעלט צום מחאה, און מכבד געוועהן די מתים פונקט ווי די חיים (אלעס איז דאך איין תורה הק') און דאן אויך ארויסגעקומען אויף א רוהיגערן אופן, וואלט דאך דער אפקלאנג געוועהן פונקט ווי היינט. און עס וואלט אפשר נישט אויסגעפעהלט די אומרוהיגע פראטעסטירן. אבער וואס קען מען טוהן אז מיר זענען ליידער געבליבען די יחידים אין די הייליגע מערכה?

די וועבזייט וואס איז אויסגעמעקט איז:  haredim , דערנאך קומט:  co.il.

תוקן על ידי האורח ב- 17/06/2010 19:31:12




תוקן על ידי האורח ב- 17/06/2010 19:49:00




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 21:06 לינק ישיר 

*--[endif]*

קונצען, דו וועקסט אויך א גרויסע קושיא, אבער פארקערט ווי דיין כוונה.

אבער קודם ערשטנס, בנוגע די געשלעגן און פייער'ס, עס פארשטייט יעדער אז דער היינטיגער טאג אין ירושלים איז נישט געווען "שטורעמיש", עס איז נישט קיין פאסירונג וואס איז פלוצלינג געשעהן און מען ברויך זיך יעצט אונטערווארפן אונטער קארס און טרעקטארס. די זאכן זענען דא נישט שייך, און ס'איז נישט שייך דא קיין היץ. ס'איז די רעדע בלויז פון א עצרת, אקוראט ווי ווען מיר פראטעסטירן דאהי אין אמעריקא, ס'איז בלויז א סימבאלישע אקט און א מיטל צו פארשעמען די ציונים. איך האף דו כאפסט די נפק"מ.

 

אבער שנית, והוא העיקר: יא! עס זענען היינט ארויסגעקומען הונדערטער טויזנטער אידן, אריינגערעכנט די אגודה'סטישע קרייזן, אלישב, שטיינמאן, וכו', פרעגט זיך די ברענעדיגע שאלה: וואו זענט איר ווען מען גראבט קברים???!!! אוואו זענעט איר געווען "איין טאג בעפאר" ווען אייערע עלטערן'ס קברים זענען אויסגעריסן געווארן דורך די רשעים? וואס איז די שווייגעניש?! איר זענט די וואס זענעו מוחה? יא, דארט ווי איר האט מורא אז עס גייט אייך פערזענליך אויך בארירן, דארט זענט איר דא, אבער אז מען גראבט קברי אבותינו, דאס גייט זיי נישט אן!

 

אלזא, זייער מחאה האט מיט אידישקייט קיין שייכות! זיי קומען בלויז ווען עס פעלט זיך אויס פאר זייער אייגענע אינטערעסע, ווען עס רעדט זיך פון "בלויז" אידישקייט, זענען זיי נישט צום געפינען! א חרפה און א בושה.

 

==============================


)בקשת מחילה פארן ארויסגיין פון די כלים יעצט איינמאל)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2010 07:10 לינק ישיר 

וואס איז דא זייער אייגענע אינטערעסע אויב נישט אידישקייט?
ווי איך פארשטיי גייען זיי נישט ביי די קברים ווייל זיי זענען נישט פונעם קנאי'שן חדר
און זיי האלטן נישט ביים זיך אונטערווארפן אונטער טראקטארן און זיך לאזן שלאגן
(דו און איך האלטן אויך נישט דערביי)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2010 12:04 לינק ישיר 

אבער אפי' א שטילע מחאה אהן זיך אונטער ווארפן די טראקטאר מאכן זיי אויך נישט מן הסתם ווייל עס גייט זיי נישט אהן און עס רירט זיי נישט אהן ביים פופיק .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2010 17:06 לינק ישיר 

שלמה די פארשטייסט וואס די האסט דא געשריבן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2010 19:33 לינק ישיר 

ליידער איז עס זייער באקאנט דאס וואס די יונגאטשעס מאכן ליידער א חורבן עולם פאר די גאנצע קנאות.

די ראש וראשון לכל דבר שבקנאות הרב עמרם בלוי, האט אין זיין לעבן נישט געשריגן "קיין איין" מאהל נאצי אויף א פאליצאנט, ער האט אין זיין לעבן קיין מאהל נישט געווארפן קיין שטיינער וואס איז כדי להמית, ער האט אין זיין לעבן קיינמאל נישט פארברענט קיין גארביטש קענס, ער האט אין זיין לעבן קיינמאל נישט מזיק געווען א פריוואטע רכוש.

ער האט געכאפט מכות רצח, מיט דאס גרעסטע מאס אכזריות וואס עס איז נאר פארהאן, אבער קיין מאהל נישט צוריקגעשריגן.

ווען ערוץ 2, דאס גרעסטע TV CHANNEL אין אר"י האט געוואלט דעקן דאס נעכטיגע פראטעסט אין ירושלים. אבער געוואלט 'דערמאנען' דעם עולם וואספארא חיות די היימישע עולם זענען, האבן זיי געלייגט ביי די אנהייב פונעם ארטיקל א בילד פון צולאזטע יונגן, וועלכע אפילו דעם ירושלים'ע רב שליט"א הערן זיי נישט אויס. און עס האט גוט גע'ארבעט. די עולם איז געווארן צוהיצט.

מיר דארפן פארדאמען מיט דאס גרעסטע און שטערקסטע מייקס וואס עס איז נאר פארהאן די אלע פראסטאקעס. איך האב פונקט געזעהן די וואך א אלטע אידישע געדאנק פון יאר תשנ"ט, דאן איז אויך געווען א גרויסע מחאה און פראטעסט, און עטליכע בחורים האבן געוואלט זיין קנאים, און געווען עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס, און געטוהן עטליכע ווילדע אייגענע אקציעס, און רבינו שליט"א (דאן געווען נאך קרית יוא'לע רב און ראש הישיבה) ארויסגעקומען מיט גאר א שארפע בריוו קעגן אט די יונגן.

מורי ורבותי! זיי זענען נישט קיין קנאים, זיי זענען צולאזטע חיות וואס נישט מקבל מרות פון קיינעם!

(איך רעד נישט פון די וועלכע זענען באמת פרידליגע מוחאים, איך רעד פון די וועלכע ווארפן שטיינער, שלאגן, שרייען נאצי, (פאר אלע וואס שרייען נאצי, סיי אין קרית יואל, און סיי אין ארץ ישראל, קוקט זיי מוחל א ווידיא פון די צווייטע וועלט מלחמה איבער די אידן, ווי למשל הוליקאסט, דאן לאמיר דיר זעהן שרייען אויף איינעם, די גרעסטע רשע דאס ווארט נאצי) און זענען מזיק פריוואטע רכושים).

מיר דארפן זיי נישט בעקן, מיר דארפן בעקן די אלע גדולי הדור וועלכע ליידן צוליב די חיות, אז הגאון די ראב"ד שליט"א זאל ווערן באגאסן מיט מעיס צוליב די חיות, און אז די רב שליט"א בעהט זיך ביי די אלע מוחאים, טוט נישט קיין נערישע שריט, און זיי הערן נישט אויס, דארפן מיר זיי בעקן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2010 20:30 לינק ישיר 

חדשות שרייבט:
ליידער איז עס זייער באקאנט דאס וואס די יונגאטשעס מאכן ליידער א חורבן עולם פאר די גאנצע קנאות.

די ראש וראשון לכל דבר שבקנאות הרב עמרם בלוי, האט אין זיין לעבן נישט געשריגן "קיין איין" מאהל נאצי אויף א פאליצאנט, ער האט אין זיין לעבן קיין מאהל נישט געווארפן קיין שטיינער וואס איז כדי להמית, ער האט אין זיין לעבן קיינמאל נישט פארברענט קיין גארביטש קענס, ער האט אין זיין לעבן קיינמאל נישט מזיק געווען א פריוואטע רכוש.

ער האט געכאפט מכות רצח, מיט דאס גרעסטע מאס אכזריות וואס עס איז נאר פארהאן, אבער קיין מאהל נישט צוריקגעשריגן.


מיר דארפן זיי נישט בעקן, מיר דארפן בעקן די אלע גדולי הדור וועלכע ליידן צוליב די חיות, אז הגאון די ראב"ד שליט"א זאל ווערן באגאסן מיט מעיס צוליב די חיות, און אז די רב שליט"א בעהט זיך ביי די אלע מוחאים, טוט נישט קיין נערישע שריט, און זיי הערן נישט אויס, דארפן מיר זיי בעקן? עכ"ד


איהר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער לפענ"ד מישט איהר אויס יוצרות (שלא במכוון אדער גאר במכוון).
איך וויל אייך דערמאנען וואס איך האב שוין אויבן געשריבען : די זאך טיילט זיך אין צוויי, די אומרוען אין די ירושלימער גאסען איז גאר עפעס אנדערש ווי די ענין פון ארויסגיין מיט מסירת נפש אפצושטעלן די טראקטארן פונעם עצם חילול הקברים.
ר' עמרם בלוי האט זיך יא געווארפן אונטער טראקטארס, ער האט זיך יא אוועקגעשטעלט ביים פענצטער ווי מ'פארקויפט טיקעטס פאר .... און זיך געלאזט שלאגען. מיש נישט אויס די ווילדערייען פון פארברענען און מזיק זיין רכושים מיט מוחים וואס כאפן זיך אריבער די באריקאדען פון די פאליציי מיט מסירות נפש אפצושטעלן די חפירות ווי ווייט מעגליך. דאס איז צוויי באזונדערע זאכן. די ראב"ד האט געכאפט מעיס נישט צוליב די ווילדאקעס אין מאה שערים, ער האט עס געכאפט צוליב די מסירת נפש יונגעלייט וואס האבען נישט געהארכט די פאליציי און זיך אריין געווארפן אין די מקום החפירות מיט מסירות נפש.
איך גיי נישט אריין צו די נאצי געשרייען זענען ריכטיג צו נישט. אבער די ברוטאליטעט פון די פאליציי איז נישט געקומען צוליב די געשרייען, נאר פארקערט די געשרייען זענען געקומען צוליבן ברוטאליטעט. די ברוטעליטעט איז געקומען א דאנק די מס"נ. איז דריי נישט קיין קאפ!

תוקן על ידי האורח ב- 18/06/2010 20:32:53




תוקן על ידי האורח ב- 18/06/2010 20:37:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2010 20:48 לינק ישיר 

עס קוקט אויס אויף די בילדער ווי פאליציי איז עפעס אזוי העפליך צו די דעמאנסטריערער
כאילו מ'מיינט נישט זיי
אויף איין בילד קוקט אויס ווי זיי טיילן אפי' וואסער

אויב איז עס אזוי דארף מען גארנישט ענטפרן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2010 13:37 לינק ישיר 

טאטלע, לאמיך דיר מסביר ברחל בתך הקטנה
פייוובארא האט געשריגן מיט רויטע פייערדיגע אויתיות
היתכן ווען ס'האנדלט זיך אין זייער אייגענע אינטערעסע גייען זיי מוחה זיין און ביים גראבן קברים נישט
האב איך אים געענטפערט אז דא איז עס ווייל עס אפעקטירט דירעקט זייער אידישקייט משא"כ ביי די קברים
און די סיבה איז ווייל מיר שטאמען פון אונגארן וואו מ'האט אריינגעפרעגלט די אלע ענינים ווי שיטת החת"ס, טיילונג, מחאה און עקסטרעמע אידישקייט
אין אנדערע לענדער ווי למשל אין די ליטא האט מען נישט אזוי ווייט דאס געלערנט דעריבער פילן זיי נישט פאר וויכטיג ארויסצופארן צו די קברים און זיך אונטערווארפן די טראקטארן כאטש ס'באדערט זיי פונקט ווי אונז
פארשטאנען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2010 18:16 לינק ישיר 

שלמה וייס טייערער
דו האסט א גרויסן טעות, די גדולי ישראל בית דין פון ירושלים זענען אויך נישט אלע פון די אונגערישע, נישט די היינטיגע בית דין און נישט די פריערדיגע בתי דין פון די עדה החרדית, ר' משה שטרנבוך איז נישט פון די אונגארישע רבנים.

דע חילוק איז, די אזעלכע וואס זענען זיך משתתף אין די בחירות הטמאות, און די אזעלכע וואס נעמען געט פון די מדינה, זיי קענען זיך נישט שלאגן מיט אנאמת מיט די ציונים, דאס וואס זיי שלאגן זיך וועגן די מוסדות איז פשוט'ע גאווה ס'הייסט מיינע קינדער וועלן לערנען מיט די פרענקאלאך?.

פונדעסטוועגן זענען די עדה רבנים אויך ארויס געגאנגען ביי די הפגנה פון די סלונימ'ער ווייל די בגץ האט זיך זיכער נישט וואס צומישן אין ענינים פון תלמוד תורה און פון מיידל סקולס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2010 19:02 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/58310/2010/06/20/israel-charedim-vow-violence-if-emmanuel-mothers-jailed



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2010 19:09 לינק ישיר 

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/62936/Rav+Yaakov+Yosef+Pulls+Out+of+Emanuel+Dispute.html "It appears numerous threats against his life contributed heavily to his decision"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 02:11 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:
טאטלע, לאמיך דיר מסביר ברחל בתך הקטנה
פייוובארא האט געשריגן מיט רויטע פייערדיגע אויתיות
היתכן ווען ס'האנדלט זיך אין זייער אייגענע אינטערעסע גייען זיי מוחה זיין און ביים גראבן קברים נישט
האב איך אים געענטפערט אז דא איז עס ווייל עס אפעקטירט דירעקט זייער אידישקייט משא"כ ביי די קברים
און די סיבה איז ווייל מיר שטאמען פון אונגארן וואו מ'האט אריינגעפרעגלט די אלע ענינים ווי שיטת החת"ס, טיילונג, מחאה און עקסטרעמע אידישקייט
אין אנדערע לענדער ווי למשל אין די ליטא האט מען נישט אזוי ווייט דאס געלערנט דעריבער פילן זיי נישט פאר וויכטיג ארויסצופארן צו די קברים און זיך אונטערווארפן די טראקטארן כאטש ס'באדערט זיי פונקט ווי אונז
פארשטאנען?



שוטה
די ביסט יעצט בעסער מסביר דיינע שטותים

חילול קברים האט עפעס מיט חת"ם סופר ?

וואס הייסט סבאדערט זיי אבער זיי גייען נישט מוחה זיין ?

אין פארוואס יעצט יא ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2010 07:04 לינק ישיר 

איך מיין אז ווען דו שרייבסט שוטה האסטו מיך אפגעווענדט...
וואס האסטו נישט פארשטאנען און וואו זעסטו א ווארט אז חילול קברים האט עפעס מיטן חת"ס?
כדי דיין קליינקעפיגער מוח זאל פארשטיין וואס כ'האב געשריבן וועל איך עס דיר נאך איינמאל מסביר זיין
זיי שטאמען פון אנדערע ערטער פון ווי מיר קומען פון פאר די קריג, און געוויסע זאכן וואס אונזערע רבי'ס האבן אריינגעפרעגלט אין אונז און איז ביי אונער עולם אזוי פשוט כנתינתן מסיני, האט מען ביי זיי נישט אזוי ווייט געלערנט
דעריבער ווען מ'גראבט קברים אין די אנדערע עק א"י, כאטש ס'באדערט זיי ווי יעדער איד וואס איז א שותו"מ
פילן זיי נישט פאר וויכטיג ארויסצוגיין מוחה זיין דערקעגן
משא"כ דא וואס ס'אפעקטירט דירעקט זייער און זייערע קינדערס עתיד אין אידישקייט
מוזן זיי ארויסקומען לרחובה של עיר אויסצודרוקן זייער מחאה
פארשטאנען? גענוג קלאר ארויסגעברענגט? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 16:49 לינק ישיר 

שלומה אהא גראבען קברים אפעקטירט נישט דירעקט זייער אידישקייט ווייל דאס האט עפעס ציטיען מיט אפאר אלטע אידען וואס ליגען שוין דארט אפאר טויזענט יאר "סא הא קערס"

איי אמונה אין השארת הנפש,  
יא אבער סאיז נישט דירעקט מיין אידישקייט,
 מגראבט דאך מישט מיר מגראבט דאך יענעם , ער איז אפילו נישט פין מיין קרייז 

איך וויס נישט ווער סאיז א גרעסערע חכם די ?
צי איך פארן שטיין אין ווארט מיט דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פראטעסט – נישט על טהרת הקודש?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext