| נשלח ב-8/7/2010 15:40 |
|
| |
"צאנזער רבי" ??? עס האט זיך זיי פארגליסט
איך האב געזעהן, אין א דערנעבדיגן אשכול, אז ביי אונז און סאטמער האט מען שוין אים אויכעט מכתיר געווהן אלס "צאנזער רבי", וויבאלד אז דער נושא דא, איז א אנדערער, האב איך געעפנט דעם אשכול. קייו מאהל צאנזער רבי נישט געוועהן, זיין טאטע זי"ע, איז געוועהן קלויזנבורגער רב / קלויזנבורגער רבי. ווען זיין טאטע איז זי"ע נסתלק געווארן, איז ויקם מלך חדש - פון דו הונדערטער רעבי'ס - צאנזער אייניקלאך משך די דורות, האט זיך קיינער נישט געטרויעט, זיך צו רופן "צאנזער רבי". איך נעם נישט דא א שטעלונג וועגן זיין גרויסקייט – נישט דאס איז דער דעבאטע דא. וויא באקאנט, אז ביי אונז איז "צאנז" ממש קודש הקדשים, אין נישט מיר דארפן זיין די וואס געבן זיי א גושפנקא אויף דעם נאמען - צאנז. הצעה פאר ר'..........זיך צו רופען מעזריטשער מגיד.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 15:53 |
|
| |
בארואיג דיר, מאכט נישט אזעלכע געוואלדעס
דער הייליגער דברי חיים האט זיך נישט געריפען צאנזער רבי, דער שם המקודש לנו, ממש קודש קדשים, איז צאנזער רב יחי ההבדל הקטן (אבל גדול)
דער וועלט דערציילט א מעשה (איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער צו מאכען מיין פאינט) אז דער שינאווער רבי פון מאנסי איז אריינגעקומען צום סאטמאר'ער רב דער בעל דברי יואל דערציילען אז ער עפענט א בית המדרש שינאווא, דער סאטמאר רב האט זיך געגעבען אזא פארקנייטש די שטערן, שינאווא'ר רב, ווער ערלויבט זיך צוריפען דעם הייליגען נאמען (על דרך הנ"ל), זאל זיין שינאווא'ער רבי, און ער האט איהם געווינטשען הצלחה
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 16:10 |
|
| |
דו ביזט "גערעכט", אז עס איז א געוועהן א נפקא מינא, פון "רב" צו "רבי", אבער דער הבדל איז נישט שייך היינט ביים "דור חסר דעה", וואס רבי - רב, איז היינו אך.
אויכעט ביי אונז אין סאטמער, איז דער בעל דברי יואל זי"ע - געוועהן סאטמער רב, און די לעטצטערע יאהרן איז ער געווארן סאטמער רבי.
להבדיל, אין "בעלזא" רופט מען נאך עד היום - צווישן זיך "דער רב".
איך גלייב אז ווען די קארפן קעפ אין "צאנז", וואלטן פארשטאנען דעם משמעות, און וואלטן געקענט אויך ביי די "פיקטשערס" קוקערס משכנע זיין - אז "רב" לגבי צאנז איז אסאך חשובער, וואלטן זיי געוויס אים גערופען "צאנזער רב" - עס איז אבער צו א שווערער ג'אב, ביים היינטיגען דור דאס צו טוהן
תוקן על ידי גערעכט ב- 08/07/2010 16:13:47
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 17:13 |
|
| |
עטץ זאלטס מיר מוחל זיין אויף מיין אויסדרוק
אבער עטץ זענטץ א באנדע פערדן, בערך ווי די בני יואל
אפשר טאר איינער וואס הייסט האלבערשטאם נישט געבן א נאמען פאר זיין קינד חיים, ווייל דעמאלטס וועט ער האבן דעם זעלבן נאמען?
ווי אזוי מעג זיך אוהעלער רב פון מאנסי רופן אוהעלער רב, הלמאי דער ישמח משה האט שוין ארויסגענומען זיין פאטענט נומער אויף אוהעלער רב?
און דער מעזיבוזשער רב פון בארא פארק הרב ביק?
ועל כגון דא איז געווען דאס טפשות/רשעות פון די בני יואל אז קיינער טאר זיך נישט רופן סאטמארע רב/רבי ווייל?
איך וועל פרעגן נאך בעסער, ווי אזוי מעג מען שרייבן אויף סיי וועם מימות משה רבינו דעם טיטל "רבן של ישראל" ווען משה רבינו ווערט שוין באטיטלט מיט דעם?
קאט די האל קרעפ!
די מעשה מיטן שינאווער רב/רבי איז אזוי אמת ווי אלע מעשיות פון מוש"י קפ"ח חלקים
זייט נישט קיין פערדן און בהמות
איך האב נישט קיין שום הערצה צו דעם צאנז קלז"ב רבי חוץ זיין גדלות בתורה, אבער זייט נארמאלע מענטשן, נישט זיצט אין א באקס וואס מען האט ענק געקארמעט זעכציג יאר מיט שטותים.
לא המקום מכבד את האדם אלא האדם מכבד את המקום
ובזה יצאתי ידי חובתי
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 17:22 |
|
| |
וואלןno אביסל היסטוריה וועט דיר נישט שאטן.
דער הייליגער דברי חיים האט געאהט איינער פון זיינע הייליגע קינדער הרה"ק ר' אהרן זי"ע, וואס איז געווארן ממלא מקומו, אלס רב אין שטאט צאנז, אבער קיינער האט נישט גערופען הרה"ק ר' אהרן'ען "צאנזער רב", מען האט מקפיד געוועהן אים צו רופען "דער קרייזער רב".
אויב עס זאגט דיר עפעס - איז גוט, און אויב נישט - איז אויך נישט געפערליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 17:59 |
|
| |
אזעלעכע הבלים האב איך שוין לאנג נישט געזעהן, זייער גיט זיך אויסגעדריקט, דאס איז א סעוויר קעיס אויף בני יואל סינדראם, די מעשה מיט שינעווער רב פון מאנסי איז אזוי געווען, ער האט זיך געפענט א שינעווער בית המדרש אין בארא פארק און האט זיך גערופן שינעווער רב, איינמאל ביים טיש ווען ר' יוסל ע''ה האט אויסגערופן די נעמען פון די אידן וואס שטעלן וויין, דער רבי זי''ע האט דאן אזוי געדרימלט כדרכו בקודש און ר' יוסל רופט אויס אז דער שינעווער רב שטעלט וויין, דער רבי האט דאס דערהערט און געגעבן אזא שפרינג אויף וואס? דער שינעווער רב?, און לכבוד דעם זענדיג אז ס'איז נישט ניחא געווען פארן רבין דער נאמען שינעווער רב, האט ער געטוישט און זיך גערופן דער רב פון שינעווער בית המדרש, (דער עולם האט אים ווייטער גערופן שינעווער רב) זיין זיגל איז געשטאנען (איך האב דאס געזען) רב בבית המדרש שינעוו, און נישט אבדק''ק שינעוו. און פון דעם עפיזאד צו בויען א גאנצע געביידע ווי גלייך דאס איז הלכה למשה מסיני אז מען טאר זיך נישט רופן א רב ווי די פרירעדיגע צדיקים איז אבסורד.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 18:16 |
|
| |
דער נושא איז ספעציפיש וועגן "צאנז"
איך האב מדגיש געוועהן, אז ביז די פטירה פונעם קלויזנבורגער רב / רבי'ן זצ"ל, האט זיך קיינער פונעם הייליגן דברי חיים'ס קינדער איניקלעך און איר אייניקלעך א.א.וו., נישט געטרויעט צו רופען מיט דעם נאמען - מיר וועלן אריין טראכטן, וועלן מיר פארשטיין אז עס רעדט זיך - פון הונדערטער - הונדערטער רבנים, זייטן דברי חיים זי"ע.
נישט שטענדיג איז דאס גלייך, נעם למשל - וויא הויבן דערמאנט בעלזא, בעלזא האט שטענדיג ממשיך געועהן מיטן "בעלזער רב" - "באבאוער רב" א.ד.ג.
נעם א אנדער סעמפל, וועם האט מען גערופן "רוזי'ניער רבי", אויב מארגן וועט זיך אופשטעלן דער בויאן רבי, אדער באהושער רבי, אדער סדיגורא רבי - און זיך אנהייבן צורופען "רוז'ינער רבי", איך גלייב אז עס וועט זיין א חוכא וטלולא.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 19:20 |
|
| |
קאל-איט רבותי, איך בין ענדערש א גערער ווי א בני יואל איך האב געשריבען אפילו לשיטת גערעכט, רופט ער זעך נישט צאנזער רוב, נאר צאנזער רבי, אין הכי נמי מען האט זעך נישט גערופען צאנזער רוב, אבער צאנז בצירוף מיט א אנדערע נאמען, האבין זיך כמה וכמה גערופען אפילו זייער פאטער האט זיך גערופען צאנז-קלוזענבורג, עס איז דא צאנז גריבוב, זמיגראד-צאנז, אויב איך בין זעך נישט טועה האב איך אמאל געזעהן א זיגעל אדער א לעדערהעד צאנז-באבוב
די מעשה ואס איך האב געברענגט (מיט א דיסקלעימער אז איך בין נישט זיכער צו דאס איז אמת, וואלען קומענדיגע מאל ליין בעסער פאר די אטאקירסט מיר מיט מושיען של ישראל) האט יענקעלע11 געבערענגט מיט א אנדערע נוסח, אבער די זעלבער מכוון, אז דער דברי יואל איז נישט געווען ניחא ליה מען זאל איהם רופען שינאווער רוב, נאר רב פון שינאווא ביהמ"ד אדער שינאווער רבי, ועל דרך זה צאנז,
זיי רופען זיך אין אמעריקא צאנז-קלז"ב אין ארה"ק צאנזער רבי
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 19:36 |
|
| |
Plain דו ביזט גערעכט 100%, "צאנז" אליינס איז קיינמאהל נישט געוועהן, און דאס וואס איך האב געמיינט ארויס צו ברענגען
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 20:38 |
|
| |
הרב גערעכט, מי שמך לאיש? יעדער רבי דארף זיך מיט דיר דורכרעדן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון זיין נאמען?
א שאד די טענה'ריי אויף איינעם'ס פריואטע משוגעתן.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 21:18 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | הרב גערעכט, מי שמך לאיש? יעדער רבי דארף זיך מיט דיר דורכרעדן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון זיין נאמען?
א שאד די טענה'ריי אויף איינעם'ס פריואטע משוגעתן. |
|
מי שמך לאיש? יעדער ניק דארף זיך מיט דיר דורכרעדן?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 21:24 |
|
| |
ניין.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 22:12 |
|
| |
הערט מיר אויס רבותי, זייט נישט משוגע, מיר האבן נישט קיין מעסטערס צו מעסטן צדיקים, ומאי שנא אז צאנזער רב טאר מען זיך נישט רופן און בעלזער רב יא?
קודם אויף די מעשה פון יענקעלע11, דאס מאכט שוין מער סענס, און יעצט לאמיר רעדן ווי א חסיד, דער רבי ז"ל האט אמאל געזאגט ביי די הקפות "פריערדיגע צדיקים האבן געזען די אבות אראפקומען, מיר גלייבן נאר אז זיי זענען דא" האט דער רבי ז"ל דער ברך משה געזאגט אמאל, דער פעטער האט אזוי געזאגט בענוותנותו, אבער מיר גלייבן אז ער האט אויך געזען.
אלזא אויב האט ער געזען, איז מובן היטב אז ער האט געהערט מען רופט אויס "שינאווער רב" אז ער האט זיך געגעבן אזא טרייסל און זיך אומגעקוקט פון וועם מען רעדט, מיינט דאס אז ס'איז נישט געווען ניחא?
און איבער היסטאריע שיינט אז דו ביזט נישט אזוי באהאוונט (אנטשולדיגט מיר), דער קרייזער רב האט מען אזוי גערופן ווייל ס'איז געווען א גאנצע דין תורה מיטן שינאווער רב, ואכ"מ, פרעג דיר נאך אביסל.
און פארוואס ר' שלמה באבוב צו אנדערע האבן זיך נישט גערופן איז די זעלבע סיבה פארוואס ר' משה יוסף דער אוהעלער רב האט זיך נישט גערופן סיגעטער רב, כ'מיין, ער איז דאך געווען רב אין באבוב.
און דוכט זיך אז חוץ מזה די אלע וואס האבן משמש געווען ברבנות אין צאנז נאכן ר' אהרן דער צאנז קרייזער רב, האבן זיך אלע גערופן אב"ד צאנז, זיי זענען נאר נישט מפורסם אלס צאנזער רב, נו אלא מאי?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2010 02:19 |
|
| |
קיינער זאגט נישט אז מ'טאר זיך נישט רופען מיט די אדער מיט די נאמען ווייל מיר האבען א מעסטער, אין אזוי אויך האט קיינער נישט געזאגט אז אויב איינער טוט אנדערש איז ער א שגץ, מ'רעדט דא ווי אזוי מ'האט אמאל געטאן אין אויב ס'איז א חוצפה משנה צו זיין.
מיר האבען טאקע נישט קיין מעסטער, אבער געוויסע צדיקים זענען אבער מער אנגענומען אלס רבי'ס פון כלל ישראל. ווי למשל די חת"ם סופר אין די צאנזער רב זעזען געווען באוואוסט אין אונגארין-גאליציע אין אזוי אויך אין אנדערע מקומות אלס אונזערע רבי'ס וואס האבען אוועקגעשטעלט די עתיד פון כלל ישראל. יעצט בנוגע זיך רופען מיטען היילגען נאמען
'צאנז': אין געוויסע מקומות איז קלאר געווען אזא 'קבלה' אז מ'רופט זיך נישט מיט א געוויסע נאמען. ווי למשל אין בית רוז'ין האט זיך קיינער נישט גערופען מיט'ן נאמען פונעם הייליגען רוזשינער.
צו וואלןסח: אז דו זאגסט אז דו קענסט יא היסטאריע, וואלסטו געמעגט וויסען אז די נאמען 'קרייזער רב' האט גארנישט געהאט צוטאן מיט די די"ת וואס כ'מיין איז למעשה נישט צושטאנד געקומען אדער פארטיג געווארען ווייל שינאווער רב איז אוועק געגאנגען פון צאנז אין געזאגט אז ער אים מוחל 'לו' ולא לזרעו. די נאמען קרייזער רב איז געקומען ווייל ער איז נאך געווארן רב בימי אביו אין מחמת כבודו האט מען אים אזוי גערופען אין ס'איז שוין אזוי געבליבען. זיין זון ר' ליבוש האט זיך יא 'געשריבען' אב"ד צאנז, אבער מ'האט אים למעשה נישט אזוי גערופען. זיין זון אין אייניקעל (ר' ברוך ור' מרדכי זאב) וואס האבען משמש געווען ברבנות אין שטאט צאנז האבען זיך געשריבען אין מ'האט זיי גערופען אב"ד גריבוב, א שטעטל נעבען צאנז.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2010 11:40 |
|
| |
דער פוינט פון די זאך בקיצור איז:
אין דעם היינטיגען עולם השקר, האבן די קארפן קעפ אין קלויזבורג מחליט געוועהן, אז זיי וועלן זיין גרעסער - מעכטיגער - און אויכעט אפשר הייליגער, אז וועלן זיך אנהייבן צו רופען "צאנז".
דעם טאטענ'ס מ"מ איז ער נאר אויף די נכסים - א.ד.ג. - אבער למעשה איז מען ממשיך דרכם פונעם הייליגן דברי חיים, קלויזנבורג איז עפעס צו קליין און נישטיג פאר זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2010 12:29 |
|
| |
גערעכט
נאר "קארפין קעפ" לעבן און עולם השקר
יעדער העלפט סאטמער זאגט אויף דיא צווייטע העלפט סאטמער אז זייא לעבן און עולם השקר
מידארף שוין נישט זוכען און אנדערע חסידות'ן
|
|
|
|
|