| נשלח ב-3/8/2010 17:52 |
|
| |
שכ"ל פאר דריי חדשים אויף וואס ארויף?
מען האט שוין זיכער דעבאטירט, אבער עס גייט מיר נאך אלס נישט אריין אין קאפ, א אינגערמאן האט זיך נעכטן אנגערופן אז ער איז זוממער אין קאנטרי אין ברויך באצאלן פאר ביידע פלעצער שכ"ל סיי אין קאנטרי אין סיי אין שטאט, ער האט די קינדער ביי אונז אין מוסד אין ער איז אין איחוד קאנטרי, אזאנס?! איך דאנק דעם באשעפער אז איך האב נישט די דאגות אבער אויף וואס ארויף רייסט מען פון מענטשן געלט אזוי גרינג, מען צאלט צוויי חדשים זוממער אין איין חודש תשרי יו"ט (וואס דאס איז גילטיג פאר יעדעם) די קינדער זענען תשרי אפשר 3 פילע טעג אין חדר. עס קאסט א הון תועפות פארוואס פארוועם?
איך פארשטיי אויסהאלטן בנינים קאסטן געלט, יעצט וואס איז די אלע נדבות? דאס איז נאר צו באצאלן וואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2010 18:02 |
|
| |
אינגערמאן שריי נישט אזוי
די ביסט גערעכט אז דאס שכר לימוד איז זייער שווער אבער צו ווייסטו דען וויפיל צאלן להבדיל גויים וואס שיקן און פריוואטע סקול'ס??? אויב די וועסט צאלן יעדען חודש ווי זיי וועסטו האבן טענות!!!
דער מלמד באקומעט באצאלט אויך אויף תשרי און זימער, דער ארבעטער למשל סעקרעטאר, מענידזעשר, וכדומה באקומען באצאלט תשרי מיט זומער, פון ווי ווילסטו מען זאל נעמען דאס געלט? פון נדבות?
א קינד קאסט פאר'ן מוסד בערך 500 דאלער א חודש, די צאלסט 150, 200, 250, 300, האסט נאכנישט באצאלט די ווערד פון דיי קינד אויף איין חודש, און אויף דעם גייט די נדבות, דינער'ס וכדומה
אויב האסטו יא טענות און דאס האב איך אויך איז פארוואס פעלט היינטיגע צייטן אויס צו פארן און קעמפ??? דאס איז א הימל געשריי, אמאל איז נישט געווען קיין ערקאנדישען איז געווען זייער הייס, אבער כהיום אז און שטאט איז דא הערקאנדישאן, און אויף די בערג איז פונקט אזוי הייס, איז די הימל געשריי וואס פעלט אויס די קעמפ'ס????????
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2010 19:53 |
|
| |
ג''א מצטרף איך גיי נישט אין דעם פריער דערמאנטען קאנטרי אין דאך צאל איך אויך עקסטער שכ''ל פאר זומער אפי' מיינע קינדער זענען אין קאנטרי פאר יעדע מוסד קאסט זומער פינקט ווי א גאנץ יאר, פעיראלל, מעינטעננס, רענט/מארגעזש, יוטילעטיס די איינציגע זאך וואס קאסט נישט איז עסן אין מען באקומט טאקע נישט קיין לאנטש פראגראםס זומער
אין נאך מער אז די וועסט גיט קוקען וויפיל שכ''ל די צאלסט קעגן די בעסערע קרייזן וועסטו שוין אנדערש רעדן די העכסטע פרייז ביי אינז אין איז נידריגער פין די נידריגסטע פרייז ביי די בעסערע קרייזען אדרבה קוק עס נאך
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2010 20:30 |
|
| |
איך האלט אז מוואלט געדארפט זיך רעכענען אבער דאס איז זעכער אז אפי' דער וואס שיקט אין קאנטערי ווי נישט אז מזאל נעמען יעדע אנהויב יאר נייע מלמדים אין טיטשערס אז די דארפסט די זעלבע מלמדים דארף מען זיי באצאלן אפי' זימער אויך פין ווי זאלן זיי לעבען זימער?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2010 22:46 |
|
| |
די מוסד ווי איך שיק מיינע קינדער האט זיךגעמאכט א אנדערע מנהג, זיי בעטן שכ"ל, נישט לויט די גוי'אישע חדשים, נאר לויט די אידישע, דער אויפטהו איז, אז ביי א עיבור יאר כאפן זיי אריין נאך א חודש שכ"ל, אבער פאר די מלמדים צאלן זיי נישט לויט די אידישע חדשים.
איך האב געזאגט פאר די מוסד, אויב צאלסטו פאר דעם מלמד נאך א חודש געהאלט ביי א עיבור יאר, צאל איך דיר גערן נאך א חודש, אבער סתם אזוי אפ'גנב'ענען נאך א חודש שכ"ל, נאר ווייל אזוי שמעקט דיר, וויל איך נישט......
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2010 02:48 |
|
| |
רוב געווענליכע שולעס, בעיקר די נישט היימישע, און להבדיל די גויאישע, צאלט מען פארן יאר נישט פארן חודש, לכתחלה דארף מען צאלן די גאנצע פון פאראויס, זיי געבן אבער א אפשען צו ציטיילן די פעימענטס און 10 חדשים, די זעלבע קען סיי ווער טוהן און די היימישע מוסדות, אויסרעכענען וויפיל עס קאסט פארן גאנצן יאר, און עס ציטיילן און 10, אנשטאט 12, אזוי איז מען די 2 זומער חדשים פריי פון שכ"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2010 17:18 |
|
| |
הולך לבגץ, נעם נישט קיין רייע פון להבדיל גויאישע, קודם טייל גייען אין פובליק סקול וואס איז פריי פן אפצאל, אזוי אויך עס זענען דא פראגראמען וואס העלפן זיי צאלן. אין אויב וויל איינער דייקא יא שיקן אין א טייערערע סקול מעגליך ער צאלט מער, אבער דארט מוז זיין אז ער פארמאגט די געלט, אבער די אלע זייטיגע נדבות ווי למשל קרן הבנין מיט כל שום דאית ליה, איז נישט פארהאן דארט, אזוי אויך הער דיך אויף נארן ווי קאסט א קינד מער ווי 500 דאללער חודש? אזוי האסטו אפגעמאכט אין דאס מוז זיין אז עס טאקע אזוי? זיי מירא מסביר וואס קאסט 500, די באס? יא מען באצאלט עקסטער טראסנפעטעישן, די עסן? יא עס זענען דא לאנטש פראגראמען, די מלמדים, מנהלים? עס ווערט געדעקט פון שכ"ל, מעגליך אז די בנינים צאלט זיך נישט אויס, נעם נישט קיין ראי' פון די נישט היימישע דאס מאכט נאכנישט בעסער אונזער מצב, אפשר וועסטו מיר זאגן אז וויבאלד אין יוניווערסיטי צאלט מען הונדערט טויזענט דאללער א יאר זאל מען דא אויך אזוי באצאלן? פליז
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2010 02:07 |
|
| |
איך האב טאקע אלץ געוואלט פארשטיין פארוואס מען זאגט אז א קינד קאסט אזויפיל שכר לימוד. עס מאכט פשוט נישט קיין סענס. עס קאסט טאקע אלעס ארום, עלעקטריק און סטיעם, און עסן ווערט נישט אינגאנצן אויסגעצאלט פון שכר לימוד, און רוב מענטשן צאלן נישט פער קינד אפילו נישט האלב פון 500 דאלער, עם כל זה זעה איך נישט וואס קאסט אזויפיל, לפי שיטת המוסדות?
אבער אויב שווער איז בעיקר שווער פאר די מיידלעך. מען צאלט שכר לימוד און טראנספארטאציע פאר מיידלעך פונקט ווי פאר אינגלעך, געווענליך (איך רעד פון די נידריגערע קלאסן. די העכערע קאסטן שוין פי כמה). אבער ווי אזוי קען דאס זיין אז מען צאלט די זעלבע, אריינגערעכנט די חדשים פון זומער ווען די עלטערן זענען געצוואונגען צו זוכן "דעי קעמפס" פאר יעדעס קינד באזונדער, וואס קאסט עקסטער אפ אסטראנאמישע פרייזן (קרוב צו אן אלף פער קינד) וואס איז א באזונדערע אנשיקעניש וואס דארף אויסגעשמועסט ווערן, וואס מען צאלט פאר די פאר וואכן; בלויז פאר שוואוילטאג און הוליערייען; "פאן" בלע"ז, מיט מערערע טריפס וואס קאסטן עקסטערע 20-40$ יעדע איינע; אן קיין געהעריגע השגחה; מ'פרעסט זיך אן מיט נאש און כל מיני זיסקייטן וואס ברענגט נישט קיין גוטע נאכפאלגן...
אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין. למעשה צאלט מען צוויי און א האלב חדשים שכר לימוד, כאטש די מיידלעך קוקן ניטאמאל אן דעם בנין פון שולע במשך די חדשים. מען גיט נאך א גוטע וואך אראפ איידער דער זומער קומט, און נאך א וואך דערנאך, לקיים מה שנאמר חסידים הראשונים היו שוהין שעה (שבוע) א' קודם ולאחר; והסר שטן מלפנינו ומאחרינו; און דאס איז שוין אחוץ די פרייע טעג אדער וואכן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. א חנוכה וואקאציע פון בערך א וואך; ערב פסח נאך 2 וואכן און אזוי אויך אין די איבריגע ערב ימים טובים, און נאך פארשידענע זמנים וואס איך קען נישט געדענקען. און רוב מאל איז דאס בכלל נישט נויטיג פאר די מאמעס. ס'איז ליבערשט א "שטער" ווי א "הילף". די מאמעס דארפן זוכן "וואס צו טוהן" מיט די מיידלעך, זיי צו "ענטערטעינען" בלע"ז.
היתכן?? ווי קענען דאס די מוסדות טוהן? מיט די אפגעהארעוועטע געלט פון די עלטערן וועלכע פלאגן זיך מדי חודש בחדשו! עס איז דאך א הארצווייטאג ווען די קינדער ווערן צודרייט פון ליידיג גיין און בשעת מעשה דארף מען אריינלייגן דעם אויסגעהארעוועטן טשעק אינעם ענוועלאפ פאר שכר מלומדות! אפשר איז צייט אויפצוהערן מיט די סארט מנהגים וואס ברענגט נישט קיין נוצן פאר קיינעם, נישט פאר די קינדער און אודאי נישט פאר די עלטערן? ס'איז דאך גענוג אז מען גייט נישט אין סקול זונטאג אדער פרייטאג וואך נאך וואך!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2010 02:19 |
|
| |
מען צאלט 12 חדשים אין חדר פאר צען חדשים ווייל די מלמדים און מנהלים באקומען אויך באצאלט 12 חדשים פאר ארבעט פון 10חדשים אין מארגעדש אין רענט דארף מען אויך צאלען 12 חדשים פאר לימודים פון צען חדשים
די מלמדים פון זומער באקומען עקסטער באצאלט
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2010 19:36 |
|
| |
ס'איז א חזיר'יי צו זאגן דאס. דער מלמד וואס לערנט יעדן איינציגן טאג מיט די תלמידים תורה, מראשית השנה ועד אחרית שנה, באקומט באצאלט דאס זעלבע ווי א מיידל וואס טיטשט קוים האלב די צייט, פעלט יעדן זונטאג אדער פרייטאג, קומט שפעטער און גייט פריער, און האט יעדע צווייטע וואך OFF פאר אן אנדערע נישט געשטויגענע סיבה, אפגערעדט פון א גאנץ זומער וואס זי קען מאכן א לעבן... ווער קען דאס גלייבן? לפי זה קומט אויס אז די טיטשער מאכט מער ווי דער מלמד.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 00:42 |
|
| |
איך מיין אז די מלמדים באקומען היפש מער ווי די טיטשערס, און זיכער ווי די מיידלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 01:46 |
|
| |
דאס זאג איך דאך. קומט דאך אויס אז די טיטשערס באקומען באצאלט פיל ווייניגער. אבער איך צאל יעדן חודש אקוראט די זעלבע סכום שכר לימוד פאר אלע אינגלעך און מיידלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 20:36 |
|
| |
אין דעם מוסד וואו איך שיק צאלט מען פאר די מיידלעך ווייניגער אבער דאס ביסטו גערעכט אז די מיידלעך האבן צופיל וואקאציע, און זיי זענען אינדערהיים נאר א שטער (בפרט די קליינע וואס מ'דארף זיך כסדר אפגעבן מיט זיי) אבער כ'קען פארשטיין אז מוויל געבן פאר די טיטשערס וואקאציע, סוכ"ס זענען מיידלעך נישט מחוייב בלימוד התורה (ווען נישט די אינגלעך דארפן לערנען, וואלט מען ווארשיינליך אויך געגעבן מער וואקאציעס) מיין ווייב האט מיר שוין לאנג געזאגט אז ס'וואלט געדארפט זיין א ספעצילע סקול בלויז פאר ווען ס'איז נישטא קיין סקול...
|
|
|
|
|