געהויבענע זומער אין קווינס קעמפ ברענגט געווינטשע רעזולטאטען
די סוקסעספולע זומער וואס די בחורים האבען אפגעהאלטען אין קווינס קעמפ ברענגט די געווינטשענע רעזולטאטען
דער גרויסער ראש ישיבה האט ארייגעלייגט גרויסע כוחות אביסל אויפצוארבעטן די ישיבה זענדיג אז ''זיי'' לייגען אריין אזוויפיל כוחות אין די ישיבה ווען פין די זעלבע צייט, זיין ישיבה פארשפרייט די 'ריכטיגע' כתר שם טוב ווייטער אין ווייטער
די ספין פין די נומבערס וואס פארמעליך שרייבט טעגליך וועט נישט קענען אנהאלטן צו לאנג
האט ער געלייגט גרויס האפענונג צו מאכען סדר דעם זומער בשעת די בחורים ''גייען נישט צו חתונות'' אין מ'זעהט זיי ווייניג אין די שטאטישע גאסען.
למעשה וואס פאר א זומער דארט איז דורך דארף איך קיינעם נישט פארציילן, איך וועל נאר ברענגן עטליכע אשכולות וואס זענען שוין באשריבן געווארען דא בעבר
ער איז באמת א רחמנות, מיטן פראבירן צו באשמיצן קרית יואל וועט ער נישט אראפנעמן די גערוך פין קווינס
ער האט איין ברירה צו פארקויפן פאר זיינע קעלבער אז די ישיבה איז ארויף פין קומענדיגע זמן פין 1000 צו 1500 בחורים
אין אלע וועלן נאכזינגען.
תוקן על ידי היראים ב- 25/08/2010 01:09:37
נשלח ב-26/8/2010 22:53
די קווינס ישיבה האט געהאט די יאר זייער שלעכטע זמנים, וואס זיי האבען שוין לאנג/אין אפשר קיינמאל נישט געהאט
נפתלי האט נאך ביז יעצט געהאלטן אז ער האט די ישיבה אין קאנטראל לפנים, אז די גאס האלט נישט מיט די קאראפטירטע ווערטשפאט פין זיין ישיבה
בדרך כלל האט ער געלאזט די ישיבה ווערן געפירט ווי א פעקטארי, ער האט נישט געזיכט צו האבען צו טוהן מיט די בחורים צו שטארק, ער האט זיך נישט געזיכט מיט זיי איינצורייסן, אין ווער עס האט געהאלטן ביים לערנען האט געקענט זיצן אין שול אין ווער נישט האט געטוהן וואס ער האט געוואלט געטוהן אדער איז נישט געקומען אין ישיבה אין זיך געדרייט אין וויליאמסבורג ביי פארשידענע פלעצער אדער האט מען געקענט גיין שפאצירן אין געגנט פין די ישיבה {ה''י}
ער האט אייביג ארויסגעווארפן יעדע בחור וואס איז געווארען אביסל עלטער אין יעדע בחור וואס האט אים געדאכט אז ער קען העצן קעגן אים {- דאס איז געווען טראץ וואס ער רופט זיך אויפן נאמען פין רבינו בעל ''ויואל משה'' זצ''ל},
אין אזוי האט ער געהאלטן אז ער קען דערשטיקן אז די גאס זאל נישט מיטהאלטן וואס טוט זיך אינעווייניג
איינס פין די זאכען אויף וואס ער האט זיך געשלאגען מיט אלע כוחות איז געווען אז די דארמיטארי זאל זיין לימיטעד, ממש נאר פאר א קליינע פראצענט בחורים, מיט וועם ער האט געקענט זיין זיכער אז זיי וועלן איינמאכען פאר אים
אויסשטעטישע טאטע'ס פלעגן זיך בעטן ביי זיי אז זיי זייערע קינדער האבען נישט ווי צו שלאפען אין וומ''ס אין זייערע קינדער וועלן זיין אנע אחריות אבער עס נישט געווען צו וועם צו רעדן
ווי אויך האט ער מקפיד געווען ביים בויען די יעצטיגע ישיבה אז מען זאל עס דווקא בויען אין א נאן רעזידענשל געגענט כדי עס זאל זיין ווי ווייניגער אויגן ארום די ישיבה, מען האט דירעקט נישט געקוקט אויף די געשעפטן אין פראבלעמאטישע ערטער ארום די ישיבה מען האט בעיקר געקוקט אז אויב ברעכט עפעס אויס אין ישיבה זאל זיין ווי ווייניגער אויגן
אין ווי נאר ער האט געזעהן א זאך וואס האט געקענט מאכען א שטינק פאר די גאס האט ער זיך אריין געלייגט אין די לענג אין די ברייט עס צו דערשטיקען
דאס האט אלעס אנגעהאלטן ביז היי יאר, ווען זיינע באווארענונגען געווןע ווערטלאז קעגן די היי יעריגע טראבל מעיקרס בכמות ובאיכות, די ישיבה איז אים ממש ארויסגעפאלן פין די הענט, פשוט ארויס פין קאנטראל.
די קלימאקס דערפון איז פארשטייט זיך געווען אין קעמפ ווען אלע בחורים זענען דארט 24/7 וואס דאן געשעהט דאס וואס ער האט אייביג מורא געהאט (- ער האט דארט אויך פראבירט זיך צו באווערענען אביסל ווען ער האט פארקירוועט די באנגס אין אריינגאנג צו די קווינס קעמפ פין די רוט 52 - וואס איז געווען די צענטראלע אריינגאנג די ערשטע פאר יאר, אין אלע באנגס מיט די לאנטש רום זענען געווען לעבן רד', צו קאהן ענד קאהן רד' וואס איז א שטילע זייטיגע רד' אין געבויט א נייע רד' אין נייע באנגס אויבן פון די בארג, אין די אלטע באנגס אין לאנטש רום האט ער געמאכט פאר משפחות)
ער איז היי יאר געווען אין קעמפ ענדערש ווי א יונגעל אין חדר אין די בחורים זענען געווען זיין מלמד די פייערס אין עקסידענט איז בלויז א טפל, פין וואס די בחורים האבען אפגעכאפט אויף זייער איי פאדס אין פאון'ס (די איי פאון'ס איז זייער איינעגעגסן אין קווינס, איך ווייס נישט ווער עס פילט עס אן פאר די בחורים אבער יענער איז א חוטא ומחטיא במלוא מובן המולא וד''ל)
אבער יעצט איז אינטערגעקומען נאך א פראבלעם....
תוקן על ידי קווינסחיות ב- 26/08/2010 22:55:44
נשלח ב-26/8/2010 22:56
ביז היינט, יעדעס מאל וואס קווינס האט געזעהן אז עפעס א שטינק קומט ארויס האבען זיי גלייך גענומען באשמיצן די ישיבה אין קרית יואל, דורך היידפארק + זייערע צענדליגער טוויטער גרופס, אין אנדערע אינטערנעט סייט'ס אין דאס גלייכן, וויפיל דאס האט געהאלפן פאר זיי ווייס איך נישט, אבער א חצי נחמה איז עס זיכער געווען קרית יואל איז פאקטיש מער א אפענע ישיבה זיינעדיג אין די באוואינטע געגענט + די טויזענטער באזוכער ביים בית החיים אין ביים ציון הק' די גאנצע יאר, דא קומט צו דער פאקט אז דארט שלאפט כמעט יעדע אויסשטאטישע בחור אין דארמיטארי אינטער די השגחה פין די הנהלה, האט מען אייביג געקענט גרינגער זעהן וואס דארט טוט זיך אין אז א בחור האט געטוהן די מידענסטע אויפאלענדע זאך האט שוין יעדער געקענט מיטהאלטן אין די זאליס האבען עס פראבירט אויפצובלאזען עד כמה שידם מגעת היי יאר אבער נאכדעם וואס קרית יואל האט געמאכט פארשידענע שיניום וואס האט שטערקער געמאכט די ישיבה (די סיסטעם איז נאך אויף פראבע אין אויב וועט עס זיין סוקסעפול וועט עס גיין ווייטער בעזהשי''ת) אין עס איז נישט געבליבן אויפצישפילן קיין שום איצידענט אין קרית יואל פין היי יאר, האבען זיי ווייטער פראבירט צו שיקען סתם געבאקענע שמיץ אדער איבערשיקען אלטע בילדער אפי' פין 3 יאר ציריק, אלעס ווייל זיי האבען געמיינט אז דאס וועט אוועקנמען די טעמע פין זייער אייגענע ישיבה, אבער זענדיג אז דאס העלפט אויך נישט איז אים בייגעפאלען א מאדנע געדאנק, עס קלינגט מער ווי אביסל רשעות'דיג אבער וואס זאל מען טוהן אז מען רעדט זיך איין אז דאס גייט ריינוואשען די קווינס ישיבה וועט מען עס מוזן טוהן, ווי באקאנט האבען די זאליס געקויפט א לאט לעבן די בית החיים ווי זיי לייגען דארט זייערע נפטרים אין די נפטרים וואס די חברה קדישא וויל נישט אננעמן ציליב די תקנות החברה קדישא (שמירת שבת, ביי האר, הליכה לערכעות, וכדומה), כדי עס זאל אויסקוקען ווי א געהעריגע בית החיים לייגען זיי דארט אריין שווערע מיליאנען ווי איבערדעקן די גאנצע שטח מיט שיינע זויבערע זאמד אין בויען א שיינע גדר אין אזוי ווייטער, נו א בחור איז א בחור אין יעדן טאג ביי לאנטש האבן זיך אסאך בחורים ארויסגעכאפט שפאצירן ארום די ישיבה אין א טייל בחורים פלעגן זיך אפשטעלן קוקען די בוי ארבעט לעבן די ישיבה אינטער די וואסער טאנק ווי עס ענדיגט זיך די ישיבה'ס לאט אין געקוקט מיט הנאה אויף די קאנסטראקשאן (אין איך גלייב אז זיי האבען געהאט א ספעציעל הנאה ווי יעדע סאטמארע חסיד האט אז די מענטשן טיילן זיך אפ פין סאטמאר) זענען די זאליס אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע המצאה מען וועט נעמען בילדער אין ארויפלייגען אויף די אינטערנעט אין שרייבן אז די מאנרוי בויעס שטערן די ארבעט אין ציברעכן די טרעקטערס אין טעראזרין די בית החיים אין אזוי ווייטער (זיי האבן שוין מער ווי איין מאל געניצט די מיטל, זיי האבען איין טאג ג'טענה'ט אז די בחורים האבען געברענגט טויזענטער גאלאנען האניג אין באגסען זייער גאנצע שטח כדי עס זאלען קומען בינען, א צווייטע טאג האבען זיי געשריבן אז מען האט געווארפן שטיינער אויף זיי ווען מען האט געגרינדעט די בית החיים זיי האבען אפילו גערופן פאליס אבער די פאליס האט נישט מער ווי געבעטן די בחורים זאל צירוקוואקען ביז די ישיבות לאט, אין קיינער האט נישט געקענט ווייזען וואס אין ווי מען האט געווארפן)
נשלח ב-26/8/2010 22:57
נו, אומר ועושה מען שיקט כאפען בילדער אין מען צישפרייט עס אויף די אינטענעט מיט א הקדמה וואס די בחורים טוהן נישט אלס אויף דעם בילד זיך איינרעדענדיג אז דאס וועט זיי ריינוואשען, ווי שוין געשמיעסט פין די אנדערע זייט פארשפרייטן זיי בילדער פין אימשילדיגע בחורים פין שיעור לצעירים וועלכע האבען זיך געשטעלט באטראכטען די ארבעט אין שרייען אז די בחורים האבען געטוהן טעראריסטישע אקציעס אויף זייער שטח (די בחורים האבען אפי' נישט געפילט פאר וויכטיג צו אנטלויפן ביים כאפען די בילדער וויסענדיג אז זיי טוהן נישט קיין שום עולה, זיי איז נישט בייגעפאלען פארוואס מען דארף עס האבען)
זעלבסט פארשטענדליך אין איך דארף קיינעם נישט זאגען וויפיל רשעות אין רציחה עס ליגט צו באשמיצן א בחור אין די יארען ספעציעל ווען ער האט קיין שום עוולה נישט געטוהן (ער איז נישט געגאגען ווילווען אדער שרייען אין די שטאטישע גאסען, ס''ה געגאנגען קוקען א אפענע קאנסטראקשען סייט לעבן די ישיבה ביי לאנטש) אלעס ווייל ער האלט אז אזוי קען ער ריינוואשען זיין ישיבה אין אויב פעלט אויס פאר דעם צו זיין א אכזר פאר אימשילדיגע בחורים ווען דאס אויך מוזען טוהן
יא, דאס איז אייןס פין די פירות פין החזרת עטרה ליושנה מיטן מיסד זיין די קווינס ישיבה.
דער עולם דארף נאר אינאכט נעמען איין כלל, ווען די זאלי'ס ארבעטן שווער צו באשמיצן די ישיבה אין קרית יואל איז א סימן א נפתלי בלומענפעלד האט פארלוירן קאנראל.
לצים זאגן אז דעם זומער איז געווען דארט ״דברי יואל על מועדים״ֽ ווייל עס איז יו״ט אין ״דברי יואל ״
נשלח ב-27/8/2010 01:35
דער נפתלי האט אמאל געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס קרית יואלער רב [דעמאלטס] האט נישט קיין קאנטראל אויף זיינע 700 בחורים העכער 18 יאר. [וואס ס'געווען על פי רוב געשמאלצענע נישט געשטויגענע ליגענטס וואס די שונאים פון סאטמער האבען פראבירט -אזוי ווי אייביג- סתם מבאיש ריח זיין די הייליגע סאטמערע מוסדות]
אין ער האט זיך געאייסערט אז ער האט יא קאנטראל אויף זיינע 180 צעירים בחורים
נשלח ב-27/8/2010 01:44
דאס שיקען די בחורים די גאנצע נאכט רייסן צעטליך פין די גרויסע פראטעסט ב' שלח האט אסאך ציגעגעבן פאר די ישיבה ספעציעל די קלעפ וואס זיי האבען געגעבן פאר די כולל יונגעלייט וואס האבען געהאנגן די צעטליך אין די ציבראכענע גלעזער'ס די איז די שיינע פירות פין יושנה איין פראבלעם איז נאר דא, אז ס'איז לא איכפת ליה, ביי שלוש סעודות באהאלט מען זיך אין די לעכע''ר (עפ''ל)
נשלח ב-27/8/2010 06:02
איך בין א גרינער דא און איך פארשטיי נישט
א בחור וואס קוקט ווי מ'בויעט אויף א שטח א נייער בית החיים איז א שגץ, און א בחור וואס דרייט זיך אויף די קווינסער גאסן און קוקט ........ איז א צדיק? אתמהמה
נשלח ב-27/8/2010 21:22
ווער עס וויל וויסען וואס מיינט א קווינס בחור, זאל זיך אומקוקען אין די גאס שבת נאכמיטאג ווען די קווינס בחורים לויפן ארום זיכן פרויען אין מיידלעך נאכצושרייען, נאך 9 שטילע וואכען זענען זיי יעצט אהיימגעקומען פין קעמפ
נשלח ב-31/8/2010 23:34
דער מנהל פין קווינס האט היינט נאכמאל פראבירט זיין מזל צו שיקען כאפען בילדער ווי די בחורים קוקען מיט הנאה ווי די זאליס גראבן ביי זייער לאט ער כאפט נישט אז איין שבת נאכמיטוג אין די וויליאמסבורגע גאסען אדער איין צילאזטע חתונה פין די קווינס בחורים מיינט אסאך מער ווי בחורים קוקען א קאנסראקשען סייט לעבן זייער ישיבה
נשלח ב-14/9/2010 17:58
בין הזמנים האט זיך אנגעהויבן אין מען האט זיך אינטערגעשאצט פין די קווינס פירות איך קען נישט קיין סאך רעדן וועגן די תקנות הפורם
יעדער ווארפט די שילד איינער אויפן צווייטען, דער שרייט אז דער נייער משגיח/ס' מנהל ר' ג' קליין איז שילדיג אין מ'זאל אים ווארפן וחוזר חלילה, בקיצור, אויב האלט עס אזוי אן קומט נאך א לעבעדיגע זמן אין קווינס.
תוקן על ידי קווינסחיות ב- 14/09/2010 17:59:11
נשלח ב-16/9/2010 19:52
עטס מיינטס אז מיט פאבראצירן מעשיות אויף היידפארק וועט דער וועלט בארימטער נאמען פון דער ק"י ישיבה עפעס בעסער ווערן?
נשלח ב-10/10/2010 23:26
יוסלע פין HQ
איז די גאנצע ווארטזאגער ביי זיי, זיין ווארט איז הייליג
ער האט יעצט ארויפגעצויגען א שמייכל מיטן שיסען די נומבער וויפיל בחורים ער האט אין קווינס דעם זמן
סיי ווי וועלן עס אלע קינדער נאכזינגען
ער פארעגסט איין זאך
ווי מער ער שרייבט אלס מער זענען די בישות ביי די תפילות אין טישען ווי באטייליגטע בחורים אין יוצאי קווינס ווערן ווייניגער אין ווייניגער
יעדער געדענקט ווען די ערשטע זאך ווען די שלעגער'ס האבען ארויפגעצווינגען דעם שטריק מיטן שטענדער אין וומ''ס דורך גארדס אין שלעגער'ס אריינגערעכנט ארעסטן מיט מסירות
איז זיין ערשטע געווער געווען ''ער גייט עפענען א ישיבה אין זיך בויען חסידים'',
כאפט אייך אריין ביי זיינע טישן אדער תפילות פאר די 900 חסידים....
איך שאץ אז נעקסעט זמן גייט ווערן פין 900 צו 1000
די פירות פין די ישיבה מיט איר פארדארבענע שם לויפט אסאך שנעלער ווי יוסלע'ס נומבער'ס
נשלח ב-11/10/2010 00:27
לכבוד די התחלת הזמן קומט האפענטליך א זיסע קליפ פין קווינס קעמפ דעם זומער האלט אייך געשפאנט
נשלח ב-11/10/2010 00:30
די הערליכע פנימי קליפ וואס האט געליעקט פין די קווינס בחורים פין די מערכה קעגן זייערע מנהלים פין די שווארצע זומער....