חסידי סאטמאר זענען היינט דינסטאג אויפגעשטאנען צו א נייעם טאג מיט גרויס צובראכנקייט נאך די פטירה פון הרבנית הצדקנית פעסיל לאה ע"ה בת הרה"ק ר' אהרן זי"ע מחברתו הטהורה פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ואמא של מלכות להבלחט"א כ"ק מרן רביה"ק שליט"א וועלכע איז נעכטן מאנטאג כ"ג תמוז תש"ע נסתלק געווארן לדאבון לב כל בית ישראל און איז געברענגט געווארן למנוחה און אהל רבותינו הק' אויפן בית החיים און קרית יואל. יהא זכרה ברוך.
אצינד איז די צייט צו מאכן אביסל א חשבון הנפש איבער די "גרעסטע גזילה אין די אידישע היסטוריה" וואס איז פארגעקומען און קומט אלס פאר ואין פוצה פה.
לאמיר נישט אריין גיין און די גזילה פון די יחידים שהשתלטו על נכסי הציבור און די לעצטע 10 יאר. נאר מיר וועלן ארויסברענגען די גזילה פון פריוואטע חפצים וירושות וועלכע איז נישט צוטיילט געווארן כדת תורה ווי אזוי מען פירט זיך ביי יעדע אידישע משפחה ביי כלל ישראל ווען עס פאסירט אן אימגליק ה"י. און צווישן דעם טייערע חפצים וועלכע איז בירושה מדור דור פון רבותינו הק' זי"ע
> די הייליגע מנורה פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע.
> די מגילה פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע.
> די הייליגע תפילין וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט באקומען בירושה פונעם קדושת יו"ט זי"ע.
> די באוואוסטע בריוו (בציפותינו ציפינו) פון מרן הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע.
> די באוואוסטע בריוו פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
> די בארדיטשובער סידור פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וועלכע רביה"ק זי"ע האט שופך געווען נחלי דמעות און דעם סידור ימים נוראים ביי מלכות זכרונות שופרות.
> די הייליגע קאפטן פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע מיט וועלכע רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פלעגט גיין הושענה רבא ביינאכט.
> די שופר פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע. (ווער עס וויסט פון נאך זאל ביטע ברענגען)
און נאך פיל טייערע חפצים וועלכע געהערט ע"פ תורה פאר די יורשים כולם שווים כאחד.
> ועל הכל הכל נאך פיל אייגענע חפצים פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
גנבים! גזלנים! עתידים אתם ליתן את הדין!