| נשלח ב-18/8/2010 18:24 |
|
| |
פיינעלי: דער אמת איבער די מחללי קברים "אתרא קדישא"
הקדמה.
"אתרא קדישא" ווערט געפירט דורך עמרם טייטלבוים און נחום עתיק און נאך עטליכע טעראריסטן (איך וויל נישט זאגן נעמען, נאר די וועלכע זענען שוין ממילא אין די נייעס), וועלכע האבן אין לעבן זייער אסאך ציהלן, אויסער איין זאך: כבוד שמים.
יעדער ווייסט וואספארא שמוציגער פנים די חרדישע אידן טראגן ליידער היינט צוטאג אין ירושלים. אין די צייטן פון ר' עמרם בלוי זי"ע, ווען מען האט אויך לוחם געווען אן קיין פשרות קעגן יעדע פירצה, איז נישט געווען קיין שמוץ! עס איז געווען "איידעלע אבער שטורמישע מערכות!" דער מושג פון ברעכן פענסטער און שלאגן פאליציי און אפילו נאכשרייען "נאצי", דאס איז אמאל נישט געווען.
די אלע מעשים פון די חברה, האט איין ציהל: פאן! נישט אלע, עס זענען דא מיטגלידער וועלכע העלפן זיי ארויס און מיינען עס נעבעך ערנסט, אבער עפ"י רוב די מערכות וואס ווערן אנגעפירט דורך זיי זענען אויף דעם שטייגער און זיען אן א חילול שם שמים איום ונורא.
אבער, נישט דאס איז אונזער נושא דא, עס איז נאר גוט דאס צו וויסן, און אויך ברויך מען וויסן אז די "עדה" ווערט היינט ליידער געפירט דורך זיי. נישט אז די רבנים שעצן זיי, רוב רבנים פון די עדה האבן זיי פיינט שנאת מות, נאר, יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט! יא, אזוי ווי איר הערט. אלעס ציטערט פון די טעראריסטישע גרופע, וואס ווער עס וואגט זיך נאר צו טראכטן אנדערש ווי זיי איז "אחת דתו להמית" בלי גוזמא! (דער גאבד איז יא מיט זיי, זיי האבן אין אפגעקויפט און זיי זענען זיינע בני בית.
צום ענין.
שוין זייער אסאך מאל האט זיך געמאכט אז מען האט זיך איבערצייגט אין די קראנטקייט פון די מערכות פון אתרא קדישא בראשות ר' דוד שמידל שליט"א.
עס געדענקט יעדער ווען דער ברך משה האט זיך געבייזערט אויף זיי ביי זייער מערכה מיט קדמונינו.
דער ברך משה האט דעמאלס געזאגט אזא ווארט: עס איז דא א נוסח וואס מען זאגט "ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו", האט ער געזאגט, ביי אתרא קדישא איז דער "על ידינו" פריער ווי די "שיתקדש שם שמים"... ודפח"ח.
און דאס דארף מען קיינעם נישט דערציילן, יעדער האט מיטגעהאלטן וואס עס האט זיך אפגעטוהן ביי שפאניע, ווען מען האט געהאט דערגרייכט אן אפמאך מיט די דארטיגע רעגירונג צו צוריק באגראבן די ביינער, און שוין נאכן באגראבן, זענען געגאנגען די חברה און אנגעפירט א מערכה מיט די שפאנישע רעגירונג. א שרעקליכע התגרות באומות אן קיין שום תירוץ, נאר די איינע: אויב נישט איך בין דער מציל, איז עס טריף.
אבער, וואס נישט יעדער ווייסט איז, אז דאס זענען נאך פון זייערע מצוות.
עס איז דא א פיל טיפערע קארופציע ווי דאס אז מען לאזט נישט א צווייטן טוהן. ווייל דאס אליינס, אויב טוען זיי ווען יא ריכטיג, וואלט געווען א האלבע צרה.
די מעשה איז אבער אז ווי איר וועט באלד הערן איז דא דא א מיסיע צו מאכן "מהומות". ווייזן אז מען לעבט. מען קען דאס אנרופן אז זיי ווילן ווייזן אז די חרדישע אידן לעבן, און מען קען זאגן אז זיי ווילן ווייזן אז אתרא קידשא לעבט. אבער איך שיהיה, איז דא אזא באגריף, אז אפילו ווען אליבא דאמת וואלט מען זיך געקענט דורכקומען מיט די ציונים איבער א געווייסע גזירה אדער פראבלעים, אז זיי זאלן אפשטעלן זייערע מעשים, וועט מען ענדערשט לאזן קראכן די פארהאנדלונגען, אזוי ארום וועט זיין "לעבעדיג"...
איז דאס דער דעת תורה? איז דאס דער דרך פון רביה"ק זי"ע? איז דאס דער דרך פון אלע פריערדיגע לוחמי מלחמות השם? אוודאי נישט!.
יעצט צו אונזער ענין מיט די חילולי קברים.
אשקלון:
די סדר איז געווען ביז היינט, אז דער הויפט פון די ארכילאגן (די רשות העתיקות), ווען זיי ווערן אראפגערופן צו א פלאץ צוליב וואס דארט זענען פאראן אלטע זאכן, שיקן זיי א פאקס פאר אתרא קדישא, און אתרא קדישא שיקט אהין א משגיח וועלכע מאכט זיכער אז ס'איז נישטא קיין קברים, און אויב אז מען זאל נישט גראבן נאר לויט די הלכה.
דער הויפט פון די ארכילאגן אין ירושלים איז איינער אופמאן (שר"י!). ווען מען האט אנגעהויבן גראבן אין אשקלון, האט דער אופמאן געזאגט פאר ר' דוד שמידל אז מען גייט דארט גראבן, אבער דא קען ער אים נישט העלפן, ווייל די רעגירונג איז אנטשלאסן צו גראבן. נו, אוודאי עפנט מען א מערכה כבידה קעגן די רשעים.
איז אבער אתרא קדישא (סיקריקים בלע"ז) געגאנגען, און אנגעזייט פריוואטע חורבנות פאר דעם אופמאן. איבראל ווי ער ארבעט אין א פלאץ, וואס אייגנטליך וויסט אתרא קדישא דערפון נאר צוליב אופמאן'ס וויליגקייט אריינצורופן משגיחים אויפן פלאץ, און אתרא קדישא גייט אהין איבערדרייען! מען מאכט שריפות, מען צושטערט זייערע גראבונגען (נישט ביי מקום קברים). דער אופמאן בעט זיך צו זיי: וואס ווילט עטס פון מיר? גייטס צו די רעגירונג, גייטס קיין אשכלון, גייטס וואו עטס ווילטס, אבער איך האב דאך ענק נאר גוטס געטוהן, (נישט אז ער איז א צדיק. ער איז א רשע אז ער גראבט קברים, אבער ווען ער טוט עס ווייל ער מוז און די רעגירונג לאזט אים נישט פארהאנדלען, איז נישט די וועג צו טעראריזירן אים פריוואט!). וואס איז די תוצאה פון אזא נארישע טעראריסטישע אויפפירונג? אז דער אופמאן וועט מער נישט וועלן פארציילן ווען ער גראבט ערגעץ אנדערש, און וועט אויפהערן שיקן די פאקסן, וועלנדיג אפהאקן מיט די משוגעים. נישט אזוי?
וכך הוה!.
די לעצטע דריי חדשים האט ער אויפגעהערט איינצומעלדן וואו מען גראבט און קיינער ווייסט נישט צו מען גראבט יעצט ערגעץ קברים! יעצט זאגט איר: איז אתרא קדישא מציל קברי ישראל? אדער מחלל.
אבער, איר האט נאך געהערט נאר די פארשפייז.
יפו
דא קומט דער עיקר.
יעדער האט מיטגעהאטלן, און האלט ווייטער מיט, די שטורמישע מערכה אין יפו. אויך האט מען מיטגעהאלטן ווי א עסקן נמרץ לש"ש הרב אהרלע יאקטער האט זיך אריינגעלייגט אין די מערכה. ער האט נישט גערוהט א רגע, ער האט אויפגענומען איינעם פאר טייער געלט צו פירן זיין ביזנעס (קאנסטראקשן), ער איז יעדן טאג געגאנגען נעמען פערמיטס פאר די פראטעסטן כדי די פאליציי זאלן זיין עטוואס רואיגער, ער איז יעדן טאג געווען אין יאפו און פרובירט צו בארואיגן די פאליציי ביי די שווערע סיטואציעס, זאגנדיג אז ער וועט ושין מאכן סדר, ער האט געברענגט פאר די מוחים וואסער מיט אייז יעדן טאג, ער איז ארומגעלאפן צו רבנים ארלעדיגן חתימות אויפן חרם קעגן אלקטרה, (ער האט שוין אפילו געהאט א צוזאג פון עטליכע פרעמדע רבנים פון נישט היימישע קרייזן, ווי הרב אלישיב, אז אויב הייבט מען צוריק אן גראבן שרייבן זיי אויך אונטער, נאך וואס ער האט זיי פארגעהאלטן פארוואס די חילול קברים באדערט נאר פאר די ערליכע קרייזן אין די צייט וואס דאס האט נישט מיט קנאות צוטוהן), ווען עס איז געווען די פראטעסט אין אנטווערפן און איין קהילה האט דאס פרובירט צו צושטערן האט ער געמאכט טעלעפאן קאלס צו זיי און זיך הארציג געבעטן און מסביר געווען אז מען קען נישט פירן קיין חשבונות ווען מען גראבט אויס אונזערע עלטערן, און אזוי ווייטער און ווייטער.
ער האט ווי פארשטענדליך געארבעט צוזאמען מיט אתרא קדישא, הגם ער האט זיך צוהאנקערט מיט זיי דא-דארט, למשל, ער איז אריין צו די פאליציי סטאנציע אין יאפו, און איבערגעגעבן א שיינע בריוו ווי ער איז מסביר אז מען מיינט נישט זייער שלעכטס נאר מיר קענען נישט איינרוען ווען מען גראבט קברים, און האט זיי מסביר געווען אז עס איז זייער מעגליך אז מען גראבט זייער אייגענע עלטערן און די עלטערןו אויף יענע וועלט קוקן זיך צו ווי מען שלאגט די וואס נעמען זיך אן פאר זייער כבוד. עטליכע פאליציי אפיצירן האבן געוויינט! הערנדיג זיינע שיינע געבעטן, און דאס אלעס האט ער געטוהן כדי צו פרובירן אז די פאליציי זאלן זיך אויפפירן אביסל רואיגער, אבער דא זענען שוין די אתרא קדישא חברה געווען אויף אים טויט ברוגז, היתכן ער "רעדט" מיט די פאליציי. זיי זענען שקצים! מען טאר ניט זיי נישט שטיין אין ווארט!. אבער א נארמאלער מענטש פארשטייט אז מען מוז פירן א מערכה מיט אביסל שכל, און אויב ווערן די קעפ פון מוחים געשפלינדערט איז די בעסטע וועג זיך צו בעטן ביי די פאליציי. אבער גיי זיי מסביר פאר די טעראריסטישע קעפ. אבער, דערוייל האבן זיי נאך געארבעט צוזאמען.
וואו האט עס אויסגעפלאצט?
ווי יעדער ווייסט זענען געווען צוויי וואכן שטיל וואס מען האט נישט געגראבן. וואס איז דעמאלס געווען? קיינער ווייסט נישט. דאס איז סאמטינג פישי. זיי האבן דאך אפגעשטעלט די ארבעט פאר א סיבה, זיי ווילן פארהאנדלען. נו? וואס איז למעשה געווען? וואס האט מען פארהאנדלט? פארוואס איז עס דורכגעפאל? קיינער ווייסט נישט. וועל איך אייך דערציילן:
אהרלע יאקטער האט זיך אראפגעזעצט מיט די קאמפאני און מיט די לויערס, און זיי האבן מסביר געווען אז עס איז שון נישטא מער קיין קברים, די איבריגע חלק שטח האט נישט קיין קברים. האט ער גאזאגט אז ער טראסט זיי נישט. (מען קען זיי באמת נישט טראסטן).
ער האט פארלאנגט פון זיי אז מען זאל צוערשט לאזן מאכן א ליקוט עצמות, און דערנאך וועט מען זעהן ווייטער. האבן זיי געזאגט אז מען קען קומען דאס מאכן. אבער, יעדער וואס גייט אריין מוז אונטעשרייבן פאר א לויער אז ער גייט נישט קלעימען קיין אינשורנס. אהרעלע איז אריבער צו שמידל, און פארציילט אז מען קען גיין מאכן א ליקוט עצמות. האט שמידל געזאגט אז מארגן צופרי וועט ער שיקן 50 אינגעלייט, און אזוי האט מען טאקע אפגעשמועסט מיט ביידע צדדים.
צופרי איז אהרעלע אנגעקומען, עס זענען געווען דארט די לויערס און די קאמפאני. ער ווארט און ווארט און קיינער קומט נישט, רופט ער אן שמידל, ענטפערט ער אז "מען איז אינטערוועגנס". נו, ווארט ער האך אביסל. ווייסט איר ווי לאנג די ביסל איז געווען? אכט שעה! אכט שעה איז ער געזעסן און געווארט אינאיינעם מיט די לויערס און קאמפאני פארטרעטער, ואין עונה. נאר אכט שעב זאגן די לויערס פאר אהרעלע: דו זעסט נישט אז דו ארבעטסט דא מיט בהמות? מיר ווארטן נישט מער, מיר גייען אהיים.
אהרעלע רומט אהיים צובראכן, ער גייט ארויף צו שמידל און פרעגט אים וואס איז פשט? זאגט שמידל, מיר קענען נישט באשליסן צו מאכן א ליקוט עצמות, מען מוז גיין צו די רבני העדה.
גוט, אהרעלע לויפט צו די רבנים. ווייסט איר וואס זיי ענטפערן? יעדער עקסטערע האט געענטפערט אז זיי רעדן נישט אריין אין א זאך וואס האט צוטוהן מיט קברים, וויל אויב יא האט ער מארגן א פראטעסט ביי זיין שטוב (!), און דעריבער זאל ער נאר רעדן צו שמידל. ביז ער איז אנגעקומען צום ראב"ד, און דער ראב"ד האט געזאגט אז זיכער ברויך מען מאכן א ליקוט עצמות, וואס איז די שאלה.
ווי נאר ער גייט ארויס פון דארט, הייבט אהרעלע אן צו באקומען טעלעפאן קאלס פון די חברה, וואס? דו ביסט געווען ביים ראב"ד רעדן זאכן וואס געהערן צו שמידל? דו ווייסט נישט אז מען טאר נישט רעדן וועגן קברים נאר מיט שמידל? זאגט ער אז וואס הייסט, שמידל האט אים געשיקט. זאגן זיי, וואס הייסט, דו ווייסט נישט אז דאס איז נאר "דאמירן בעלמא"? מען טאר נישט למעשה רעדן צו קיינעם!!!
דא האט ער שוין אנגעהויבן זעהן מיט וואספארא חברה ער האט צוטוהן.
למעשה איז ער דאך געגאנגען זיצן מיט די קאמפאני (עס איז דא דארט איינער מטן נאמען שחר פערי וואס נעמט קער פונעם פראיעקט), און פרובירט צו פארהאנדלען ווייטער, האבן זיי אים גאזאגט, שרעקעדיגע ווערטער! הערט און שטוינט!!!
מיט עטליכע יאר צוריק האבן מיר שוין געשיקט פאר אתרא קדישא אלע בוי פלענער, און אנגעפרעגט וואס זיי האבן צו זאגן, און קיין אנטווארט איז נישט געקומען!!!
עד היום האבן זיי מיט אונז קיין ווארט נישט גערעדט, נאר טעראריזרט און פראטעסטירט!
נישט אז מיר גייען מצדיק זיין א רשע וואס גראבט קברים, אבער איר הערט וואס דא טוט זיך?! די חברה זענען געווען געהעריג גרייט אפצולאזן די קברים און בויען לויט די אנווייזונגען! ביז.. זיי האבן געזעהן אז זיי האבן דא צוטוהן מיט משוגעים! עס איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, אויסער פראטעסטן, נו אויב אזוי האבן זיי באשלאסן צו טוהן ואס זיי ווילן און פארטיג.
אהרעלע האט אבער ווייטער פרובירט זיי צו בייגן און איבעררעדן אז ער וועט ארלעדיגן אז שמידל זאל אריינקומען און גיבן אנווייזונגען אויף ווייטער וכו'. און: זיי האבן מסכים געווען! דהיינו: זיי זענען מסכים אז מען זאל אריינקומען מאכן א ליקוט עצמות, צוריק באערדיגן אויפן זעלבן פלאץ, און נישט בויען ווייטער נאר מיט א משגיח. פשש! געוואלדיג! וואס ברויך מען מער. גייט ער צו ר' דוד שמידל, און פרובירט צו מסביר זיין אז די מערכה קען זיך ענדיגן, זיי זענען מסכים אויף אלעם. אבער ר' דוד זאגט אן אנטווארט וואס איר ווילט זיך נישט גלייבן: "לטובת המערכה" דארף די מערכה ווייטער אנגיין". (!!!!!!!!!!)
יא! כאפט אייך אן אין בענקל, און ליינט דאס איבער!
פארשטייט איר וואו מיר האלטן יעצט? זיי זענען מסכים צו פארהאנדלען, זיי זענען מסכים אויף אלעם, (איך ווייס נישט צו יעצט נאך אויך, מסתמא האבן זיי שוין לאנג אויפגעגעבן צוליב דשי משוגעים), אבער מען שיקט ווייטער דעם עולם פראטעסטירן! ווער גייט ארויס קיין יאפו? נישט עמרם טייטלבוים, נישט עתיק, נישט קיינער פון די טעראריסטן, מען שיקט דעם עולם גולם! זאל דער עולם גולם כאפן קלעפ ווייל איך וויל אז עס איז זאל זיין ווייטער א "טובת המערכה". זאלן די ביינער פון אונזערע עלטערן זיך וואלגערן, ווייל "טובת המערכה", זאלן די ארכילאגן גראבן איבעראל און נישט פארציילן מער פאר קיינעם, ווייל, טובת המערכה.
און נאך איין נקודה, אפילו ווען זיי זענען נישט גרייט צו פארהאנדלען, ווערט האט דיר פארציילט אז עס איז נאך דא קברים? ווער זאגט אז מען מוז גיין ווייטער אויף מסירת נפש? אפשר איז אמת אז עס איז נישטא מער קיין קברים??? פארוואס זרלן קעפ צעשפאלטן ווערן ווען קיינער איז נישט געווען אינעווייניג צו זעהן אפילו צו ס'איז נאך דא קברים? פארוואס זעהסטו נישט אז מען זאל אריינלאזן א משגיח און מען זאל בודק זיין צו ז'איז נאך בכלל דא קברים, א זאך וואס די קאמפאני האט גערן מסכים געווען?
און טייערע ידידים! ווערט נשט איבערגענומען ווען איר זעהט ווי די מערכה גייט ווייטער אן און אלע ערליכע רבנים שיקן ארויס דעם עולם און די עדה שרייבט ווייטער אז מען גראבט, ווייל:
נעמט אייך גוט אריין אין קאפ! מיר לעבן אין א "עולם השקר"!!!
יא, די טעראריסטן פירן די מערכות, טייל רבנים ווייסן נישט וואס דא טוט זיך אונטער דעם, און די אנדערע טייל האבן מורא ארויסצוזאגן וואס זיי וייסן, און אלעס פארט ווייטער...
===========
אלזא אצינד אז די טעראריסטן האבן געזעהן אז דער אהרעלע האט ארויס די קארופציע און ער לויפט ארום צו רבנים און ס'איז צרות, וואס טוט מען?
קיין פראבלעם.
מען הייבט אן פארקויפן א מעשה: די ציונים האבן געהאט ביי אונז באהאלטענע אגענטן, ב"ה מיר זענען פשטור געווארן פון זיי!
פשוטו כמשמעו... א מעשה פון עמרם טייטלבוים.
פארוואס זאס איך דאס? ווייל אויב וועט איר ליינען ערגעץ אין די קומענדיגע טעג אז די ערב רב וויל חרוב מאכן אידישקייט און מישט זיך אריין אין זאכן וועלכע געהערן נאר צו די רבני העדה (לייען: ר' דוד שמידל און עמרם ט"ב), זאלט איר וויסן פון וועמען מען רעדט.
=======
עס איז דא נאך אסאך צו זאגן, אבער דאס איז גענוג אויף דערווייל.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 18/08/2010 18:44:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2010 19:46 |
|
| |
שאקירנד!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2010 20:08 |
|
| |
ליידער - ליידער - איז יעדע ווארט אמת.
אני הקטן האלט שוין מיט, מערכות אין ארץ ישראל, צענדליגער יאהרן, איך וויל נישט חס ושלום מזלזל זיין אינעם כבוד פון הרה"ג ר' דוד שמידל שליט"א - וואס איז באמת א עסקן לשם שמים, אבער זיין וועג וויאזוי ער פירט זיינע מערכות אלע יאהרן, איז עס שטענדיג געוועהן מיטן קאפ אין וואנט.
עס איז דערמאנט געווארן אויבן 'קדמונינו' - ווייסט אימער ווער דא, וויאזוי קדמונינו איז נתייסד געווארן?
איז אזוי: געוועהן איז דאס מיט כמעט דרייסיג יאהר צוריק, האבן די רשעים די ציונים געוואלט אויסרייסן די הייליגע קברים פון די אמוראים 'אביי ורבא' - וואס געפינט זיך אין א פלאץ וואס מען רופט 'אבנית' - אויף דעם פלאץ פון די קברים, האט די ציוניסטישע ארמיי געוואלט בויען געוויסע עקוויפמענטס, דער פלאץ געפינט זיך קעגן איבער סורישע געביטן.
עס איז אין יענע צייט אנשטאנען וויא פארשטענדליך, אגרויסער אויפברויז ביי כלל ישראל אין די וועלט בכלל, אין אין ארץ ישראל בפרט, עס איז געוועהן א שווערע מערכה, ר' דוד וויא באקאנט האט נישט געוואלט זיצען ביים טיש און אנדלען - אבער עס זענען געוועהן ביי אתרא קדישא - אפאהר סאלדאטן, וויא ר' מרדכי יצחק ליכטנשטיין, ר' גבריאל פאפנהיים (אקאזין פון דעם באקאנטן 'גבריאל פפנהיים'), ר אביגדור רוזנפעלד, ר' יחיאל כהן, ר' שמחה בונם נויפעלד (שפעטער האבן זיי אריין גענומען ר' משה קרויס), די 'סאלדאטן' האבן געזעהן אז מען קען יא דורעכקומען מיט די אינסטאנצן.
מיט די פולהייסונג פונעם בית דין פון העדה החרדית - בראשות דעם רב דער בעל מנחת יצחק זצ"ל, האט מען זיך אראפ געזעצט מיט די אינטאנצן - למורת רוחו פון ר' דוד'ן - מען האט אויס געארבעט א הסכם - און ב"ה די קברים זענען געבליבן גאנץ אומבארירט - נאכמער די אינסטאנצן האבן מסכים געוועהן צו לאזן די קברים אינדרויסן פונעם שטח פונעם ארמיי, אז מען זאהל קענען קומען מתפלל זיין.
וויא פארשטענדליך האט זיך געשאפן א ריס צווישן ר' דוד'ן מיט זיינע אויבנדערמאנטע סאלדאטן, און זיי האבן זיך אפגעאקט פון אתרא קדישא, גלייך האבן זיי אנגעהויבן צו בויען א אוהל אויף די קברים - וואס שטייט נאך עד היום הזה, דאס איז געוועהן דער ערשטער פרוייקט וואס די נייע 'קדמונינו' ארגאניזאציע - האט געבויעט.
היינט איז די עדה החרדית אהן קיין אמתער געטרייער שטארקער פירער - אזוי וויא ר' גרשון שטעמער זצ"ל, איז ליידער דער מצב זייער אומסטאביל - און דאס זענען א חלק פון די תוצאות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2010 21:42 |
|
| |
און פארגעסט נישט אז דא אין ניו יארק, פירט אתרא קדישא דער שמוציגער מיידלעך שטערן וואס איז א באוויסטער מחלוקה צינדער, און א וויסטער העצער מיט זיין מיאוסע מנובלת פיסק.
דאס גאנצע וואס ער דארף פון אתרא קדישא איז די געלט, וואס ווי באוויסט גייט די גאנצע כופר נפש געלט יעדעס יאר פאר מיידלעך שטערן אין טאש.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2010 22:08 |
|
| |
| גערעכט כתב: |  | | איך וויל נישט חס ושלום מזלזל זיין אינעם כבוד פון הרה"ג ר' דוד שמידל שליט"א - וואס איז באמת א עסקן לשם שמים, |
|
ר' משה בער בעק מיינט אויך לש"ש, אלא מאי? פאר דעם איז ער גערעכט? דער ברענגט דאך א חרבן אויפן יהדות החרידית איבער די גארער וועלט,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2010 22:51 |
|
| |
פייוו בארא שרייבט
דער ברך משה האט דעמאלס געזאגט אזא ווארט: עס איז דא א נוסח וואס מען זאגט "ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו", האט ער געזאגט, ביי אתרא קדישא איז דער "על ידינו" פריער ווי די "שיתקדש שם שמים"... ודפח"ח.
די רבי ז"ל האט דאס געזאגט ביי דע פרשה אין צפת בית החיים וואס קדמונינו האט מתקן געווען אין מהאט זיי אינערגעשטעלט פיסלעך ווייל אז מיר זענען נישט די פילאטן זאל די פליגער קראכן
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2010 23:03 |
|
| |
איך גלייב נישט וואס איך ליין דא!!!
זיי ווילן נאכגעבן אלעס און מען נעמט עס פשוט נישט אן??? און מען איז נאך מוחה???
מען מאכט דאך דא פורים פון כלל ישראל!
איך קען דאס נישט פארדייען. נישט צום גלייבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2010 23:25 |
|
| |
שאקירנד! ביי די מעשה פון שפאניע האט זיך יעדער געוואונדערט. וואו קומט צו ר' דוד שמידל זיך אריינצולאזן אין אזא אפענע שמוץ???
יעצט ווייסט מען שוין ליידער. דעמאלטס האט מען געזאגט אז אתרא קדישא אין א"י האט נישט מיט אמעריקע. ווייל זיי זענען דאך גוט?!?! היינט איז שוין ליידער נישט שווער. עס קען זיין אז הרה"ג ר' דוד שליט"א איז זייער אן ערליכער יוד. אבער פונקט ווי רב ברעסלויער וואס האט געגעבן די הכשר אויף פינקל איז "באמת" אן ערליכער. נאר צו זיין א בעל מכשיר דארף מען קענען. על אחת כמה וכמה ביים פירן מערכות. וואס איז "אסאך" א גרעסערע אחריות דארף מען זיין "מוראדיג" געלונגען. נישט נאר ערליך
---------------------------------------------------------------------------------------------
יעצט גייט ווי פארשטענדליך קומען א "מעכטיגע" ארטיקל פון פארמעגליך. וועלכער גייט מיט הויכשטאפלדיגע חלה דעקל'ישע ווערטער "מסביר זיין" אז די ארונים (מיטן ב"מ...)זענען פשוט קורצקעפיג און פארשטייען נישט וויאזוי זייער סטראטעגיע ארבייט...
מיר שטעלן אויף די חזקה אז ער וועט אונז נישט אנטוישן...
רבותי! סקומט וואס צו ליינען... ער גייט פארשטייט זיך וויסן ווי שטארק עס באדערט פאר די ארונים זיין ארטיקל... קיפ איט אפ מר. פארמעגליך! אפשר יעצט וועט עס אנהייבן באדערן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2010 23:34 |
|
| |
מנחם מענדל איז גערעכט, ס'איז באמת גאר שווער צו גלייבן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 00:35 |
|
| |
| אקטואליה וחדשות | |
יקטר על רקע מחם החפירות ביפו | "הגיעו אלי אנשים מאתרא קדישא ואמרו לי: 'זה טוב שיתנו לאדמו"ר מרחמסטריוקא מכות"
והרי החדשות: אהרל'ה יקטר, מי שמזוהה יותר מכל עם מאבק הקברים ביפו, החליט לפרוש מהמאבק • איך זה קורה? שאלה מצוינת, בראיון גלוי לב מספר יקטר על קבוצת השוליים שמוליכה את הציבור החרדי באף, וגורמת נזקים בלתי הפיכים • "מובילי המאבק יושבים במשרדים ממוזגים, ושולחים אנשים לחטוף מכות" • ראיון רושף אש • לראות ולא להאמין
דוד קורן ויוסי כץ , בחדרי חרדים
תאריך: 18/08/2010 23:28:00 |
*************** height="393" src="http://player.vimeo.com/video/14246281?title=0&byline=0&portrait=0" frameborder="0" width="520"><*
מי שהוביל את המאבק נגד חילול הקברים במתחם אנדרומדה ביפו בחודשים האחרונים, החליט לפרוש מהמאבק. בראיון גלוי לב שהעניק אהרל'ה יקטר לאתר 'בחדרי חרדים', הוא מספר מה הוביל אותו להחלטה לפרוש, ואלו נזקים גורמים אנשי 'אתרא קדישא' לציבור החרדי.
להלן תימלול חלקים מרכזיים מהראיון. הראיון המלא בווידאו.
• נפתח אולי בשאלה שמגיעה מגולשים רבים: ביום שישי האחרון הבאנו באתר תמונות של עצמות נחות כאבן שאין לה הופכין, בסמיכות למתחם החפירות. איך זה קורה?
"בכל השטח נמצאות עצמות כמעט חודשיים. ארכיאולוגים שמים את העצמות הגדולות בקרטונים ושולחים למשרד הדתות. העצמות הקטנות נשארות בשטח. כל השטח מלא ברסק עצמות. קיבלתי אישור לאסוף את העצמות מראשי החברה. פניתי לאתרא קדישא שיאספו את העצמות. עד היום לא אספו את העצמות. עבר חודש וחצי. שני דיינים בכירים בעדה החרדית, התריעו על זה, וזה לא מעניין אף אחד".
• איך זה קורה?
"אין ועדת רבנים לענייני קבורה. יש אנשים מהשוליים שמחליטים מה יהיו דרכי הפעולה. בכל נושא יש גוף מסודר, רק בקברים לא מקימים כזה גוף? זו שערוריה".
• ניהלת את המאבק במשך חודשיים, ארגנת עצרות ענק. מה קרה פתאום?
"המאבק ביפו צריך לזעזע את כל עם ישראל. גדולי ישראל הגיעו לעצרות, אבל הם מגיעים להפגין. לא מורים מה לעשות למעשה. לא רציתי לדבר על הנושא, אבל בעקבות כמה כלי תקשורת שיצאו נגדי, אני חייב להגיב. אמרו שאני משת"פ של המשטרה. כל מה שעשיתי זה רק לתאם עם המשטרה, ולמנוע מכות ועגמת נפש מהמפגינים. עבדתי מאוד קשה מול המשטרה שלא יפגעו בגדולי ישראל.
"אישיות מאתרא קדישא אמר לי יום אחד: אל תגיד למשטרה שאדמו"רים מגיעים. אל תתאם את זה. הוא אומר לי: לטובת המערכה, טוב שהאדמו"ר מרחמסטיווקא יקבל מכות. זה טוב למערכה. זה הדליק אצלי נורה אדומה. גם כשהאדמו"ר מקהל עדת ירושלים נעצר, התייחסו אליו בזלזול, וזה עשה רעש גדול. וככה הם רצו שאדמו"רים יקבלו מכות. התחילו לאיים עלי, להפיץ עלי שמועות, ואני פרשתי מהמאבק ביפו בלית ברירה".
• מה יש להם נגדך, הרי אתה משרת את האינטרסים של אתרא קדישא?
"אני לא יודע מי זה הסיקריקים. אני יודע שיש אנשים שנאבקו במסירות נפש. המאבק הצליח עד שכולם הגיעו למשא ומתן. המו"מ התפוצץ כי אותם אנשים לא התייעצו עם גדולי ישראל. חייבים לעשות חשבון נפש, איך הגענו למצב הזה. איך לא מתייעצים עם גדולי ישראל. אי אפשר להתייעץ רק אם בן אדם אחד, כמה שהוא גדול".
• איפה ראשי אתרא קדישא, לא שומעים אותם?
"לא יודע. הם נמצאים במשרדים עם מזגנים ושולחים אנשים להפגנות במסירות נפש. הם אומרים שטוב שאנשים יקבלו מכות. זה לא נורמלי. המטרה שיעצרו את החפירות. מדובר באנשים שלא שומעים בקול הבד"ץ ולא בקול אף אחד".
• המאבק מנוהל על-ידי אנשים רציניים או חובבי אקשן?
"היו מפגינים שהגיעו ברצינות נגד הקברים, אבל יכול להיות שמובילי המאבק לא רוצים להגיע לפתרון. צריך להקים כמו שאמרתי גוף מסודר".
• 'העדה' יודעת שיש עצמות שמתגלגלות כדומן מעל פני האדמה?
"אני יודע שנתנו לנו אישור לעשות ליקוט עצמות, שני דיינים ביקשו שנלך ללקט, והם אוימו על ידי אותם גורמים. אני לא יודע מה להגיד".
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 00:41 |
|
| |
איך גלייב נישט וואס איך ליין! כ'האב געמיינט אז פייוו בארא רעדט פאנטאזיעס, אבער יעצט זע איך אלעס ממש ווארט ביי ווארט פון אהרל'ע יאקטער. עס איז גאר שאקינג.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 00:44 |
|
| |
|
שקי העצמות כפי שצולמו ביום ו' האחרון | העצמות מיפו - מופקרות ברחובה של עיר • אהרל'ה יקטר: פרשתי מהמאבק • סערה
צוות 'בחדרי חרדים' הוזמן למתחם החפירות ביפו לתעד את הזוועה • בעוד עיתון 'העדה' דיווח לקוראיו על "מבצע ענק" להבאת העצמות לקבר ישראל, העצמות נותרו בשקים - וייתכן כי חלקן פונו על-ידי חברת הבנייה • אהר'לה יקטר: "הצרו את צעדיי, פרשתי מהמאבק" • כל הפרטים בפרסום ראשון
דוד קורן, בחדרי חרדים
תאריך: 15/08/2010 12:14:00 |
לפני כעשרה ימים צלצלו הטלפונים הסלולאריים של כמה יהודים ירושלמים, הידועים כמי שנפשם חרדה לגורל עצמות היהודים ביפו. נציג 'אתרא קדישא' שהיה מעבר לקו הסביר לפעילים, כי באופן מפתיע ניתן אישור מבעלי מתחם הבניה ביפו לבוא וללקט את העצמות העתיקות.
היהודים יצאו לדרכם - ליפו. וכך, במשך שעות ארוכות עמלו במסירות ובחרדת-קודש, ואספו לתוך שקים שברי עצמות ועפר קבורה. הם הניחו את ה'שלל' בחביות ובארגזים, על מנת להביאם לקבר ישראל למנוחה אחרונה.
ביום שלמחרת כוסתה ירושלים במודעות ענק המספרות על "מבצע ענק", כביכול, שנערך על-ידי 'אתרא קדישא'. קוראי שבועון 'העדה' זכו לקבל בעמוד הראשון תיאור מזעזע על ליקוט העצמות שהתקיים, לדברי הכותב, תחת חום עז.
אלא שכותרות לחוד - ומציאות עגומה לחוד.
במערכת 'בחדרי חרדים' התקבלה פנייה מצד אחד העוסקים במלאכת הקודש. הוא, שעשה שעות ארוכות באיסוף העצמות ביפו - זועק כעת: "הכל הצגה. העצמות נלקטו, אך הופקרו בשטח. מי שהיה אמור לקחת אותן לקבורה, התרשל בתפקידו".
כתב וצלם 'בחדרי חרדים' הגיע ביום שישי האחרון למתחם החפירות ביפו ונדהם לגלות את הזוועה מול העיניים. כעשרה ימים חלפו מאז פינוי העצמות - והן מופקרות ברחובה של עיר, סמוך לשטח החפירות ביפו.
"קל יותר לא לחשוב על זה", אומר הפעיל בשיחה עם 'בחדרי חרדים', "אבל אנשים יתנו את הדין על-כך. זו הפקרות. לא מן הנמנע שחברת הבנייה פינתה במהלך עשרת הימים הללו חלק מהשקים!"
תגובתו של העסקן אהרל'ה יקטר, ששמו נקשר עד כה לפרשייה ביפו, מפתיעה לא פחות מהסיפור עצמו: "הדברים ידועים. חבל שגורמים בלתי אחראיים לקחו לטיפול את הנושא הזה. תוכלו לשאול בנושא את הרב דוד שמידל. אני פרשתי מהארגון ומכל פרשיית יפו בשבוע האחרון, בשל דחיקת רגלי והצרת צעדיי על-ידי גורמים מסוימים".
יקטר אומר ל'בחדרי חרדים', כי את דבר פרישתו העביר לגדולי ישראל. "בימים הקרובים אוציא הבהרה מסודרת".
את תגובתו של הרב דוד שמידל מ'אתרא קדישא' לא ניתן היה להשיג נכון לשעת פרסום הידיעה. כשתובא תגובתו, נשמח לפרסמה.
| | | |
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 00:56 |
|
| |
יא יא ליידער איז אזוי די מעשה אין ירושלים דאס איז אמת ויציב ונכון וקיים, דא ביסטו גערעכט מיט די טענה, אבער מיין טענה קעקען גערעכט איז פארוואס פאר 10 יאר צוריק ווען די חברה האבן מוחה געווען קעגען תולדות אברהם יצחק רבי וואס פירט א טיש אין שוק מאה שערים, נגד רצונו של הגר"א האט דער תולדות הארון זיך נישט אנגענומען נאר מיט געלאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2010 01:08 |
|
| |
הולך, נישט אין יעדע אשכול מוז אריינקומען די נושא פון תו"א. (אגב, היינט ווייס איך שוין נישט ווער עס איז באמת גערעכט, אפשר דאס אלעס וואס איך ווייס אז תו"א ציהט צו לינקס איז א תורה שלימה פון טייטלבוים און עתיק וועמען מיר האבן געגלייבט בלינדערהייט? ווער ווייס).
==============
בנוגע די באשרייבונג וועגן די עצמות וואס אתרא קדישא האט איבערגעזלאזט אויפן פעלד (וואס היראים האט אראפגעברענגט):
דאס איז געווען א מעשה ליצנות בפני עצמו, ווען אתרא קדישא האט געהערט אז יאקטער וויל מעגליך מאכן אליינס א ליקוט עצמות, זענען זיי שנעל געלאפן מאכן א ליקוט עצמות.
וויאזוי? וואספארא ליקוט מאכט מען? (אינעווייניג קענען זיי דאך נישט אריינגיין אן רשות, און רשות טאר מען נישט נעעמן ווייל מען טאר דאך נישט פארהאנדלען מיט די רשעים אלקטרה..), הערט: מען מאכט א ליקוט "אינדרויסן פון די גדר" (א זאך וואס זיי קענען ווען יעדן טאג טוהן....), און דער עיקר: מען האט גענומען שיינע בילדער, און שוין.. די בילדער זענען שוין דא, און עס ווערט שוין אויסגעהאנגען אין גאנץ ירושלים, און "אתרא קדישא" איז פעסט, יעצט קענען די ביינער בלייבן ביי די מיסט.
============
אבער די אלע זאכן זענען א טפל צום הויפט עיקר:
ווען נישט אתרא קדישא איז נישטא קיין גראבונגען אין יאפו!!!
 |
|
|
|
|
|