דאס יהדות החרדית אין ניו יארק ווינטשט זיך מזל טוב צו די אומגלויבליכע נייעס אז דער לאנג ערווארטעטער TAP פראגראם איז איבערראשנד אדורך אין סטעיט אסעמבלי 110-34, וואס וועט בע"ה ממש זיין א ישועה כללית פאר אלע חרד'ישע ישיבות אין דעם ביטערן עקאנאמישן מצב וואס מ'געפינט זיך היינט.
ס'איז ערווארטעט אז ס'וועט אויך גרינג דורכגיין אין סטעיט סענאט.
לויט די היינטיגע שווערע עקאנאמישע מצבים וואס אפעקטירט אויך די סטעיט בודזשעט איז עס ממש בבחינת נס אז דאס האט געקענט דורכגעפירט ווערן.
ס'איז דא אסאך אירע צו פארדאנקען, אריינגערעכנט אסעמבלימאן דוב הייקינד, דעם עסקן נמרץ ר' יהושע אסטרייכער פון בעלזא ב"פ, ווי אויך די הנהלת הישיבה גדולה פון סאטמאר וועלכע האבן אריינגעלייגט אימערמידליכע כוחות שוין לאנגע יארן אז דאס זאל דורכגיין.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 28/06/2010 23:42:19
נשלח ב-28/6/2010 23:52
מזל טוב!!!
עס מוז געגעבן ווערן קרעדיט פאר'ן ענערגישן מעיאר פון קרית יואל הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו וועלכער איז אין די לעצטע יארן מערערע מאל אראפגעפארן קיין אלבאני שתדל'ן פאר דעם גרענט לטובת המתיבתא בקרית יואל.
נשלח ב-29/6/2010 00:01
גייט מען נאך יעצט בעטן שכר לימוד ?
נשלח ב-29/6/2010 00:03
ס'איז אנצונעמען אז די הנהלת הישיבה וועט דאס אפשאצן בכובד ראש און מיט'ן פולסטן אחריות. ס'איז זיכער אז אויב דער מצב וועט עס ערלויבן וועט מען באפרייען די עלטערן פון צאלן שכר לימוד, וואס וועט זיין א געוואלדיגע ישועה פאר אסאך עלטערן אין דעם היינטיגן מצב.
נשלח ב-29/6/2010 00:04
לויט די ציפערן וואס מען געט אן גלייב איך נישט אז מען וועט קענען בעטן שכר לימוד
נשלח ב-29/6/2010 00:28
ס'מוזן ארויסגעהויבן ווערן לשבח ולתהילה די דריי ענערגישע מנהלי המתיבתא ר' יענקל סופר ר' עקיבע הערש קליין און ר' בערל מיטלמאנן וועלכע האבן נישט געשוינט קיין געלט און מיה צום סוקסעס פון די פראגראם יעדער געדענקט די שיינע אוונט וואס עקיבא הערש האט צוגעגרייט פאר'ן גאווענער ס'האט זיכער צוגעגעבן צום הצלחה אגב, פאר יענקל קומט זיך א מזל טוב צום שידוך שליסן פון זיין זוהן עב"ג בת הרב שטערן פון די ישיבה לצעירים אין קר"י
נשלח ב-29/6/2010 00:28
די רעדע איז פון 18 מיליאן דאלער, מ'דארף זען פונקטליך וויאזוי עס גייט צוטיילט ווערן, דערנאך וועט מען וויסן מער.
דאס איז א זעלטענע דערגרייכונג עס הייבט זיך נאר אן מיט דעם פאנטאסטישען סכום 18 מיליאן, אבער איין מאל ס'גייט אריין אין קראפט קען דאס ברענגן יערליך פאר ''אלע'' ישיבה גדולה'ס פולע צענדליגער מיליאנען
דאס איז אבער אמאל זיכער אז ווי אייביג: קומט זיך די קרעדיט פאר משה דוד נידערמאן מיט וויטא לאפעז וכ' די שאלה איז נאר פארוואס אין וויאזוי פאלגט נאך..
נשלח ב-29/6/2010 02:19
געגאנגען כתב:
ס'איז דא אסאך אירע צו פארדאנקען, אריינגערעכנט אסעמבלימאן דוב הייקינד, דעם עסקן נמרץ ר' יהושע אסטרייכער פון בעלזא ב"פ, ווי אויך די הנהלת הישיבה גדולה פון סאטמאר וועלכע האבן אריינגעלייגט אימערמידליכע כוחות שוין לאנגע יארן אז דאס זאל דורכגיין.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 28/06/2010 23:42:19
for the pinktlickeit
the funder if this great idia to bring the tap program for our colleges was ''uta mesivta of kj
and they invest already tousends of hours and $$$ to bring this possible
and 'they' ask shiya ostereicher and other to help them
היראים איך האב אמאל גהערט אז א רב האט איבער געלאזט א מעסעדזטש אויף זיין סעלפאן ווען ער איז אוועק געפארן
אויף אלע שאלות ס'איז מותר, פארוואס? רופט מיר דינסטאג ויחי וועל איך זיי צוריק און ענפערן
דאס זעלבע דא מדה דוד אונטערמאן האט פארשאפט, וואס? ווי? ווען? דאנערשטאג אין איד
נשלח ב-29/6/2010 22:32
איך האב אנגעפרעגט איינער פון די הנהלה אין די מתיבתא אין האט מיר קלאר געמאכט אז די ערשטע צען יאר וועלען בערך זעכציג היימישע מוסודת התורה אינאיינעם באקומען צוזאמען דעם סכום פון 18,000,000, אין דאס ווערט צוטיילט צווישען די מוסודת לויט וויפעל תלמידים מען פארמאגט, דאס מיינט לפי החשבון וועט די מתיבתא באקומען יערליך א האלב מיליאן דאללער , ערשט אין צען יאר ארום וועט זיך הייבען די פרייז פאר שווערע געלטער
נשלח ב-29/6/2010 22:50
I don’t know with whom you spoke because it’s wrong the way it works, as far I know, they put in the budget for a certain amount, based on an estimate how much it may cost aprox
The only dif. between this year and next year is that this year each student w not get the full amount of the program but hopefully next year they will get
נשלח ב-29/6/2010 23:00
גייט די ישיבה גדולה דסאטמאר וויליאמסבורג מיט די איבער 700 תלמידים אויך בענעפעטירן פון דעם פראגראם?