| נשלח ב-28/6/2010 01:14 |
|
| |
כך קיבל האדמו"ר מסלונים את בשורת שחרור האסירים
* width="480" height="385"><*
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 01:28 |
|
| |
לכאורה קוקט אויס אז די בג"ץ האט אויסגעפירט, אז סלונים זאל אננעמען זייער פסק.
די שאלה איז, וואס האט דא פאסירט איבערנאכט? פארוואס פלוצלינג האט סלונים מסכים געווען צו פארהאנדלען?
אבער באמת, די נושא איז זייער האקל. ס'איז שווער צו זאגן א קלארע מיינונג.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 28/06/2010 01:32:10
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 03:44 |
|
| |
די ווערטער זענען אויסצוגן פון א שמועס פון רבינו (מהר"א) שליט"א
פאריגע וואך מוצש"ק פ' חקת ביי א שבע ברכות בבית ר' אברהם ווידער נ"י ראה"ק קרית יואל איך האב עס באקומען געשריבן פון איינער וואס איז געווען דערביי (און די ווערטער זענען אפילו געווען שוין אויף א געוויסע סייט אויף די אינטערנעט, און מאיזה סיבה שהוא האט מען עס פון דארט אראפגענומען) איך האב עס נישט געוואלט ארויפלייגן מחמת קטנות מוחי אז די רבי האט דא אביסל איבערגעצויגן דאס שטריקל אבער היינט ווען ס'איז געקומען די נייעס איבער זייער פשרה מיטן בג"ץ, זע איך אז חכם עדיף מנביא, און ס'איז נישט אזוי איבערגעטריבן, נו לייג איך עס ארויף דא להנות אנ"ש דא איז געשען א מורא'דיגע זאך, די קאורט האט דא געטון א אבנארמאלע זאך, אזוי זיך אריינצומישן און איינטיילן אינעם חינוך, עס איז דאס ערשטע מאל וואס מען זעט אז די רעגירונג האט זיך אזוי אפן אריינגעמישט צו זאגן דעות אין חינוך. און וואס גייט זיין ווייטער, אז מען וועט וועלן עפענען א עקסטערע סקול נעקסטע יאר, וועט זיך די קארט שטעלן דערקעגן אדער נישט? מען קען נישט וויסן?, מען ווייסט נישט וואס קומט ווייטער!, איז דאס דער סוף פסוק אדער קומט נאך טיפער'ס. למעשה האט מען דא מיט די עצרת געמאכט ווי א דעמאנסטראציע קעגן די קאורט, עס קען זיין זיי וועלן זיך אפווישן די נאז און גיין ווייטער, און ווידער קען זיין זיי וועלן ווערן מער אגרעסיוו, כדי צו ווייזן פאר די חרדים. * וועט מען אויפהערן נעמען געלט?, הלואי!, אבער דערווייל ווי ס'קוקט אויס האלט עס נאך זייער ווייט, מען איז נאך נישט גרייט. מען האט געהערט פון געוויסע וואס האבן געזאגט, מען זעט יעצט אז סאטמאר רב איז גערעכט געווען וואס ער האט נישט געלאזט נעמען קיין געלט. אבער ווי גייט די מעשה מיט יענער וואס האט געזאגט ער האט 15 טעמים פארוואס נישט צו עסן פלייש, און 1 טעם פארוואס יא, דער טעם פארוואס יא איז די טעם פון פלייש..., און די טעם וועגט איבער. דא איז די זעלבע זאך, עס איז דא 15 טעמים פארוואס נישט צו נעמען געלט, און איין טעם פארוואס יא, ווייל עס האט א גוטע טעם, און ליידער דער טעם וועגט איבער. די רעגירונג קען דאס טון מיט יעדן מוסד וואס נעמט געלט, א ספרדי קומט ארויף מיט א לויער, און אויב וויל מען אים נישט אננעמען, קען ער טון די זעלבע זאך, ווייל למעשה ביזטו אנגעהאנגען אין די רעגירונג, און עס איז זייער שווער יעצט אויפצוהערן צו נעמען געלט, מען איז שוין צוגעוואוינט צו גיין נאר מיט דעם.
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 28/06/2010 03:47:22
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 17:50 |
|
| |
ס'איז קלאר אז סלונים זענען ארויס גרויסע געווינערס, און זיי האבן זיך נישט געבראכן צום בג"ץ. דער בג"ץ האט געפאדערט פון סלונים אונטערשריפטן פון אלע עלטערן אז זיי גייען שיקן די קינדער אין שולע 'לערנען' מיט די קינדער פון דעם צווייטן אפטיילונג, האבן זיי דאס באקומען? ניין!, און דער בג"ץ האט זיי ארויסגעלאזט פון תפיסה אזוי אויך, מילא איז קלאר אז סלונים\יהדות החרדית האט באזיגט דעם בג"ץ. אצינד בנוגע דאס צוריק גיין לערנען מיט די אנדערע אפטיילונג, דארף מען פארשטיין אז סלונים, וועלכע ווערט גערעכענט ווי גאר א מעסיגע קהילה, אין האט נישט געזוכט קיין קאנפארטאציעס מיט קיינעם, און האבן דעראיבער געזוכט א וועג ארויס, אבער זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערגעבן צום געריכט. דער געריכט האט געפאדערט אז די קינדער זאלן צוריקגיין לערנען אינאיינעם ביידע אפטיילונגען, יעדעס קלאס פון ביידע זייטן צוזאמען, און אויף דעם האט דער סלונימ'ער רבי געזאגט בשום אופן נישט, און צוליב דעם זענען די עלטערן געשיקט געווארן אין טורמע. דא איז אבער אויפגעקומען דער געוואלדיגער פשרה, וואס הגם נישט דאס האט דער בג"ץ געוואלט, האט ער אבער נישט געהאט קיין סך ברירות, און ער האט געמוזט מסכים זיין דערצו, נאכדעם וואס הרב עובדיה יוסף האט צוגעשטימט דערצו, וואס אויב וואלט עס דער בג"ץ נישט אנגענומען וואלט ער געווארן אפגעפרעגט אפילו ביי די פרייע וועלט, ווייל הרב עובדיה הייסט דער העכסטער ספרדישער מנהיג, און אויב ער איז מסכים, מיינט דאס אז ס'איז לטובת הספרדים. די פשרה ארבייט אזוי, די קינדער וועלן נישט צוריקגיין לערנען אינאיינעם אזוי ווי דער בג"ץ האט געהייסן, נאר אנשטאט וועלן זיך צוזאמקומען אלע הונדרעטער מיידלעך פון עמנואל פון אלע מוסדות, נישט נאר פון די צוויי אפטיילונגען, נאר אויך די ספרדישע מן המעיין, און די חב"ד שולע, די קינדער וועלן נישט לערנען אינאיינעם, זיי זיצן בלויז מיט עטליכע הונדרעט קינדער אונטער איין דאך, און הערן דרשות פאר דריי טאג, און דאס איז קלאר נישט וואס דער בג"ץ האט געוואלט. אין בשכר זאת, וועט דער געריכט נישט שטערן פאר סלונים צו עפענען זייער אייגענעם שולע קומעדיגן יאר אין עמנואל, וואס דאס וועט זיין פאר זיי א געוואלדיגע ערייכונג, ווייל דארט וועט זיין א ספציעלער וועד הרבנים וועלכע וועט באשליסן וועלכע קינדער יא אדער נישט אריינצונעמען אין שולע, לויט די תקנות פון סלונים וועלכע זענען אנגעגאנגען ביז יעצט. דעראיבער איז קלאר, אז דער יהדות החרדית\סלונים האט געוואונען, און בג"ץ\יואב ללום האבן פארלוירן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 19:03 |
|
| |
סלונים האט זיך געבראכן אין נאך ווי זיך געבראכען זיי האבן אונטער געשריבן אז זיי גייען פאלגען דעם בג"ץ וואס דאס איז געווען דער עיקר מחלוקות און אלעס פארוואס???????????????? כי השוחד יעוור עיני חכמים ויסלף דברי פיקחים!!!!!!!!!! פאר 3 טעג וואס איז איבער געבליבען צו זיצן???????????? ניין פאר אפאר דולער וואס די בג"ץ האט געזאגט אז מע טאג נישט מער געבען!!!!!!!!!!!!!
און יעצט זהעט יעדער איין אז ויואל משה אמת ותורתו אמת והם בדאים זיי זענען ליגענער'ס זיי שפיל'ן זיך מיט די תורה ווי די זאלי'ס ברצותו מרחיב וברצותו מקצר
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 19:07 |
|
| |
סלונים האט נישט אונטערגעשריבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 19:20 |
|
| |
זיי האבן יא אונטער געשריבן פרייטאג האבן זיי נישט געוואלט אונטער שרייבען האט דער שופט זיי נישט ארויס געלאזט און זונטאג האבן אונטער געשריבען אז זיי נעמען אן דעם פסק פון בג"ץ און זייערע קינדער גייען לערנען צוזאמען מיט די ספארדישע שוואכע אעלעמענטען צוזאמען, טאקע נאר אויף 3 טעג און נישט ממש לערנען נאר דעי קעמפ, אבער דאס איז שוין תירוצים כדי צו קענען נעמען ווייטער געלט פון די חברה אמת די וואך האט געהאט זייער א שיינע ביילאגע פון עומנואל אבער מיט מקדש זיין שם שמים האט דאס גארנישט געהאט נאר געלט געלט געלט געלט געלט און נאכאמאל געלט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 19:32 |
|
| |
הולך, ביסט נישט גערעכט, די עלטערן זעלבסט האבן גארנישט אונטערגעשריבן.
די פשרה וואס די לויערס און רבנים האבן אונטערגעשריבן, דארט שטייט אז "די פשרה איז אין איינקלאנג מיטן פסק פון בג"ץ".
ס'איז נישט אהער און נישט אהין... אבער מאך עס נישט שווארצער ווי ס'איז.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 19:46 |
|
| |
ליידער ליידער איז זיך עס יא געבראכן, טאקע נישט אינגאנצן, אבער געבראכן.
דא איז די גאנצע מערכה געווען אויפן פרינציפ, ווער שטייט העכער, און צו דער בג"ץ מיט זיינע תפיסות און פאליציי קען צווינגען סלונים נאכצוקומען זייערע פאדערונגען. ס'איז נישט געווען די שאלה פון די יעצטיגע 2 וואכן אדער 3 טאג, ס'איז געווען דער "תחת", וואס עס ליגט אונטער די היי.
דער עיקר טעסט וועט קומען טאקע קומענדיגעס יאר, ווייל דער בג"ץ ווארנט שוין אז ער וועט דאן ארעסטירן די עלטערן אויף ווי לאנג ס'וועט אויספעלן ביז זיי וועלן זיך ברעכן.
סלונים זאגט אז זייער אונטערגעבן זיך אויף די 3 טאג מיינט נישט אז זיי גייען זיך דאן ברעכן, דער בג"ץ האלט יא אז זייער יעצטיגער אונטערגעבן זיך מיינט אז זיי גייען עווענטועל זיך ברעכן. און מיט סלונים'ס נאכגעבן אויף די 3 טאג האבן זיי יעצט געלאזט די שאלה הענגען אין דער לופטן.
כ'קען נאר האפן איין זאך, אז סלונים גייט יעצט אנהייבן צו ארבעטן אויף א סקול וואס זאל גענצליך נישט נעמען קיין געלט, ווייל אויב גייען זיי נעמען געלט וועט עס דער בג"ץ אפשטעלן. ער וועט אויך נישט ערלויבן זיי זאלן אוועקשיקן די קינדער ערגעץ אנדערש, און אויב יא וועט ער אפשטעלן די פינאנצן פון יענעם מוסד. ס'איז נישט אויסגעשלאסן פון דעם פארשאלטענעם בג"ץ אז ער זאל זיי ניטאמאל לאזן אוועקמופן פון דארט!
אפילו מיט א גענצליך אומאפהענגיגע מוסד דארף מען רחמים אז ער זאל שטיין פון דער זייט.
אונטערשטע שורה, די פשרה איז א דראמאטישער פראסק פאר'ן יהדות החרדית וואס האט זיך געגרייט צו קעמפן אינאיינעם מיט זיי ביז'ן ענדגילטיגן סוף. מ'דארף נישט מער ווי הערן די צומישטע קולות פון יהדות התורה לאגער צו זען וואספארא פראסק דאס איז פאר יעדן וואס איז ארויסגעקומען פאריגע וואך פראטעסטירן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 20:42 |
|
| |
לדעתי האט דא קיינער נישט געווינען, ביידע, סיי סלאנים און סיי דער בג''ץ האבן פארלוירן און זיי האבן זיך געבראכן געצווינגענערהייט, די שאלה איז נאר ווער האט מער פארלוירן, און איך מיין אז סלאנים, סלאנים האט געקענט באקומען די זעלבע פשרה צוויי וואכן צוריק, זזי האבן נאר געשריגן אז זיי זענען גרייט צו גיין אין תפיסה פארזייערע רעליגיעזע פרינציפן, און למעשה האבן זיי זיך געבראכן און אנגענומען די פשרה, און זיי האבן אויסגעשריגן (דורך זייער לויער) אזזיי האבן זיך אויסגעלערנט אז מען דארף פאלגן דעם בג''ץ, און דאס איז געווען די כוונה פון אדמונד לעווי (דער הויפט דזשאדזש פון בג''ץ) צו ברעכן די חרדים און ווייזן אזזיי זענען בעל הבית, און מיט דעם פרט האט ער געווינען,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 21:18 |
|
| |
*--[endif]* יענקעלע סלונים האט טאקע געקענט אנעמען דעם פשרה, אמת ויציב, סלונים איז געוועהן גרייט אויף סיי וועלכען פשרה, נאר נישט אויף איינס, זיי האבן בשו"א נישט מסכים געווען צו לערנען אינאיינעם מיט קינדער וועלכע זענען נישט אויפן זעלבן רוחניות'דיגן סטאנדארט ווי זיי. דער פראבלעם איז אבער געווען, אז דער בג"ץ איז נישט גרייט געווען עס אנצונעמען, ס'האט אים גענומען כמעט צוויי וואכן ביז דעם זונטאג איינצוזעהן אז ס'איז נישט דא פאר אים קיין וועג ארויס. אין הכי נמי, סלונים האט טאקע געגעבן דעם לייטער פארן ריכטער אראפצוקמען פונעם בוים, דורכן זאגן, אז זיי טוען דאס אלס כבוד פון בית המשפט, ס'ווייסט אבער קלאר יעדער איינער, דער פסק פונעם בג"ץ איז נישט אויסגעפאלגט געווארן, און דער ריכטער האט נאכגעגעבן און ארויסגעלאזט די עלטערן פון תפיסה אן אונטערשרייבן אז זיי וועלן פאלגן דעם בגץ, ווייל ווי געזאגט האט אים ר' עובדיה געצווינגען דערצו. אז מען וועט א קוק טוהן אויפן פסק, מיט וואספארא מ'כלומר'שטע יראת הכבוד דער ריכטער רעדט פונעם סלומנימער רבי'ן און פון ר' עובדיה ביים באפרייען דעם עלטערן, און מען זעהט די פרעכע השפלה, ווי אזוי ער האט זיך באצויגן צום סלומנימער רבין ביים שיקן די עלטערן אין תפיסה, מיט צוויי וואכן פריער (אים אנרופענדיג בלויז דער בירגער פון רחוב סלנט, כלשונו: האזרח ההוא מרחוב סלנט), זעהט מען שוין ווער עס האט זיך געבראכן, און געטוישט מיינונג. און נאך מער, די סלונימער האבן געטענה'ט צום בגץ אז דער דעת תורה פון גדולי ישראל שטייט העכער ווי דער כבוד פון בג"ץ, און אויף דעם ארויף האט דער ריכטער גאר מיעס אויסגעזידעלט די סלונימער זאגענדיג אז רבנים וועלן אונז נישט איינטיילן ווי אזוי צו פסק'נען, יעצט אבער נאכדעם וואס דער יהדות החרדית איז אזוי שטארק ארויסגעקומען אינאיינעם, האט דער ריכטער געטוישט ריכטונג, און געזאגט אז היות ר' עובדיה און דער סלונימער רבי ווילן ברענגען שלום שטעלט ער זיך צו דערצו, דאס הייסט, אז דער ריכטער האט זיך געבראכן און איינגעזעהן אז די גדולי ישראל זענען יא העכער, און ס'איז גאנץ זיכער אז ער האט זיך געלערנט זיין לעקציע, אין וועט זיך מער אין חינוך עניינים נישט אריינמישן, נאר פרובירן מאכן זייערע גזירות אויפן חרדישן ציבור ביים אנדערע אנגעלעגנהייטן אבער נישט אין חינוך עניינים. דרך אגב, די פרייע פרעסע וועלכע האט גאר ברייט געדעקט די גאנצע מערכה ביז אהער, האט נישט געמאלדן איבער א ניצחון פונעם בג"ץ, בלויז פאראווע געמאלדן די פשרה, און שנעל געוואנדען זייער ריכטונג צו אנדערע גאר וויכטיגע נייעסער...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 22:05 |
|
| |
משהמענטש די קענסט פראבירן צו ארבעטען אויף די חברה דא אבער נישט אויף מיר אז די ווילסט וועל איך דיר לייגן דא לינק'ס פון ידיעות אחרונות, מעריב, ערוץ 1, ערוץ 2, ווי זיי האבן א צהלת פנים אז ענדליך האבן זיך די חרדים געבראכען פאר'ן בג"ץ און פארוואס? פאר אפאר גרייצער'ס
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 22:44 |
|
| |
גייען זיי לערנען צוזאמען מיט די ספרדישע מיידלעך די לעצטע דריי טאג?, דער ענטפער איז יא! און דאס האט דער בג''ץ פארלאנגט און סלאנים האט נאכגעגעבן, דאס איז זיכער אז דער בג''ץ האט זיך געוואלט ארויס זען פונעם פלאנטער, און סלאנים האט זיך אויך געוואלט ארויס זען פונעם פלאנטער, אבער קיינער האט נישט געוואלט נאכגעבן א אינטש, דער בג''ץ האט געשריגן אז די חרדים דארפן זיך אויסלענרנען צו פאלגן דעם בג''ץ, און אז אנדעם קען מען נישט פירן א מדינת החוק, און סלאנים האט געטענה'ט אז אין חינוך הבנות ווילן זיי נישט הארכן דעם בג''ץ נאר דער פסק פון די רבנים איז מכריע, למעשה אין דעם אינזיכט האט דער בג''ץ געווינען, אמת, זיי האבן אביסל נאכגעגעבן פון זייער שארפן פארלאנג, אבער זיי האבן זיך געקשן'ט אז מען דארף צוריק גיין אין סקול "צוזאמען" מיט די ספרדים, און דאס האט סלאנים נאכגעגעבן טראץ וואס זיי האבן געשריגן אז אפילו מען לייגט זיי ביי די וואנט און מען גייט זיי שיסן וועלן זיי דאס נישט נאכגעבן, און דער חילול השם פון זייערע לויערס וואס האבן גערעדט בכבוד בית המשפט וואס דאס האט דער בג''ץ געוואלט הערן, און דאס גיט זיי א ניצחון, יא, מיט א שטיקל פשעטיל קען מען רעדוצירן, אדער אפילו עלימינירן זייער געווינס, אבער ווער איז אינטרעסירט אין פשעטליך און הסברים, אויבן אויף האט דער בג''ץ געווינען, כן נראה לפי עניית דעתי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 23:17 |
|
| |
הולך אדרבא ברענג לינקס אהער,לאמיר זעהן. יענקלע די גלייכסט צו זיצן אין איין קלאס און לערנען אינאיינעם זיין אינאיינעם שפילן אינאיינעם וכו', צו דאס זיצן פון עטליכע הונדרעט קינדער אין א גרויסן זאל אפאהר שעה אין טאג און הערן דרשות?
|
|
|
|
|