בית פורומים כל העולם כולו

19 וואכן צו עלעקשאן: קיינע שאנסן פאר רעפובליקאנער אין ניו יארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/6/2010 22:18 לינק ישיר 
19 וואכן צו עלעקשאן: קיינע שאנסן פאר רעפובליקאנער אין ניו יארק

א קוויניפיאק אנקעטע נעכטן ארויסגעקומען, גיט גאר שוואכע אויסזיכטן פאר די רעפובליקאנער צו געווינען אפילו איינס פון די דריי הויפט סטעיט-ווייד פארמעסטן, וועלכע ווערן איצט געהאלטן דורך די דעמאקראטן.

אינעם גאווערנאר פארמעסט שטייט דער זוהן פונעם געוועזענעם גאווערנאר מאריא קאומא, יוסטיץ מיניסטער ענדרו קאומא מיט 32% העכער (58-26) דעם געוועזענער קאנגרעסמאן ריק לאזיאו וועלכער האט פארלוירן צו מרס. קלינטאן דעם סענאט זיץ אין 00', - אין א פארמעסט וועלכע ענדרו האט פארלוירן צו קארעל מעקאל אינעם פריימערי אין 02' זייענדיג הא"ד סערעטאר אונטער פרעזידענט קלינטאן.

אינעם פארמעסט אויסצופילן די איבריגע צוויי יאר פונעם סענאט טערמין פון אויסערן מיניסטער מרס. קלינטאן, שטייט די איצטיגע סאנעטארשע מרס. דזשיליבראנד מיט 20% העכער (46-26) דעם רעפובליקאנעם אקטיוויסט ברוס בלעקמאן. די איינציגסטע האפענונג פאר בלעקמאן איז דער פאקט אז אזויפיל ווי 26% וויילער האבן נאך קיין מיינונג.

 

 פון טשאק שומער'ס סענאט זיץ טראכטן די רעפובליקאנער ניטאמאל פון איבערנעמען.

דאקעגן נאציאנאל שטיין די רעפובליקאנער דווקא יא אין א פאזיציע פון אוועקכאפן עטליכע דעמאקראטישע זיצן, כאטש מיט א ווייטע מעגליכקייט פון גענצליך איבערנעמען דעם סענאט, זייענדיג אונטערשטעליג מיט אזויפיל 10 בענקלעך.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/6/2010 16:40 לינק ישיר 

אין די לופט שפירט זיך אז ס'קומט א ביטערע דורכפאל פאר די דעמאקראטן אין די קומענדיגע עלעקשאנס איבער'ן גאנצן לאנד. לפענ"ד וועלן זיי אפילו אין ניו יארק נישט זיגן מיט אזעלכע גרויסע מאיאריטעטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2010 23:44 לינק ישיר 

איך האלט דער מצב וועט נישט ערגער ווערן פאר די דעמאקראטן, מען קען זעהן אז עטליכע זיצן וועלכע האט שוין אויסגעקוקט אז די רעפובליקאנער וועלן דאס האבן, זענען עפעס ווי ארויסגעפאלן פון זייער הענט, אדער עכ"פ איז דער אויבערהאנט שוואכער געווארן.

למשל דער זיץ פון מאיריטעט פירער הערי ריעד אין נאוואדע, האט היינט ארויסגעקומען א רעסמוסען אנקעטע וואס ווייזט אז די רעפ. קאנדידאטקע שאראן ענגל האט פארלוירן פיר פוינטס פון איר אויבערהאנט איבער די לעצטע צוויי וואכן, שטייענדיג מיט בלויז 7 פראצענט העכער ריעד.

ווידעראום אין נארט קאראליינע, האט דער רעפ. אינקאמבמענט סענעטאר ריטשארד באר פארלוירן אזויפיל 13 פונקטן פון זיין אויבערהאנט אין די לעצטע דריי וואכן, שטייענדיג מיט בלויז איין פראצענט העכער די דמאקראטישע קאנדידאטקע עלעין מארשאל, נאך איר פריימערי געווינס די וואך.

דאס איז אויסערדעם וואס די רעפ. האבן א שטארקן שאנס צו פארלירן די אפענע אהייא און מיזורי זיצן. אפגערעדט פון פלארידע ווי עס קוקט אויס אז דער אינדיפענדעט געווארענער געווערנאר טשארלי קריסט וועט געווינען דעם בענקל. 

אבער פון די אנדערע זייט קוקט יא אויס אז זיי וועלן געווינען דעם דרום דעקאטא אפענער זיץ, צוזאמען מיט די דעליוועיר, ארקענסאו און אינדיאנא זיצן, און מעגליך נאך געציילטע בענקלעך וואס איז שווער פארצוזעהן צוליבן אנגייענדן פריימערי. אבער דאס איז נאך ווייט נישט גענוג איבערצונעמען קאנגרעס' אויבערשטע הויז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 19 וואכן צו עלעקשאן: קיינע שאנסן פאר רעפובליקאנער אין ניו יארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext