בית פורומים כל העולם כולו

האט דער ברך משה געטיען ריכטיג ביים קלויזבארגער לווי'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/7/2010 02:37 לינק ישיר 
האט דער ברך משה געטיען ריכטיג ביים קלויזבארגער לווי'

מען געט א קוקט וואס דא האט זיך אפגעשפילט ביי די שבעה איז ממש אומגעלויביך

פאר צוויי יאר צוריק ווען האדמו"ר מהר"א האט זיך געטראפן מיט צאנזער פין ארץ ישראל האבן עס די זאליס מיט קלויזנבארגער פין אמעריקע שרעקליך פארדאמט יעדער איינער פאר זייער אייגענע אינטערסן

דורך געגאנגען צוויי יאר אין יעדער איינער פין ביידע סאטמאר אין פין ביידע צאנזער האבן מודה געווען אין האדמו"ר מהר"א שטארקע שריט פאר שלום
אזש יעצט ביי די שבעה האבן זיך יעדער רבי געטראפן מיט אלע רבי'ס

ווען דער ברך משה איז געווען אין ארץ ישראל תשנ"ד אין דער קלויזנבארגער איז דעמאלס אוועק
מען קוקט יעצט צוריק האלט מען ער האט געמאכט די ריכטיגע שריט מיטן נישט גיין צי די לווי' פין א געוועזענע שוואגער וואס ער האט געהאט מיט זיין שוועסטער ניין קינדער אלע אוועק אויף קידוש השם

אדער איז געווען א שרעקליכע פעלער וואס מען זאגט אז עזריאל גליק איז שולדיג דערין

אין נישט פארגעסן הרה"ק ר' משה ארי פריינד מיטן תולדות אהרן רבי זענען יא געגאנגען צי די לווי'

ואס האלט דער עולם ?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 02:41 לינק ישיר 

טויש דיין קעפל
ווער עס קען דער ברך משה ז''ל ווייסט אז ס'נישט ער צו טוהן אזא זאך.
אין אז ער האט עס יא געטוהן מיינט דאס אז ער געהאט מיט זיך זעלטענע משוגעים אין פרעים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/7/2010 02:51 לינק ישיר 

א שאלה צו ס'איז איז געווען א מיאוס'ר טעות, אוודאי און אוודאי
בפרט אז דער תו"א רבי מיט ר' משה ארי' זענען יא געגאנגען, וואספארא פנים האט דער ברך משה נאכדעם געהאט
בפרט בשעת די לויה איז געווען א מסיבה מיט מוזיק אין בני ברק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/7/2010 03:52 לינק ישיר 

the rabbi barich moshe zt"l did the right think what my point is that he realy wanted to go and i heard it from a good source a while back and just   zriel glick didnt let go and so it wasnt the rabbis fold at all and btw whats the question at all our rabbi was far from a fighter



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/7/2010 04:18 לינק ישיר 

סוי היראים איך וויל נישט שטערן די נושא. אבער ווי איך זעה ביסטו מודה אז אזוי פרי ווי נ"ד האבן שוין זיינע ארומיגע געהאט אן השפעה אויף עם. סוי מיר האלטן שוין ערגעץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 05:54 לינק ישיר 

אדמיראל, עס איז קיין קשיא "צו ער האט גוט געטון", למפרע איז יעדער שלמה המלך און וודאי האט ער זייער זייער נישט גוט געטון.

כבין מיט געפארען אויף די נסיעה דעמאלט. כמיין אז דאס איז געווען די ערשטע נסיעה דעם רבי'ןס אלס רבי פון סאטמאר.

ער איז געווען א געפאנגענער ביי די חברה אנגעפירט פון עזריא'.

דארפסט פארשטיין, דעמאלט ביים אנקומען איז פונקט ארויס געקומען דער באקאנטער "סיקסטי מינוטס" איבער קרית יואל וואס י"וו ימ"ש האט אנגעארבעט. עס האט דעם רבין מיט גאנץ סאטמאר זייער שטארק מבזה געווען.

אלע ישרא' דיגע פעיפערס זענען פול געווען פון די גרויסע עולמות וואס זענן געקומן מקבל פנים און אויף די זעלבע זייט אויף געשפילט דעם סיקסטי מינוט שמאץ פון י"וו ימ"ש.

ביי דעם מצב איז דער רבי באמת געווען א פארלוירענער נישט זיין צו געוואוינט צו די מיני שמוץ. זריא' וכת דילי' וועלכע האבען מיט געלעבט שמוץ אקעגען דברי יוא' ז"ל אלע יארען און האבען געהאט די עקספיריענס פון זיין "אנדער די גאן" האבען אים געהאלטן אין איין מחזק זיין און ער איז ממש געווען "אנדער די אינפלוענס", פארשטייסט?

ער איז בכלל נישט געווען אין א מצב א קעגען שטעלען זיך זריא' ביי די קלויזענבאגער לוי'. איך בין דארט געווען אזוי ווי אלע חסידים וואס זענען מיט געפארען. זריא' האט דאס שטרענג פארבאטען ואין לך רשות להרהר אחריו.

דער ברך משה ז"ל האט נעבעך זייער געוואלט גיין.

פונדעסטוועגען דארפסטו וויסען אז ביי די לווי' פון קירהאזער רב,  ווען דער רבי איז אנגעקומען און געהערט אז דער ב"פ קלויזענבארגער האט אים מספיד געווען האט ער זיך אויסגעדרייט און אוועק געגאנגען פון די לוי'.

אבער ביים קלויזענבארגער'ס לוי אין א"י האט ער יא געוואלט גיין, קען זיין אז דער רבי האט געוואוסט אז דער ב"פקער איז עפעס שולדיג אין די מחלוקה כווייס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 06:06 לינק ישיר 

אוי ביטע דערצייל נישט האלבע מעשיות

ביים קירלהאזעער לוי' איז ער אוועקגעגאנגען ווייל דער קלז"ב האט אנגעהויבן צו רעדן ציונות, נישט וועגן אים פערזענליך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 21:30 לינק ישיר 

די זאלי'ס טרייען צי ספינען אז פארדעם איז דער ברך משה נישט געגאנגען צי די לווי' ווייל דער קלויזנבארג איז נישט געקומען צים רבינ'ס לווי'

צי זאגן דאס איז אבסורד ווייל דעס איז נקמה, אין ווער עס האט געקענט דעם ברך משה ווייסט ער איז געווען ווייט פין צי זיין א נוקם ונוטר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/7/2010 00:50 לינק ישיר 

דער ברך משה האט כל ימיו חרטה געהאט פארן נישט גיין, אזוי אויך האט ער זיך אויסגעדריקט מיט גאר שארפע אויסדרוקען אנטקעגן זריעל נאכדעם. די רבי האט עס שטארק באנק געטוהן.

ווער עס ווייסט האט די רבי זצ"ל אויך געגאנגן צו הרב קוטלער'ס לוויה. ווייל ער האט געהאלטן אז ביי שמחות און צרות שפילט מען נישט קיין קנאות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2010 10:04 לינק ישיר 

ווי אזוי קענסטו פארגלייכן הרב קאטלער מיט וועם דער רבי ז"ל האט זיך קיינמאל פערזענליך געשלאגן, צום קלויזענבוירגער וואס האט כמ"פ בארעדט דעם רבין ברבים און עמטליך געפירט מיט אים א מערכה
און בכלל פארשטיי איך נישט ווי אזוי א חסיד פון בר"מ קען זאגן אזא זאך "אז דער רבי איז נישט געגאנגען צוליב זריעל"
ס'איז די גרעסטע בזיון פאר רבינו אזוי צו זאגען, יעדער ווייסט ווי אזוי דער קלז"ב האט אנגערופן דעם רבין ברבים, און בפרט אז ער האט גערעדט אויף זיין פעטער, און געפרעדיגט אפן ציונות, מילא האט דער רבי געהאט אלע פארשטענדליכע סיבות נישט צו גיין
און חוץ דעם מארגען וועט איינער קומען און זאגען אז די שייגעץ ארויס האט ער געזאגט צוליב יודל עפשטיין, און די פעטי צוליב סיני קויפמאן א. א. וו., איך מיין אז חוצפה האט אויך א גרעניץ 
און כ'פארשטיי נישט פארוואס די ארונים מוזן אננעמען דעם מהלך, דאס אז מהר"א איז געגאנגען באזוכן זיין זון אין א"י איז קיין שום סתירה נישט צו דעם וואס דער רבי איז נישט געגאנגען צו זיין טאטע'ס לויה, ווייל מיט זיין טאטע האט מען געהאט צו טוהן, אבער זיין זוהן איז גארנישט אנדערש ווי דער גערער
און די זעלבע זאך איז מיט הרב אהרן מרדכי, מיט'ן בעלזער טאר מען קיין שייכות האבן ווייל ער האט געוואלט אונטערברענגען די עדה בשעתו און דעריבער האט מען אים גע'אסר'ט און זיין שחיטה איז טריפה, און אויב מהר"א וועט זיין אין א"י ביי זיין לוי' וועט ער זיכער נישט גיין כאטש ער איז זיין שוואגער, אבער מיט הרב אהרן מרדכי האט ער נישט קיין מחלוקת, און ער וועט אים גיין באזוכן פונקט ווי דעם גערער און קלויזענבוירגער און אלע אנדערע אגודיסטן

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/07/2010 19:40:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2010 17:13 לינק ישיר 

עס קען זיין אז בדיעבד האט דער ברך משה זצ"ל חרטה געהאט פארן נישט גיין צו די לוויה.

דער עצם נישט גיין צו די לווויה, קען לכאורה האבן עטליכע סיבות, 1 די צייט האט טעכניש נישט דערלויבט, דער ברך משה איז געקומען אויף געציילטע טעג (עס איז געוועהן די צווייטע נסיעה נישט די הערשטע), וואס וויא פארשטענדליך - איז יעדע מינוט אין טאג, אויסגעשטעלט און פראגראמירט, ווען מען זאל צו שטעלן ד סיבה נומבער 2, וואס איז לכאורה דער נישט צו שטארקע צושטימונג - צווישן סאטמער מיט קלויזבורג - מיט די אלע יועצים למיניהם + סיבה נומבער 3, אז די לווייה איז פארגעקומען אין נתניה - א היפשע נסיעה פון 1.5-2 שעה א יעדע וועג, דאס מיינט - אז דער סדר היום פון יענעם טאג, איז צו געמאכט.

לעומת זה, ר' משה ארי' זצ"ל - און דער תו"א רבי זצ"ל, האבן נישט געהאט די פראבלעמען כמעט, האבן זיי זיך געקענט משתתף זיין.


תוקן על ידי גערעכט ב- 18/07/2010 17:17:19




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2010 17:40 לינק ישיר 

The fact that his uncle the Rebbe Ztz"l had a personal conflict with him, does not justify not going to a Leviah of a former shvoger who took you in as a orphan for several years.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2010 17:59 לינק ישיר 

דער גאנצער שמועס דא לענ"ד איז סתם געקייט וואסער

מען קען זאגן כמה וכמה סיבות פארוואס דער רבי זאל נישט וועלן גיין צו די לוי', איך גיי אבער נישט זאגן קיין שום ספעצפישע סיבה, ווייל איך גלייב אז דער רבי אליין האט אויך נישט געזאגט צוליב דעם און דעם גיי איך נישט.

דער מציאות איז אבער אז אין יענע יארן האט עס כלל נישט אויסגערופן קיין שטורעם

די סיבה אליין אז ער האט פערזענליך זיך געקריגט מיטן רבין איז גענוג א גוטע סיבה, און איך האב פאר אייך נייעס אז רבינו שליט"א אליין אלס חתן בשבעת ימי המשתה האט אויך געמאלדן פאר זיין שווער ביי איין שבע ברכות ווי דער קלז"ב האט געדארפט צו זיין, אז טאמער קומט דער קלז"ב קומט נישט דער חתן.

אויב פאר היינט איז קיינעם נישט שווער אז אייגענע ברודער'ס קומען נישט צו שמחות, זאל זיין א קשיא אויף א געוועזענע שוואגער וואס ער איז אים גארנישט שולדיג געווען (גימפעלע שרייבט עפעס איך פארשטיי אבער נישט וואס)

ובנוסף לזה לענ"ד אויב עס איז געווען א החלטה פון שטוב מענטשן איז עס אויך נישט געווען דורכגעטראכט, און ווי גערעכט ברענגט עס גוט ארויס, די ביזי צייט וואס איז דאן געווען האט נישט געלאזט צופיל טשענסעס פאר יא, און יש מקום לומר ווי "גערעכט" אז בדיעבד האט דער ברך משה נאכדעם חרטה געהאט (איך ווייס נישט אויב ס'איז טאקע אזוי, אבער די השערה איז נישט אפגעפרעגט פאר ווער ס'האט אביסל געקענט דעם רבין)

דאס אז ר' משה ארי' און תולדות אהרן האבן געפילט פאר וויכטיג צו גיין, דאס דארפן מיר נישט פארענטפערן, דאס דארפן זייערע חסידים ענטפערן (אויב איז איינעם שווער) ווי אזוי זיי האבן געקענט גיין צו א לוי' פון אינעם וואס האט מבזה געווען א איד וואס זיי האבן זיך פאררעכנט ווי א תלמיד פון דעם איד (און כמדומה זענען זיי נישט געווען קיין קרובים פאר קלז"ב)

סוף דבר, ס'איז נישט קיין כבוד פאר קיינעם דורכצוקייען אלטע זאכן, ווען רוב פון אונז געדענק מיר ניטאמאל די שווערע יארן פון קלז"ב און סאטמאר בחיי רבינו יואל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2010 18:16 לינק ישיר 

אגב,

ווען דער טאטע פון סאטמאר איז נפטר געווארן בכ"ו אב תשל"ט, איז דער קלוזענבורגער געקומען זיך משתתף זיין? איז ער אפילו געזיצען אין א קאר אינדרויסען פון קרית יואל? אדער איז ער אנגעגאנגען מיט זיין סדר היום, אין יוניאן סיטי, ווי גארנישט וואלט געווען, אין די צייט וואס די רבי איז געוווען זיינער א געוועזענע פעטער, אין אים פיל געהאלפן פארן קריג,

עם עקש תתפתל!



תוקן על ידי יענקל_38 ב- 18/07/2010 18:20:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 06:14 לינק ישיר 

גימפל, פון נעמסטו דאס אז דער רבי ז"ל האט זיך געדרייט אין קלויזענבורג נאך זיינע עלטערנ'ס פטירה
מיר ווייסן אז ער האט זיך נישט פארטראגן מיט די משפחה (כ'ווייס נישט ספעציפישע פרטים, נאר וואס ס'איז באוואסט ביים ציבור)
דער רבי האט זיך געדרייעט אלס בחור ביים אנדערן פעטער אין קראלע און שפעטער אין סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2010 02:23 לינק ישיר 

אט איז וואס גימפל האט מיר געענטפערט אין אישי
he said it on tape chanuka, i think 1995. that he was by them for several yrears

ווייסט איינער מער פרטים?, אין משה הי' רועה שטייט עס נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > האט דער ברך משה געטיען ריכטיג ביים קלויזבארגער לווי'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext