קלארקייט איבער די הצלה קארטלעך אין קרית יואל פאר די קינדער
מעשה שהיה כך היה הרה"ח ר' לוי אפפעל איז געגאנגען צו ר' יואל בער גרין נ"י מענדשזער פון די ויואלמשה באסעס אז ער זאל עס אויסטיילן פאר די דרייווערס און זיי פאר די קינדער פון ויואל משה די הצלה קארטלעך
און ער האט עס איבער גענומען אז ער גייט עס אויסטיילן נאכדעם האט ר' לוי געטראפן ר' יצחק אשר פריעדמאן און ער האט אים געזאגט אז סאיז דא אפאר דרייווערס וואס זענען ברוגז אויף הצלה און זיי ווילן עס נישט טיילן
און נאכדעם האט ר' יואל בער גרין צוריק געקאלט ר' לוי און אים געזאגט אז מען קען עס בכלל נישט טיילן פאר די קינדער אויף זיין פראגע פארוואס האט ער גענטפערט ווייל אין בעק פון די קארדס איז געשטאנען סעיפטי אנווייזונגען ווי למשל אז מען טאר נישט קראסען אליינס און מען זאל אבאכט געבן אויפ טיקס און איינע פון די אנווייזונגען שטייט דארט אז מען מוז גיין מיט א העלמעט אנגעטוהן ווען מען דרייווט א ביגוויל בייק און מען טאר נישט דרייוון קיין סקוטערס און סשטייט דארט אויך
מען דארף גיין מיט א העלמעטכפי הוראות הדומץ שליט"א און דעריבער קענען זיי עס נישט טיילן ווייל סשטייט כפי הוראות הדומץ שליט"א האט ר' לוי געטהנעט אז אלע דיינים האלטן אז מען דארף גיין מיט א העלמעט נאך וואס מען האט זיך איבערגעצייגט פאר פסח איז געשעהן א פאטאלען עקסידענט אבער ער האט צוריקגעבען די קארטלעך פאר ר' לוי אפפעל אז זיי קענען עס נישט אויסטיילן ווייל די קינדער וועלן מיינען אז כפי הוראות הדומץ שליט"א מיינט הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א
נאכדעם האט ר' לוי געטראכט אז א שאד די ויואלמשה קינדער זאלען עס נישט האבן האט ער געגעבן קארטלעך פאר א הצלה מעבער ר' שלום מאיר טארים ני"ו וואס ער פירט אן די חברת תהילים ביי ויואל משה און ער האט עס אויסגעטיילט און אויך געבעטן נאך קארטלעך פון ר' לוי און ער האט אים געגעבן נאך
ס'גארנישט, סך הכל נאכווייען פון זייערע גרויסע נצחונות לעצטענס, ספעציעל זייער סוקסעספולע סאסמאן מוסדות אין שפיץ פונעם גרויס ארטיגן הנחת אבן הפינה. ויהי רצון שלא ישמע עוד וכו......
נשלח ב-6/8/2010 22:07
איך זעי נישט פארוואס מען דארף זיי געבן קארטלעך, זיי האבן דאך שוין ביאקטירט הצלה שוין לאנג צירוק און געבן שוין לאנגט נישט קיין געלט פאר הצלה, אפי' די אינשורענס קארט שרייען זיי כסדר מען זאל נישט געבן ווען מען ווערט אריינגעפירט ווייל אפשר וועט דאס דעקן א חלק פון די הוצאות, איז פארוואס זענען זיי פליצלונג באליידיגט וועגן א הצלה קיט???
נשלח ב-10/8/2010 19:18
דער מנהל הקינדער פורום האט דאס דארט אפגעמעקט זעט אויס די אמת טוט זיי זייער וויי
נשלח ב-11/8/2010 04:49
פארוואס פארענטפרן הצלה די אדער א צווייטער האבען געהאט איין הו''א אז דאס מאל איז דא עפעס אמת אין זייער בויקאט?
זיי וועלן ניצן שטרוי צו גלייבן היידפארק פאבריקאציעס צו זעטיגען זייער פאבריסען בלוט אין אפטוהן וועם מ'קען די שנאה וועט אים שטופן צו גלייבן אפי' פארמעגליכס פאבריקאציעס צו עס מאכט סענס צו נישט אין אז די וועסט דיך דערוואגען אויפצודעקן דעם אמת וועט מען עס פארשטייט זיך גלייך אפמעקן
אין נאכמאל מ'רעדט פין די גרעסטע אויסניצער אין די גרעסטע קריטיקירער אין קיין געלט גיבן זיי אויך נישט סיי ביי גמ''ח הצלה, חברה הצלה, חברים, מצילי אש, אא''וו