באקומען אין אישי אדרעסירט צו א שרייבער פין מהרז''ל'ס פארום
אבער אזווי די שקר איז דארט ארויס פין אלע גבולים וויל דארט נישט מגיב זיין אין איך וועל עס דא לייגען
איך האב נישט קיין רשות כתיבה ביטע שרייב אינעם אשכול פון געוארפן ..
זיבעלע זיבעלע איך מיין זאלסט דיך נעמען אויסרעכנען אלע עבירות שבתורה, קענסט אפי' קאפיען פון דיין תיקון ליל שבועות אלע לא תעשה'ס און מאכן אלף בית פאר די ארוניםס עבירות
סארי אבער עס איז קאמיש זיך צו באפאסן צו דיינע נערישקייטן און שפילן נרדף בשעת "ענק" זענען דא גאר די להכעיסניקעס מיטן נישט לאזן אפי' נעמען רשות און קאליע מאכן ענקערע אייגענע שטובער בגשמיות וברוחניות בלויז מיטן ציהל אז "מיר וועלן אים ווייזן" ממילא אז זיי האבן זיך געוואגט אריינצוגיין אין מלחמה מיט אזאנע הארבע ענינים וואס רבינו הק' שרייבט ( איגרת מהרי"ט) מזאל אויסרופן אין אלע גאסן זייערע נעמען
זיך פון זיי אפצושיידן פון זיי און געבן אלע מינע קנסות וכפיות ביז זיי טוען תשובה און מאכן איבער די קידושין כדת משה וישראל
אבער לאמיר דיך יא פארהערן אויף דיין לא תעשה ליסטע
לאמיר גיין אין די רייע
א) ווען האט צד מהרז''ל / בני יואל נאכגעשריגן א פרוי וואס האט חתונה געהאט מיט א פסולע קידושין פונעם זבל אהרן
ווער האט נאכגעשריגן פרויען אין די גאסן פון וו"ב אין דער צייט וואס זייערע רבנים האבן מתיר געווען (וואס דאס איז כאטשיג וואס יעדער איז משיג אז וו"ב האט נישוט קיין מרא דאתרא און באלאנגט נישט פאר סאטמאר פריוואט)?
ב) ווען האט צד מהרז''ל / בני יואל געשטויסן פרויען אין די גאסן
ווער האט געשטויסן און אויסגעטוהן א שייטל פון א אשה אינמיטן די גאסן פון וו"ב פארן חטא פון פאלגן איר רב (וואס דא רעדט מען נישט פון יענעם אפטוהן בלויז טראגן פאר די אייגענע באקוועמליכקייט)?
ג) ווען האט בני יואל
פארברענט א בנין מיט זיבעציג נפשות דערינען
ווען האט קהל פארברענט א בנין מיט זיבעציג נפשות דערינען? דו מיינסט אפשר וואס משה גבאי האט געטוהן און די בוסט אים מוחל אזא הארבע חטא ווייל ער שטויסט ר' אהרן ? wow א מסירת נפש פון מוחל זיין 70 נפשות צו שטויסן דעם רבין..
ד) ווען האט צד מהרז''ל / בני יואל פרטעסטירט קעגן א פוסק הדור
פארן חטא פון זאגן א דעת תורה
ו
וען האט איינער פראטעסטירט קעגן די פעיראל דיינים פון וו,ב און ק"י אדרבה פארצייל פון וואס דו רעדסט, און לעומת זה דערמאן דיך די בני יואל מחאות מיט איינגע וואכן צוריק, פארוואס? פאר א סעפטיק?
ה) ווען האט צד מהרז''ל / בני יואל געווארפן פאשקעווילן קעגן א יוד פארן חטא פון פאלגן זיין מו"ץ (פארשטייט זיך אז א פסק בי"ד הייסט נישט קיין פאשקעוויל)
אה דא האסטו מיך געכאפט ביים ווארט הייסט אזוי א פאשקעוויל אקעגן איינעם וואס דער רבי שרייבט פורץ גדר איז נישט ערלויבט, אבער ווען איינער רופט מיר אין קארט און ער פארלירט איז לא די ער מעג ווארפן פאשקעווילן נאר ער באקומט נאך א זיגל פון די א.ג. בי"ד של פורצי גדר בראשות רב טענענבוים לרפו"ש, און סאיז נאכנישט פארטיג נאר אפי' ווען ר' דוד רופט צו דין תורה איז מען נישט מחוייב צו גיין אפי' נאך 3 הזמנה'ס, אדרבה אפשר רופט איר קהל צו דין תורה וועגן די פאשקעווין, איך זאג רייך צו אז מגייט נאך פאר די הזמנה!!!
ו) ווען האט צד מהרז''ל / בני יואל מזיק געווען אלפים יודישע נכסים
מעשה'ס פון פריוואטע הזיקות איז א שאד אנצוהייבן אבער אפי' סזאל נאר זיין די 1000טער דאלארן פון די קארט קעגן קהל מיט די רביצין הויז, דיינו.
ז) ווען האט צד מהרז''ל / בני יואל מחנך געוען זייערער בחורים צו טוהן מעשה אלימות
אוי האסטו א זכרון קאניינעהארע, מכובד צו ברענגען דיינע בילדער פונעם טאג טעגליכן לוח פרשת קרח ה' אלפים תש"ע לפ"ג פון פראטעסטן ביים רבינס הויז און ביי ר' דוד עקשטיין און ביי ר' אברהם ווידער ועוד און גיב א קוק דא אויף היידפארק די בילדער פון די צעטלעך וואס איז געהאנגען אין אלע ענקערע שוהלן צו גיין פראטעסטירן, און צודעם איז נאך צוגעקומען א דרשה פונעם מנהל אין קווינס, און פארוואס האט מען געהאט רעכט מוחה צו זיין? פאר א סעפטיק, וואס דו ביזט אריין אין קארט, אבער ווען בחורים האבן אומגעפרעגט אהיימבאגלייט א פארפאלק וואס לויט דעם פסק פונעם דיין וואס איז אויפגענומען אין שטאט דורכן רבין ז"ל גייען זיי צוזאמען באיסור פרעמדע בחורים און מיידלעך (עכ"פ לשיטתם), איז מאי כל הרעש?
נאר הא לן והא להו!