היינט איז די רעבעצין לרפו"ש אריינגעברענגט געווארן אין שפיטאל אין די אווענט שטונדן. די בלוט דרוק גענומען פאלן, און פאר אפאר שעה צוריק האט מען איר אריינגעפירט אין די איי.סי.יו.
רבינו שליט"א ואחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א זענען גלייך אריבערגעפארן אין שפיטאל, זיך צו געפונען נאנט צו די מאמע'ס בעט.
אויך האט זיך דער באקאנטער בן מכבד אם, דער בועט וועלכע האט נאר פין פאר די הסתלקות פון רבי'ן דער ברך משה זצ"ל, נישט צוגעלאזט די קינדער באזוכען די טאטע אין די מאמע , אויך באוויזן אין שפיטאל מיט א ענגע קבוצה פון זיינע שוויצער'ס, מיט זיין געראטענע ברודער הדומה לו
כלל ישראל ווערט געבעטן איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתה השלימה, דער מצב איז זייער קריטיש.
--------------------
אגב, פארוואס זענען די זאלי'ס אזוי ווילד ווען די רבי שליט''א באזוכט ביי די רעביצין לרפו''ש
אזש באלאנד דארף פין שפיטאל שעלטן אין שומפען ווי א אימערצויגען קינד
תוקן על ידי היראים ב- 25/06/2010 22:09:35
נשלח ב-27/6/2010 21:20
אצינד קומט די גוטע נייעס, אז די רעביצין לרפו"ש איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר נאכדעם וואס די מצב האט זיך פיל פארבעסערט.
די דאקטוירים האפן איר פריי צולאזן פון שפיטאל שוין די וואך.
לאמיר ווייטער מתפלל זיין פאר א גאנצע רפואה.
נשלח ב-28/6/2010 00:37
חסדי ד' כי לא תמנו,
רבינו שליט''א איז נעכטן שוין צירוק געפארען אויף ק''י
אבער די געהויבענע שבת אין די שטולע וומ''ס, איז געווען ממש לעילא,
-----------
פין אישי, מיט מיינע הוספות
די ווינדערסט דיך אויף די ווילדקייט פין די זאליס יעדעס מאל וואס דער רבי זאל זיין געזונט באזוכט די רעביצין לרפואה שלימה
מוש ציריק דיינע מוח מיט א קורצע צייט, (אין קענסט עס ארויפלייגען ווייל איך קען נישט שרייבן דא)
נישט קיין אנדערע ווי ר' זלמן לייב טייטלבוים מיט זיין ברודער ר' ליפא טייטלבוים האבען זיך משתלט געווען אויף זייער אייגענע פאטער ז''ל, אויף די גאנצע ביתו נאווה קודש, מיט גניבה אין רציחה.
יעדער געדענקט דאס, אין מ'דארף נישט מאריך זיין
עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז מ'האט נישט אריינגעלאזט רוב קינדער צו אייגענעם טאטען אין מאמען השם ישמרנו
אפגערעדט פין דעם אז מ'האט אים נישט געלאזט קומען צו זייערע שמחות
ווער געדענקט דען נישט ווען עס איז עטליכע מאל יא געלאנגען פאר'ן רבין זיך אריינצובאקומען אין זיין ''טאטען'ס הויז'' ווי מ'האט אים ציגעשפארט צווישען ביידע טירן מיט רשעות אין חוצפה, אריינשרייענדיג מיעסע לאזונגען, וואס מ'טאר נישט נאכשרייבן, אזש מ'האט געדארפט טוהן זעלטענע געצווינגענע שריט ''פריי צו לאזען א קינד ביים טאטען אין שטוב''
דאס פלעגט שוין קומען נאך אפענע העצע קעגן דעם רבי'ן בפניו פין זיין טאטע ז''ל, אזש ביי עטליכע פעלער ווען דער חוצפה'דיגע הויז בחור אין א''ג משמשים פלעגן קומען צו לויפן מיט א בריוו אז די רבי ז''ל זאל אים איבערגעבן, ווען די רבי האט אפי' נישט געוויסט וואס דאס איז (ווי מ'הערט אויפן טעיפ)
וכהנה וכהנה ווי עקעלדיג די צוויי ברודער האבען זיך געקענט אויפפירן ביי זייער טאטען אינדערהיים וואס מ'זעהט אפי' נישט ביי די אוה''ע ר''ל,
ספעיציעל נאכדעם וואס דער שטוב איז פארוואנדעלט געווארען א מושב ליצים השם ישמרנו, אין יעדע מנוול האט דארט געהאט זייער באזע, ווען זייער בוטשער פלעגט דארט דעליווערן יעדן טאג צענדליגע פונט אכילה ושתי' פאר די פרעסער אין מענטשן פרעסער, וואס האלט נאך אן טיילווייז ביז היינט צו טאגס.
והאחרון האבען זיך די צוויי מושחתים וגנבים ציטיילט מיט די ביתו נאווה קודש, דער עלטערער האט גענומען די אינטערשטע שטאק פאר זיין א''ג זענטא שול
(וועלכע איז פארוואנדעלט אין א קרעטשמע, אויפן זעלבן שטייגער ווי די הויז פין די רעביצין ע''ה אין ק''י ביז לעצטענס),
אין דער יונגערער האט גענומען די אויבערשטע שטאק, ווער ער זיצט אויפן טאטען'ס בענקל
(אפי' אין די י''ב חודש לאחר פטירתו - וואס ווילסט פין דער טרוקענעם ע''ה ובועט באביו) אין באניצט זיך בגניבה פין זיינע חפצים
(שיין אז זיי לאזען נאך די מאמע דארט וואינען, טראץ וואס מ'האט פאר 10 יאר ציריק אלע אירע היימישע שטוב פרויען, כדי זיי זאלען קענען אנייגען מיט זייערע שמיציגע שטוק אימגעשטערט)
אין היינט צו טאגס שעמען זיי זיך נישט צו שרייען ''ער באזוכט נישט די מאמע אינדערהיים'' נאר אין שפיטול
נישט גענוג די רשעות אין רציחה וואס זיי טוהן אפ, קומען זיי מיט בלעכענער פיסקעס שרייען ''ער באזוכט נישט''
קאמענטארען זענען איבריג
נשלח ב-28/6/2010 02:14
ווער עס געדענקט בחודש אלול תשל"ט ווען דער בעל ברך משה ז"ל האט געזאגט אין בית המדרש הגדול אויף ראדני ביי די יארצייט פון הייליגן ייטב לב זי"ע אור ליום ו' אלול (שנת תשל"ט) די ערשטע שארפע דרשה תיכף לאחר פטירת רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע.
בתוך הדברים האט ער זיך אויסגעדריקט אז ביי רביה"ק זענען געוועהן "אנשי דלא מעלי" און ער וועט ביי זיך אין ווערטשאפט נישט לאזן אזעלכע מענטשן. למעשה האט מען מן השמים געפירט אז ס'זאלן זיך יא פארמערן אויך ביי עהם פון די פארשוינען וואס די גמרא רופט אן מיטן נאמען אנשי דלא מעלי. און היינטיגע צייט זעהן מיר אז ביי זיינע קינדער וועלכע זענען ממלא מקום אויף זיין פאזיציע סיי בקרית יואל ווי יעדער ווייסט דאך אז די פארשוינען פון די זעלבע טייג געקנעטן, ............. ולפי התרעומות של חסידי מאנרוי אז ביים ברודער אין ווילאמסבורג זענען אויך דא אזעלכע פארשוינען.
איז דא עפעס אפדעיטס פין די מצב ביי די רעביצין לרפו''ש?
---------
אינזער באלאנד וועלכע זיצט אזוי אנטוישט האלט פאר וויאזוי ס'קען זיין אז אין שפיטאל קענען נישט די 2 נידריגע ברודער נאכשרייען רבינו שליט''א אין די געשוויסטער אין אייניקלעך ווען ער/זיי באזוכט/באזוכן די מאמע/באבע/עלטער באבע לרפו''ש סוי, באלאנד כ'האב פאר דיר א געוואלדיגע בייפאל, פראביר אויסצושפארען רבינו שליט''א אין שפיטאל אין נעם דיך שרייען אויפן זעלבן שטייגער ווי דיין שטריק מיט זיינע מטורפים האבען געטוהן ווען ער האט באזוכט ביי זיין טאטען אינדערהיים לאמיך וויסען וואס גייט זיין נאכדעם CANT WAIT
נשלח ב-29/6/2010 00:41
היראים כתב: איז דא עפעס אפדעיטס פין די מצב ביי די רעביצין לרפו''ש?
איך פרעג אויך: איז דא עפעס אפדעיטס פין די מצב ביי די רעביצין לרפו''ש?
נשלח ב-29/6/2010 01:15
נעכטען נאכמיטאג איז געוועהן א שמועה אז מען האט אראפ גענומען די רעביצען פון רעספאראיטער נעכטען נאכט האב איך געהערט מען האט זי צירוק ארויף געלייגט איופן רעספאראיטער ה"י. זיי קלערען אהיים צי נעמען די רעביצען אין מאכען א שפיטאל אין דער היים מיט נארסיס ווייל אין שפיטאל איז זייער שעדליך צי כאפען אינפעקשענס.
נשלח ב-4/7/2010 08:21
לויט ווי איך הער האט זיך די מצב גאר שטארק פארערגערט. רבינו שליט"א פארט באלד ארויס פון ניו העמפשער קיין ניו יארק.
נשלח ב-4/7/2010 22:22
ווי האלט די מצב ?
נשלח ב-4/7/2010 22:58
קריטיקל סטעיבל.
דאס הייסט, די מצב האט זיך נישט געטוישט זינט ביינאכט, און זי שטייט אין א קריטישן צושטאנד, די נומערן זענען זייער נידריג, די גוף פונקציאנירט ממש נישט, נאר די ביסל דורך מאשינען, און די דאקטוירים זעען נישט קיין געהעריגע וועג ווייטער.
אנשי שלומינו רייסן איין פאר א ישועה מן השמים פאר די רעביצין פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש בקרוב.
נשלח ב-4/7/2010 23:07
יעצט קומען באריכטן אז די מצב ווערט ליידער ערגער, און די נירן האבן אויפגעהערט ארבעטן.