זאלי'ס שעלטן ! פעשווארסקער רבי אנטלויפט פין די מסיבה
פעשוואסקער רבי איז געפארן נאך געלט פאר די מיידל סקול אין אנטוווערפן וואס ער בלטיגעט שוין יארן אז ס'איז זייער נישט אויס געהאלטן
אבער ער פארשטייט אויך אז די זאליס ווילן אים אריין שפילן אין זייער הענט אין קען ווייזן אז ר' לייביש ווערט משיגע פאר הגז"ל'ס צדקות אין קדושה אין גאונות.
פארדעם האט ער בשום אין פנים ואופן געוואלט בלייבן ביי זייער פראפאגאנדע היינט נאכט אין ער האט זיך אפגעטראגן פארנאכט'ס.
די זאלי'ס האבן פרובירט מיט אלע כוחות אין די וועלט אז ער זאל בלייבן אין מען האט אים מסביר געווען אז די חינוך אין אנטווערפן קען ציפאלן טאמיר ער בלייבט נישט.
אבער מיט אלעם פארשטייט ער אז ס'איז אסאך גרעסערע סכנה טאמיר ער וועט יא בלייבן אין די זאלי'ס ועלן עס אויף שפילן אויף זייער פראפגאנדע .
נשלח ב-24/8/2010 01:12
פשעווארסקער רבי שליט"א האט געמאכט א פשוט'ן חשבון ער האט געפאדערט אז די בית רחל מוז זיך אפזונדערן פון די שטאט, און רז"ל האט געבעטן ער זאל קומען העלפן דערצו, האט רבי לייבוש געענטפערט אז:
"ער איז גרייט צו קומען העלפן ראטעווען דעם בית רחל" אבער "ער איז נישט גרייט צו קומען העלפן ראטעווען זיין רעביסטעווע" דערפאר איז ער טאקע געקומען העלפן צו שאפן געלט אבער ער איז גלייך אהיימגעפארן און נעבעך נישט געבליבן צו די מסיבה פאר פראפעגאנדע, טראץ וואס דער אנזעצער יחזאל בערגער האט נאך היינט זיך געבעטן ביי רבי לייבוש אז ער זאל בלייבן כאטש צום אנהייב פון די מסיבה
נשלח ב-24/8/2010 01:25
טראך....!
ווי אן אטאם באמבע האט עס באטראפען די זאליס, דאס וואס רבי לייבוש האט איבערגעלאזט ר' זלמן לייב אליין מיטן צינג אינדעראויסען.
דער איד און אלע זאליס גרייטן זיך שוין וואכן אויף די נסיעה, מען האט שוין אפילו קעגענסעלט איינס, איצט האלט מען ביי די צווייטע, און אלס דרייט זיך נא רבי לייבוש קומט, די אהרונים וועלן צוקראכט ווערן, עס וועט זיין קאנקאעדיגע פיקטשערס, רבי לייבוש קומט נא רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש...!
אוי ואובי אלעס איז צוקראכט געווארן...!
נאך דעם וואס די זאליס האבן זיך געבעטן צום פעשווארסקער רבי שליט"א, ובפרט דעם בג"ץ'ניק מיכעלע שלעזינגער, און היינט האט זיך ר' זלמן לייב פרעזענדליך געבעטען 3 מאל אז די רבי שליט"א זאל בלייבן.
אבער רבי לייבוש האט גוט פארשטאנען וואס די זאליס ווילן פון אים, צו קענען מאכן פיקטשערס, און ר' זלמן לייב זאל קענען מאכן א שוי שפיל ברבים, און אלע זאליס זאלן זינגען נא רבי לייבוש איז א זאלי...
האט זיך די רבי שליט"א געפאקט די פעק, און איז געפארען צוריק למעון קדשו, לאזענדיג די זאליס ווארטן אפען ערשיינונג...
די זאליס אין לאנדאן דרייען זיך ארום און שעלטען טויטע קללות דעם פעשווארסק רבי שליט"א, דא זאליס דא אין ניו יארק האבן נאך דעם ביטערן טעם אין מויל פונעם באזיך פונעם פעשווארסקער רבי שליט"א, וואס די ערשטע באזיך איז געווען ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף הויז סט., און דעמאלס האבן זיי שוין געשלאגען כפרות מיט אים.
איך מיין אז די זאליס זאלן אויסגיסען איצט גארביטש אויף די לאנדאן'נער גאסן...
נשלח ב-24/8/2010 01:41
די זאליס שעלטן געפערליך דעם זוהן פון רבי לייבוש וואס וואוינט אין לאנדאן אז ער איז שולדיג אויף ר' לייבוש'ס אוועקלויפן ד.ש. בערגער האט אין א שנעלע שריט ארויסגעגעבן א תירוץ אז רבי לייבוש בלייבט קיינמאל נישט נעכטיגן אין די פרעמד היי וויאזוי באשיינט ער יערליך אין לאנדאן די מסיבה פון חיבת ירושלים ? תיקו
נשלח ב-24/8/2010 02:15
דאכט זיך מיר דער דוד שמעון בערגער פארשטייט זיך נישט מיט מרדכי שטויבער, פארדעם האט מען אומפטירט פין ארץ ישראל אפרים שטערן אנציפרן מיט די פאפראציע.
די זאלי'ס שרייען יעצט אז עס וואלט שוין בעסער געווען ווען מען ברענגט אים אינגאנצען נישט ווי איידער ער זאל קומען אין מאכען פין זיי דאס גענאר
נשלח ב-24/8/2010 06:32
נישט קיין ווינדער די זאלי'ס חרוב
זיי האבן זיך אריין געלייגט מיט ר' לייביש אין בעט, אין אנדערע ווערטער ר' זלמן לייב קען אליינס נישט שאפן געלט פאר אן אזוי געריפענע זיינס א מוסד, ער מיז ציקומען צי ראטווען זיינס א מוסד צי אן אינדערן רבי'ן
אין ווען ר' לייביש יאגט אפ פין די גאנצע טראלאעלעלע פאפראציע פיקטשער פעסטעוואל ווערט מען אויטאטיש אנגעזעצט ער פארשטייט פינקטליך וואס די באנדע וויל פין אים.
דעס הייסט 1+1=2
נשלח ב-25/8/2010 00:55
יעדער תינוק פרייד זיך מיט א אנדערע נחמה איינער שרייט די נערישע געבעקס אז ער בלייבט נישט אזוי שפעט אין לאנדאן ווייל ער נעכטיגט נישט דארט א צווייטער שרייט אז אסאך האבען געוויסט אז ער גייט נישט בלייבן (ווי פארשטייט זיך גיסט דאס נאר זאלץ אויף די וואנדען, אז די האסט יא געוויסט פארוואס האסטו זיך נישט געקענט באווארענען)
עס האלט שוין אז זיי האבען געפענט א עקסטערע אשכול נאר צו בארויגען די ''פרייליכע'' אטמאספארע
נשלח ב-25/8/2010 01:24
די זאליס האבן היינט ביטער נקמה גענומען אין רבי לייבוש.
ווען רז"ל איז היינט ארום געגאנגען צו אלע רבנים אין שטוב באזיכן, אבער צו רבי נפתלי אלימלך שליט"א אב"ד פשעווארסק לאנדאן איז ער נישט געגאנגען באזיכען אלס נקמה וואס זיין טאטע האט אויסגעשפילט רז"ל.
משה פראדל האט היינט ביינאכט אין קעזענאוו צוזאם געשאלטען רבי לייבוש, ער האט ביטער חוזק געמאכט פון אים מיט מיאוסע שמוציגע ליצנות, אזוי ווייט אז אפאר זאליס האבן געשריגען אויף אים אז ער זאל אויפהערן.
זאלי לייגט איצט איין וועלטן אז רבי אליקים שלעזינגער זאל אים אויפנעמען, אבער רבי אליקים האט געמאלדען אז ער נעמט אים אויף נאר טאמער ער וועט אים ענטפערן פארוואס ער איז געגאנען אינעם טמא'נעם בג"ץ, און פארוואס ער האט געמאכט דעם מרידה באומות מושב ליצים אין מעריאט האטעל קעגן די שפאנישע רעגירונג.
נשלח ב-25/8/2010 03:01
תושבי אנטווערפען הכונו למערכה. די זאליס גייען איצט ווארפען שמוציגע גארביטש פאר ר' לייבוש'ס הויז אויף די מערקאטאר סטראט, פארען אנטלויפען פון לאנדאן. און אדמו"ר מ'פשעווארסק גייט זיך אליין זיין שילדיג פארוואס מ'האט נישט קיין ברירה אין די טעראריסטען זאליס מוזען אויסשפרייטען גארביטש פאר זיין דירה. ס'קומט שווערע צייטען און אנטווערפן ס'וואוינט א בני יואלע וואלנער דארטען.
נשלח ב-25/8/2010 05:42
מארגן גייט ר' זאלי'קא באזיכן דעם אלטען חצוף פארן רבי'ן ז"ל רב דאמפ וואס ווער ווייסט ס'ווייסט האט אים דער רבי ז"ל קיינמאל נישט געוואלט אויף נעמען.
בדרך אגב האט זיין זין יעקב דוד לעצטענס עזאגט אין א דרשה אז ר' זאלי'קא איז דער בעל ויואל משה בדירנו מען דארף זיך רייסן קריעה בלויז צי טראכן אזאנע ווערטער.
שעם דיך יעקב דוד
נשלח ב-26/8/2010 17:00
אויפרייס: פשעווארסקע ברענען אויף ר' זאלי'ן
ווי שוין אויסגעשמיעסט איז ר' לייבוש זייער אנגעווייטיגט וועגן די אנטווערפענע מיידל סקול אז מהאט עם סתם ארומגעפירט און אויסגענארט אז סגייט ווערן על טהרת הקודש און למעשה פארבלייבט נאך דער מוסד פול מיט טיטשערס שיקסעס מיט א גויאישן מנהלת וואס לערנען מיט די מיידלעך לימודי חול זעקס שעה א טאג פון 11 ביז 5 - די גויטעס לערנען מיט די מיידלעך פארברענגען מיט די מיידלעך זינגען מיט די מיידלעך רח"ל גויאישע לידער מאכן עקסערסייז מיט די מיידלעך וכו' וכו'
און אלץ נקמה האבן שלו' ציג מיט משה פרידמאן פארפירט אז דער קליגער ר' זלמן זאל נישט באזוכן זיין זון ר' נפתלי אלימלך דער רב פון פשעווארסק לאדאן - און ביז היינט האבן זייזיך ארומגעריסן מיט כעסקל בערגער איבער דעם - און היינט איז ער עם למעשה יא געגאנגען באזוכן
ביים באזוך האט ר' נפתלי אלימלך געזאגט פאר ר' זלמנע'ן אז ער האט באגלייט דעם טאטן אויפן וועג אהיים צום באן שטאציאן און דער טאטע האט זיך זייער אפגערעדט און זיך געבייזערט אז סאיז א געפערליכע זאך דאס אז ספארבלייבן נאך די גויאישע כחנכות וואס איז סם פאר יודישע קינדער און משפילט דא סתם ארום און ער פארלאנגט בכל התוקף אז זיי זאלן זאפארט ארויסווארפן די גויאידשע טיטשערס
ר' זלמן איז געווארן אנגעצויגן און האט זיך גענימען שרייען אז סיניש אמת און מרעדט איין לאקשן פארן טאטן (אפי' במלתא דגלויי לאינשי זאגט ער ליגנט) - משה פר"מ האט זיך גענימען ווילדעווען און די גאנצע אטמאספערע דארט איז געווארן אנגעצויגן
איינער פון די אנוועזנדע האט פראבירט אפצוקילן די אנגעצויגנקייט האט ער זיך גענימען רעדן אין לערנען איבער וויאזוי מהאצעך געפירט אין סיגוט ביי תקיע"ש ביי תשר"ת - און דא איז ווידער ר' זלמן רויט געווארםן און פארשעמט ער האט בכלל נישט געכאפט די נושא... דא האט משה פר"מ פרובירט איבערצינעמען די לייצעס און ר' זלמן איז ארויס געפאלן פון די שמיעס ... מהייבצעך אויף און משפאצירט ארויס
די פשעווארסקע זענען זייער בייז אויף די חוצפה צו זאגן אזא זאך אז מקען פארקויפן שטותים פאר ר' לייבוש'ן ער איז דען עפעס א בעיבי וואס ווייסט נישט ער וואוינטאך אין אנטווערפן און סאיז זיין מערכה און ער איז אינפארמירט מיט יעדן ריר פון די פרשה און דא קומט דער שוטה שרייען אז מרעטעם איין
נשלח ב-26/8/2010 19:29
ביבער די פארציילסט נאר האלבע מעשיות, די האסט ניטאמאל קיין מישוג וואס דארט האט זיך אפגעטוהן, משה מיט יחזקאל האבן זיך ארומגעריסן צו רז"ל זאל יא גיין אדער נשט, און לויט ווי איך הער איז אפילו איינמאל געגאנגען קלעפ, און יחזקאל האט געזאגט פאר משה אז ער וועט אנהעצן גאנץ לאנדאן אקעגין רז"ל מילא האט משה נישט געהאט קיין ברירה און ער האט געמוזט רז"ל לאזן גיין,
און עקסטער ווען ער איז אריינגעקומען צו ר' נפתלי אלימלך האט עם ר' נפתלי אלימלך אויפגענומען אנגעבלאזענערהייט, ווייל זעט אויס אז ער האט געוויסט אז די זאליס רעגן זיך געפערליך אויף זיין טאט'ן, און זיי באשמיצן עם, און ער האט גלייך אנגעהויבן די שמועס אויפצורעגן רז"ל אז זיין טאטע איז געפערליך גערעגט אז עס איז נאך דארט דא גוי'אישע טיטשערס, און רז"ל האט זיך אויפגעשטעלטא ון עם געוואלט אראפלאזן א פראסק, און די לעצטע מינוט האט עם שמואל קאמפאוט צוריגעהאלטן, אבער הערסט דארט איז געווען קולי קולות, מען האט זיך ארומגעשלאגן, די קולות זענען געגאנגען עד לב השמים, מען האט עס געקענט הערן גאסן אוועק, רז"ל האט געשריגן אז דיין טאטע איז גארנישט ווערט ווייל ער האט מיר אליינס איבערגעלאזט ביים דינער, און עס איז געווען קוים 100 מענטשן דארט און אזוי בין נאר איך די חוזק, און ער רנ"א האט צוריקגעשריגן מיין טאטע איז נישט אינטערעסירט צו זיצן צוזאנען מיט אזא עמ הארץ ווי דיר, ער איז היינט איבערו טאג געוואיער געווארן ווי א גארנישט די ביסט, די האסט גארנישט געקענט רעדן, א גאנצע צייט האט נאר משה אדער שמואל גערעדט, און אויך די האסטו געקענט זען א גאנצע צייט ווי מיין טאטע בלאזט אויף דיר, עכ"פ ער האט זיך פון די פארעקלט, און פון היינט אן און ווייטער גייט ער גיין נאר צו אונזער הייליגן רבי'ן שליט"א און ער האט חרטה וואס ער האט זיך ביז היינט געלאזט פון דיר פארפירן,
עכ"פ ביבער ס'איז געווען דארט הויך יום טוב, די זאליס שלטן פארוואס זיי האבן עם געלאזט פארן קיין לאנדן, געלט האט ער געמאכט אפשר 60 טויזנט דאלער, און כבוד איז אויך נישט געווען דארט, די מערסטע מענטשן וואס ער האט געקענט צוזאמנעמען איז געווען אפשר 100 מענטשן, עכ"פ ס'איז געווען, אלע אנערקענטע רבנים און לאנדאן האבן מחרים געווען די מסיבה און זיי זענען אוועקגעלאפןו אזוח אז מען זאל נישט דארפן אויפנעמען די ע"ה, און די באזוך ביי רנ"א איז געווען א טויט קלאפ,
פרעג בעסער נישט וואס ס'האט זיך אפגעטון נאך די באזוך צווישן משה פריעדמאן און יחזקאל בערגער, פעטש איז געגאנגען, גלעזערס צובראכן, היטן געפלויגן, רעקלעך צוריסן, משה האט זיך נעבאך ארומגעדרייט מיט א צוריסענע רעקל און מיט צובויגענע גלעזער, און שמואל קאמפאוט איז געשטאנען און די זייט און געלאכט, און שלמה יענקל האט געזאגט אויב סטאפן זיי נישט זעצט ער זיך ארויף אויף ביידע ביז ווילאנג זיי זאגן עם נישט צו אז זיי ועלן זיין וואיל
נשלח ב-27/8/2010 06:02
רבותי עיקר שכחתי!אט איז דער צווייטער העלפט פון די מעשה
apnews כתב:
ביבער די פארציילסט נאר האלבע מעשיות,
עי פי האב נישט מורא דא האסטו די צווייטע העלפט מייסע!!
אויפן וועג ארויס פון ר' נפתלי אלימלך'ן האט דער קדוש ר' זאליק'א ארויסגערופן נישט מער און נישט ווייניגער דער פיסטער מן הארץ האט ארויס געריפן די מיסיס לייזער די רעביצין פון דעם פשעווארסקער רב ר' נפתלי אלימלך - און ער האט איהר גאר הערצליך ווארעם אנגעוואונטשן ממש אזוי ווי ס'פאסט פאר א ניוזוויק ראביי
פוי! אן עקל איז דאס געווען אין די אויגן פון די אלע אנוועיזדע ווי דער פיסטער עם הארץ וואס קיין מנהג פון בית אבותיו סיגוט קען ער ניטאמאל און אזש נאכן זיך אנליידן בושות אוין נזיפות פונעם פשווארסקער רב האט ער געטו א זאך וואס צענדליגער רבנים האבן שוין באזיכט דעם פשעווארסקער רב און פאר קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו האבן אזאנע זאכן אין קאפ צו זיין אזא דזשענטעלמען
ממש א דזשענטעלמען!! אזוי קוקט אויס דער בעל ויואל משה בדורינו!!
נשלח ב-27/8/2010 20:40
אן עולם הפוך, אין עירפארט טוט ער זיך אויס די גלעזער ווי בלאפער א שקרן אין פאר א רעבציען באגריסט ער זיך וואס מען הערט נישט אין ערגעץ
איך הער לאנדאן איז איבער געקערט מיט די חופצה אין דברי עזות וואס דעם שטריק כלפי דעפ פעשווארסקער רבי'ן.
נשלח ב-31/8/2010 00:59
די מעשה פון ר' זלמן'ניו מיט ר' נפתלי אלימלך לייזער בכ"ק מפשעווארסק איז נישט גוט געשריבן, וגופא דעובדא הכי הוה (געהערט פון איינער וואס איז דארט געוועזן, א זאלי).
ר' נפתלי אלימלך האט זיך אויסגעדרוקט פאר ר' זלמן לייב בגודל הענין אז בית רחל איז ארויס און זיך אפגעזאגט פון די שטאטישע געלטער, זאגנדיג "דער טאטע האט געזאגט אז מען האט נישט געטארט דערמאנען דעם אייבערשטן'ס נאמען אין דעם מוסד" [נוסח קאשוי-לייטנער נגד המוסד הק' "שערי חמלה"]
האט ר' זלמן לייב געזאגט: "עס איז נישט ממש אזוי... דער טאטע איז אביסל אנגעהעצט" [דרך אגב איז ער הונדערט פראצענט גערעכט להיודע פרטי הדברים].
די פשעווארסקע זענען טויט בייז און אויפגערעגט אויף ר' זלמן'עניו אויף די ווערטער. (און דאס איז שוין דער רבי וואס פאסט אויף, אויף זיינע ווערטער און אלעס איז געוואויגן און געמאסטן).