ברית בבעלזא - הרב אלישיב - עדה החרדית
(איך וועל מקדים זיין אז הרב אלישיב גייט נישט כמעט צו ברית'ן און שמחות פון זיין אייגענע משפחה אלץ ביטול תורה, און אויב מאכט מען דעם ברית ביי אום דאן שטייט ער ביי זיין פלאץ און לערענט און פארברענגט נישט קיין איבריגע מיניט)
ווען דו משלחת בשם בעלזער רב שליט"א איז געקימען מכבד זיין הרה"ג הרב אלישיב מיט סנדקאות, האט הרב אלישיב געזאגט אז ער נעמט דאס אן וייל,,,
ווען כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געוואלט מייסד זיין זיין אייגענע בי"ד און ירושלים האט ער מיך (הרב אלישיב)געשיקט פרעגען צו ער זאל/מעג עס טיען, און איך (הרב אלישיב) האב גענפערט אז איך וויל מיך אדורך רעדען מיט נאך א גדול, איך (הרב אלישיב) האב מיך אדורך גערעדט מיט הרה"ג ר' שלמה זלמן זצ"ל און דו ענטפער איז געווען "יא",
נאכדעם וואס כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא האט געגרינדעט דו בי"ד "בד"צ קהל מחזיקי הדת" און דו טעראר האט זיך אנגעהויבן, און בעלזער רב האט זיך נישט פארריפען און מיין נאמען און אין דו נאמען פון ר' שלמה זלמן זצ"ל (וואס דאס וואלט זיכער גורם געווען אסאך טעראר אויף אינז) האב איך געזען די גרויסקייט פון בעלזער רב און זיין כח המעצר, וואס האט זיך איינגעהאלטן פון פארריפען און אינזער נאמען (הרב אלישיב און ר' שלמה זלמן זצ"ל) כדאי נישט צו גורם זיין קיין צער פאר אינז, און ועגען דעם און אלץ הכרת הטוב נעם איך אן צו זיין סנדק.
עס האט גענימען מער פון 25 יאהר דאס געוואר צו ווערען, מי יתן אז מען וועט נאך געוואר ווערען אז עס זענען דא נאך אסאך גדולי ישראל וואס מען ווייסט נאך עד היום נישט אז מאחורי הפרגוד האט זיך בעלזער רב מתייעץ געווען מיט זיי און זיי האבע געשטיצט און זענען געשטאנען אינטער דעם הקמת הבי"ד.
 |
|
|