בית פורומים כל העולם כולו

בטעות ארויסגעפאלן ביילאגע אינעם "איד"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/7/2010 19:39 לינק ישיר 
בטעות ארויסגעפאלן ביילאגע אינעם "איד"

נאך יארן שדתלנות פון חסידי מהר"זל,צו ברענגן די סאטמערע סוכסוך פאר א בית דין בישראל,איך די וואך געקומען די פרייעדיגע מעלדונג אז קארט האט נאכגעקומען זייער געבעט און עס וועט פארלאנגן די אהרונים צו זאפארט שטעלן צו דין תורה ,דאס קומט נאכדעם וואס איז ענדליך געקומען נאך גרויס שווערקייטן און בני ברק וואו מען האט געצווינגען די אהרוינם ארויס צוגיין פון בג"ץ עס איז געווען אנגעגרייט א שטאב שרייבערס ארויס צוברענגן די הילכדיגע זיג א שטייגער וואו די וואשניגטאן פראטעסט,אבער צוליב א פארדריסליכע טעות איז דאס די לעצטע מינוט ארויסגעפאלן ,זייענדיג פארנומען מיטן צוקונפטיגע נסיעה קיין אייראפע מחזק צו זיין די מוסדות וואס נעמען ניט קיין געלט פון די שטאט,וואו אויך זיך באטייליגן ביים משב"ק ענגעל'ס חתונה,און דאס איז די אורזאך פארן נישט ווערן געדעקט און קיים שום ווינקל און איד עס וועט נאכפאלגן בקרוב,די גאנצע השתלשלות ווי אויך טיפערע חלקים פונעם פסק וואס איז נאך נישט באקאנט פארן ציבור עס איז צום האפן אז די אהרוינים וועלן דאס מאל נישט אפיעלן די פסק ,און ענדליך אויפהערן מיט די שרעקליכע חילול השם



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 20:06 לינק ישיר 

שקר שקר שקר,

איך האב יעצט ערהאלטן די ביילאגע וואס עכט געדארפט אריינגיין אין דער איד און צוליב טעכנישע סיבות איז עס ארויסגעפאלן,

דא איז עס:

וויכטיגע מעלדונג פון אונזער באליבטן סגן ראה"ק ר' שאול פערלשטיין נ"י;

טייערע חסידי רבינו שליט"א

אזוי ווי עס איז באקאנט האט ווייטער א קאראפטירטער אראנדש קאונטי שופט געפסקנט א חיי שעה געווינס, אז מ'מוז גיין צו דין תורה, וויל איך דא מעלדן מיטן פולן גאראנטי אז אלעס בלייבט ביים אלטען, און אזוי ווי מיר האבן ב"ה מצליח געווען פאר קרוב צו 10 יאר אז ח"ו דער סיכסוך זאל אנקומען צו א נארמאלער בי"ד, וועלן מיר טאן אלעס אין די וועלט אז זאל ווייטער אזוי אנהאלטן, דער עולם זאל זיך חלילה נישט פארלירן, מ'זאל געדענגען ווי מ'געהער, 

ביי דעם געלעגנהייט וויל איך ווידערהוילן אונזער אלטער הנהגת התורה שטעלונג, אז מיר זענען אלס געווען מוכן זיך צו שטעלן צו די"ת, אבער מיט איין תנאי כפול קודם למעשה אז מיר באקומען א 100% גאראנטי אז אונזער גיי מיר געווינען למשל, אז דער דיין זאל אזא איינער ווי ר' זלמן לייב פילאף אדער ר' יצחק מאנדעל, אדער ר' יצחק שטיין, וואס אינה"נ זיי האלטן אז ר' אהרן איז א קליפה און א קשר בוגדים, אבער ווי באקאנט זענען דורכגעווייקטע תלמידים פון רבי'ן ז"ל, און דער רבי האט זיי געטרויט מיט די האקעלסטע ענינים, ממילא וועלן מיר בלייבן מיט די דיינים, ווייל חדש אסור מן התורה וכל המשנה ידו אל התחתונה.

מיר האבן געדינגען געניטע אדוואקאטן, וואס האבן אונז אלע געזאגט אז דער פסק וועט נישט אנהאלטן מער ווי איין וואך און מ'גייט אי"ה באקומען א סטעי, און בעז"ה וועלן מיר נאך אפזיצן אין קארט עוד רבות בשנים!

ובשם השם נעשה ונצליח!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בטעות ארויסגעפאלן ביילאגע אינעם "איד"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext