יעצט געהערט פון איינעם אז ווען די ארונים לייגן די בילדער פון די אינגעלייט וואס האבן חתונה אין בנ"י זאל, ווארפן די זאליס ארום מיסט אין די גאסן...
קען דאס איינער באשטעטיגן, אפלייקענען אדער מסביר זיין
נשלח ב-18/8/2010 22:02
באקומען א זיסע בילד אויף אימעיל און איך ווייס נישט וויאזוי עס ארויפצולייגן. ווער עס קען זאל שיקן אן אימעיל צו
[email protected]
שכוח
נשלח ב-18/8/2010 22:13
יא ס'איז הונדערט פראצענט אמת
זיי האבן געגאסן מיסט אין פראנט פון אייזיק גליק'ס הויז, אין פראנט פון סאסמאן, אויסצוגיסן די כעס אויף די פאשקעווילן וואס באדערט נישט....
ווי אזוי גייט נאר דאס ווארט: הא לן והא להו
ווען זיי האבן אנעפירקלט אלע סטאפ סיינס מיט פאשקעוויל קעגן דוד עקשטיין האט קיינער נישט רעאגירט, און זיי מעגן דאך
דעמאלטס הייסט עס מחאה
יעצט הייסט טעראר
נשלח ב-18/8/2010 22:28
באקומען אין אישית - ס'איז א גוטע איידיע און יעדער זאל דאס טוהן.
נשלח ב-18/8/2010 22:30
עס שטייט אויס פין זיי קוקט אויס ווי יצחק ווייס אין נחום כ''ץ אין אנדערע סיקרוקים ארבעטן אין קרית יואל
נשלח ב-18/8/2010 22:31
גוט איז גוט..
נשלח ב-18/8/2010 22:54
אנטשולדיגט פאר מיין תמימות.
וואס הייסט מאיר צבי?
נשלח ב-18/8/2010 23:11
די זאל וואו עס קומען פאר די פסולע חתונות הייסט "עטרת מאיר צבי".
(א רחמנות אויף די נשמה)
נשלח ב-18/8/2010 23:34
איך מיין אז זייער באס הייסט אויך דרך מאיר צבי
נשלח ב-19/8/2010 01:03
איך האב שוין ארויס געפרינט אפאר 100 צעטלעך ווער עס דארף זאל מיר שיקן א אישי מיט זיין אימעיל
נשלח ב-19/8/2010 06:54
די בני יואלע קווינס צדיקים האבן יעצט ריליעסט אזא מעסעזדש....
SatmarKJ: PASHKEVILEN now throwen by KJPS BUSES! CODE 'G' in EFECT! Everyone should throw GARBIDGE on the strets I
זיי רופן עס קאוד G....
נשלח ב-19/8/2010 08:38
געהערט א גוט ווארט. רביה"ק בעל דבר"י ז"ל האט געזאגט אז ק"י האט א קדושת א"י. היינט זעהט מען עס בחוש... די סיקריקים אין ק"י פירן זיך אויף ווי זייערע ברודער אין מאה שערים... ווי גוט האט דער זאלי געעפנט אן אשכול אויפן געדאנק אז "ק"י קוקט אויס פונקט ווי מאה שערים". יא יא די זעלבע רשעים אן קיין שום אחריות אויפן חשבון פון טויזענטער איינוואוינער בליעה"ר אריינגערעכנט זייער צד
נשלח ב-19/8/2010 15:09
למען האמת, די מיסט ווארפער זענען די וואלנערס פון בנ"י אויב אזוי דארף מען שרייבן "זבל וואלנער" ס'איז א עולה צו פארשעמען א נשמה וואס איז שוין נישט אויף דעם עולם
ביזט גערעכט מלך
ווען די זאלי'ס האבען געווארפן טעגליכע פאשקעווילן קעגן ר' דוד עקשטיין פארן חטא פין געווינען א קארט ווי זיי האבען אים גערופן
איז פאר די ארונים אויך נישט בייגעפאלן צו גיסען גארבעזש
טראץ וואס דעמאלטס האבען זיי אנגעקלעבט אלע סטאפ סיין'ס
זעהט אויס אז די ארוינים זענען נישט אזוי קליג ווי די מתנחלישע סקריקים אין קרית יואל
דאס זענען די פירות פין א''ג חינעך האטאהער פין די זאלי'ס מיט בני יואל, נעכטן האבען זיי אינטערגעצינדן א דאמסטער אויף אפטע רד' אין געשיקט א טראק אין גאנץ ק''י אויסצוגיסען גארבעטש - א זאך וואס איז פאר די סיקרוקים אין מאה שערים נאכנישט בייגעפאלן
שוין צו זעהן ענקער אימצווילירטע התנהגות (פאר ווער עס האט עס נאכנישט געזעהן)
די סיקרוקים איז שוין פאר זיי א טיטול, זייער אימצוויליזירטע התנהגות באגלייט מיט חילול ש''ש שטייגט איבער אלעם, איין מיניט שרייט מען נרדף אין מען גיסט גארבעזש - פאר סעלף פראטעקשאן (גיי פארשטיי וואס פאר א סעלפ פראטעקשאן דאס איז, דו חלה דעקל) נאכדעם שרייט מען מ'גייט מאכען סדר אין מ'פראבירט צו מסר'ן אין ארעסטירן, ווען עס גייט נישט מאכט מען פראטעסטן מיט די קליינע קינדער אא''וו
מען האט ציריקגעטראגען מסירה אין הירוס מיט חילול ש''ש צו ''יושנה''
תוקן על ידי היראים ב- 19/08/2010 20:37:15
נשלח ב-19/8/2010 21:37
יעצט באקומען אין אימעיל:
פאלגענד איז א ליסט פון ארגענעזאציעס און מערכות וואס די בני יואלע רבי האט שוין אלס געגרינדעד זינט ער האט פורים געמאכט פון זיין הייליגן טאטע'ן ז"ל מיט'ן ידו כידי לצנות בריוו (א פארט פון די הנהגת התורה פארטיי...).
• אויפגעשטעלט א מיידל סקול אין אפאר טרעילער'ס.... פון די שוואכסטע מיידלעך וואס כלל ישראל פארמאגט!....
• אויפגעשטעלט א ריזן טורעם מיט ברייטע סטעפס וואס האט אויפן שפיץ אויבען א גרינע 1200 סקווער פיס שטיבל אינמיטן שטעטל וואס איז מ'כלומערשט א שול.... און ווערט טאקע אנגערופן ווי באקאנט ביים עולם על שמו ולזכרו פון זייער חשובע לויער....
• אויפגעשטעלט א חדר פאר יונגלעך אונטער דעם אויבן דערמאנטן גרינעם שטיבל און די מלמדים לויפן אהיים יעדע צוויי טאג אז מ'באצאלט נישט...
• אויפגעשטעלט א חתונה זאל ביי זיינע חסידים אין מוסד (זיין טאטן'ס גרעסטע שונאים) וועלכע זאל פראדאסען נישט כשר'ע חתונות
אצינד קומט די פרייליכע ידיעה לשמחת לב פון אלע בני יואל אז מ'האט עררייכט אויפצושטעלן די ארגענעזאציע וואס וועט זיך אפגעבן מיט ווארפן גארביזדש אויף די גאסן....
נו אוודאי, פרעגסט נאך פארוואס ס'פעלט אזוי אויס צו האבן די ארגענעזאציע...????.....
נישט קיין אייגענע הצלה, נישט קיין אייגענע פאליציי, נישט קיין אייגענע חבירים,
נו, מיט עפעס מוז מען דאך ווייזען אז מ'איז א יש דא אין שטעטל.... פון סתם האבן א טורעם מיט סטעפס וואס איז נקראת על שמו ועל זכרו פון סאסמאן ווערט מען נאכנישט קיין בעל בית... פון האבן א צובראכענע מוסד קעגן איבער וואל מארט ווערט מען נאכנישט בעל בית.... און ווען מ'עפענט א בית החיים אין א בעק יארד אויף רעיוואד פאר מאנגאליענס ל"ע ווערט מען נאך אלץ נישט בעל בית......
האט דער בני יואלע רבי איינגעזען פאר וויכטיג אז פאר די וואוילזיין פונעם עקזיסטענץ פון זיין עולם מלכות בני יואל פעלט זיך אויס א מוראדיגע ארגענעזאציע וואס גייט ברענגן פאבליק ריעלעישאנס וואו קיינמאל בעפאר.... האט מען מיט גרויס פארזיכטיגקייט געגרינדעט די ארגענעזאציע וואס גייט אויסגיסן גארביזדש אויף די גאסן......
ווי זאגט נאר די בני יואלע רבי נאך מפי קדשו פון זיין רבי מובהק ר' שימעלע?... די הינט בילט און........ מ'גיסט גארביזדש.......