שודערליך: חילול שב"ק און רעבינ'ס זי"ע בית המדרש
שוידערליך: דעם לעצטן שב"ק פרשת כי תבא איז פארגעקומען א שרעקליכן חילול שבת קודש און ביהמ"ד אהל רחל און ירושלים די ביהמ"ד וועלכע איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק והטהור בעל דברי יואל זי"ע, די מעשה האט זיך אנגעפאנגען ווען א אינגערמאן מחשובי אנ"ש און ירושלים האט געהאנגען און ביהמ"ד אהל רחל א מודעה איבער א שמחת שלום זכר וועלכע ער וועט פראווען אוןן בית מדרשינו "ברך משה", ליל שב"ק ארום 10:00 אזייגער ווען די ביהמ"ד איז פיל מיט לומדים איז אנגעקומען דער באוויסטער מחלל שבת יצ. וו. און ווי ער האט באמערקט די מודעה האט ער גלייך אנגעפאנגען צו אויפברעכן די שלאס פון די לוח מודעות און אזוי ווייטער ביז ער איז אנגעקומען צו די מודעה און בחרון אף מלא כעס אויף די חוצפה פון אויפהענגען אזא מודעה האט ער עס בעצם שב"ק ברוב עם אראפגעריסן, גלייך איז געווארן אויפן ארט א מהומה ווען פילע ליטווישע לומדים צווישן זיי עלטערע אידן וועלכע זיצן שוין יארן לאנג מדי שב"ק און אהל רחל און לערנען האבן אנגעפאנגען צו שרייען שבת! שבת! און דער שייגעץ יצ. וו. האט מיט א קאלטקייט צוריק געשריגן "וועם עס געפעלט נישט קען גיין קיין יונה..." (ביהמ"ד ברך משה). רביה"ק מי יגלה עפר מעיניך!!!
 |
|
|