בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/7/2010 05:47 לינק ישיר 
בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י

איז אוועק אין עלטער פון 94 יאר אלט, ווייסט איינער מער פרטים וועגן מקום קבורה?

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2010 07:58 לינק ישיר 

איך הער אז מ'גייט אים נעבעך אויך דאמפ'ן ביי פאלאקס נעבן די מאנגאליען'ס! באקומען אין אימעיל: זרילע האט ארויסגעשארט אפאר אינטערשריפטן פון עטליכע עלטערע אידן אז זיי ווילן ליגן אין פאלאקס בעקיארד לאחמא"ש! די שאלה איז צו ווילאנג דער זרילע האט זיך אוועק געלייגט דאס פלאץ אין בית החיים נעבן ר' סענדער דייטש ז"ל (זכרונות ווען זרילע האט נאך געהאט א ווארט אין חברה קדישא...) האט ער געהאט אין חשבון צו ליגן אין א בעקיארד אטעטש'ט (ס'איז דאך איינס.....) צווישן די מאנגאליען אדער ער האט יא געפלאנט צו ליגן נעבן אוהל און זיך מיטגענומען דעם מנוח וויגדער אלס א נעיבער מיט זכותים (נעבעך...) אויף יענע וועלט און נאר אנזאלצען אפאר עלטערע תמימי לב און זיי אוועקלייגן צווישן די פאלאקן און מאנגאלן אין בעקיארד....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2010 08:51 לינק ישיר 

ס'איז נישט ר' עזריאל דער וואס האט אנגעדרייט ר' אליעזר חיים. עס איז דוד עקשטיין. ווייל נאך וואס מען האט פארשפארט די רביצין. דאן האט ער שוין געלאזט וויסן אז ער וויל ליגן און די נייע ביה"ח און אגב איז זייער נישט אויסגעהאלטן צו רעדן אזעלכע לשונות ווי פריער אויף שוכני עפר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2010 09:15 לינק ישיר 

קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס האט ליגן מיט מאנגאליען צוטאן מיט'ן פארשלאסענעם קרעטשמע?.... (כאילו ר' דוד איז דעספערט פאר יעדן איינציגסטן וואס ווערט באהאלטן ביי די פאלאקן אין בעקיארד...) פון וועלכע שוכני עפר רעדסטו? פון זרילע?...

תוקן על ידי משפל_גאים ב- 11/07/2010 09:30:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2010 14:04 לינק ישיר 

איך שוין נעבעך ד' אליעזר חיים ע"ה אזא טייערע איד (לויט ווי איך האב אים געקענט) אז ער דארף נעבעך אנקומען צו ליגן דארט מאיזה סיבה שיהי'.

אבער זייט וויסן, אז אין אזעלכע פעלער זאגט קהל, מיר האבן נאר פארדינט!, ווייל געווענליך די סארט אידן האבן רוב ימיהם געצאלט מעמבער שיפ, און אפילו געקויפט קרקע, און יעצט נעמען זיי נישט זייער ערליך פארדינטע קרקע צוליב ... (וואסערע סיבה ס'זאל נישט זיין), נו, האט מען פארדינט נאך א שטיקל קרקע.

איך זע נישט וואסערע שאדן קהלתינו זאל האבן פון זייער ביה"ח, רבותינו הק' והרבנית ליגן במקומם הראוי, מער פון דעם, וועם גייט אן ווער ס'גייט אהין?

גייט איינער וויינען אז ר' עזריאל ליגט נישט ביי אונז? (חוץ ער אליין?)

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2010 15:47 לינק ישיר 

פאר ר' עזריאל וויינט מען נישט אבער פאר ר' אליעזר חיים יא
ווייל ר' אליעזר חיים איז דער ערשטער אנגעזעהנער עלטערער איד צו ליגן דארט און דאס וועט זיכער ברענגען נאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2010 17:02 לינק ישיר 

1) יעדער וואס האט געקענט ר' אליעזר חיים ע"ה (איך קען אים נאך גוט פון מיינע אינגע יארן) וועט מודה זיין אז אויב עפעס איז ער א ריינער "אומפארטייאישער" איד, וועלכע האט קיינמאל קיינעם נישט "געקלערט" פון טשעפענען, אדער אפילו פון האבן טענות אויף עמיצן'ס הנהגה וכדומה.

2) יעדער זאלי וועט מיר מוזן מודה זיין, אז א אומפארטייאישער איד וועלכע דאוונט אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, האט נישט קיין שום סיבה צו "וועלן" ליגן אין זייער לאט מאחורי הגדר. ווילאנג ער איז נישט קיין פארביסענער זאלי האט דאס נישט קיין שום לאגישער הסבר אז דאס איז געווען זיין רצון, והמוציא עליו הראיה.

3) די פאקט אז ר' עזריאל האט פון אים ארויסדערווישט אזא חתימה איז שוין געווען באקאנט פון אייניגע וואכן צוריק, און דאס קענען די קינדער באשטעטיגן, און עס איז ברור אז דער ר' אליעזר חיים האט נישט געוויסט בחייכון איבער זייער ביה"ח.

4) צו עס איז א פארלוסט פאר קהל איז א גרויסע שאלה, אבער א פארלוסט פאר אזא וואוילער איד איז עס זיכער, עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז בעולם העליון איז ער נעבעך נישט מוחל עזריאל'ן דערפאר, ויבא בעל הכרם ויכלה קוציו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2010 17:07 לינק ישיר 

און צו די זאליס וועלכע זוכן צו פארקויפן מעשיות כאילו ער האט דאס באפוילן צו זיינע קינדער אין שפיטאל, וואס כדרכם איז תיכף נולד געווארן א "קראנטע" מעשה מיט אלע פיטשעפעקס, וויל איך אויך דערמאנען די 2 קראנטע נייעס:

1) רבינו שליט"א האט געוואלט לייגן די מאמע אינדרויסן פון אהל.

 2) די פערמיט פון די בעדפארד סטארידש איז געווען אפגעהאלטן אויף שבועות "צייטווייליג", צוליב א פייער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2010 17:58 לינק ישיר 

מן הסתם האט ר' זרילע געוואלט זארגן פאר זיך חאטשיק איין נארמאלער איינגעזענער שכן ביי די לאט פון פאללאק ער זאל זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אריין לייגן זיין געביין לאחר מוע''ש .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2010 18:48 לינק ישיר 

אזא שאד אזא טייערע אבידה אבער דאס וואונדערט מיר טאקע אז ווען עס גייט אוועק אזא טייערע איד וואס איז ליידער די גרויסע שמחה ביי די זאליס עס איז פאר זיי די גרעסטע געווינס אז א ערליעכער איד איז אוועק ה"י
כשהן יורדין...............



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2010 19:46 לינק ישיר 

אין קווינס פארום שרייבט א ניק אז ר' אליעזר חיים האט באשלאסן זיך 'איינצוקויפן א נייעם חלקה ביי די 'היימישע' בית החיים, און ליגן מיט'ן היימישן עולם.... ווי נאר ר' דוד עקשטיין האט אפגעשפארט די מושב לצים קרעטשמע....' איך קען אפשר הערן זינט ווען ר' אליעזר חיים איז געווען א זאליבאנער?? לויט ווי איר לייגט אים אראפ איז ער ענדערש געוועזן בני יואל געשטימט... נו, פארוואס האט עטס אים נישט געדאמפט אין שטאל ביי די קרעציגע בני זואל??? ווי קומט דא אריין די בעקיארד...???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2010 22:34 לינק ישיר 

איז ער געווען א מלמד אין וויליאמסבורג ? אויב דאס איז ער איז ער באמת א איידעלע איד וואס איז שווער צו טרעפן אזא סארט

ברוך דיין אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2010 02:19 לינק ישיר 

כ'הער אז ער האט קיינמאל נישט באצאלט פאר זייער ארץ החיים געלט קיין גרייצער (מן הסתם איז ער נישט געווען אינטערסירט צו געווינען א 5 סטאר וויקעישאן)

נאר: ווי פיוו בארא האט שוין געשריבן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2010 21:30 לינק ישיר 

פין תיבה אישית

אויב קענסטו שרייבן אויף היידפארק לייג עס ביי די תגובה פין טיטלבוים

איך בין געווען מנחם אבל זיין אין מאנסי ביי די טיטלבוים משפחה אין איך האב געפרעגט יעקב שמואל מיט אנדערע קרובי משפחה וואס האט ענקער טאטע אין זיידע ענק שלעכט געטוהן אז מען האט געמאכט מיט אים אזא ניוויל המת אין אים באערדיגט אין פלאץ וואס איז געגרינדעט נאר פאר מחלוקת אין ערכעות אין אויב עס איז אמת אז ער האט געזאגט אז ער וויל דארט ליגען
האט ער מיר געזאגט אז עזריאל האט גערעדט מיט אים שוין א לאנגע צייט וועגן דעם אין זיי האבען נישט געוויסט פונקטליך וואס. ווען זיי זענען געוואר געווארען וואס ער וויל מיט אים טוהן האבען זיי אנגעהויבן צו רעדן מיט אים האט ער פארציילט וואס פאר א ליגענטס מען האט אים געזאגט. מען האט אים אויפגעוויזען גרונגערהייט די אלע ליגענטס אין ער האט קלאר געזאגט אז אויב אזוי וויל ער נישט דארט ליגען אין ער וויל ליגען מיט זיין ווייב אין די געהעריגע בית עלמין.
מיט דעם אלעם האט גלייך נאך די פטירה האט איין ברודער אנגעהויבן פארפירען (ער האט מיר נישט געזאגט ווער אבער איך וועל דיר באלד זאגען ווער דאס איז. שרייב עס נישט אויף היידפארק) אז מען גייט לייגען אין פאלאקס.
זאגט ער מיר גלייב מיר אז מצידי האב איך געטוהן וואס איך האב געקענט איך האב פראבירט בדרכי נועם אינאיינעם מיט מאיר יוסל. אין אפילו קלמן האט שוין געקענט באשטיין למעשה איז צום סוף יא געלונגען פאר זיי צו מאכען דער ניוויל המת
איך וויל נישט שרייבען מער ווער ווי דעם ווייל איך וויל נישט אויפראקען א חשובע משפחה ברבים.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2010 21:46 לינק ישיר 

אפשר פעשעווארסק א זייטיגע טובה אפשר ווערסטו מיר געוואיער ווי זיי זיצן שבעה, און וועלכע הויז און זקנים האט ער געוואינט, איך וואלט געוואלט אנקומען אהין, אפשר פרעגסטו דיין חבר וואס האט דיר געריבן און אישית



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2010 21:54 לינק ישיר 

פארוואס הענגט נישט קיין ניחום אבלים צעטל אין די ווייסע שול?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext