| נשלח ב-31/8/2010 20:00 |
|
| |
לפי שיטת הזאלונים: עדה פירט אן "טעראר"
ביי די זאליס/בנ"י אין קרית יואל האט "מחאות-צעטעלך" [אויף די גאסן] באקומען א נאמען "טעראר".
(ארעסטירן און באשמוצן "בחורים" איז געווארן א איידעלער מנהג, אבער מוחה זיין קעגן פורצי גדר מיט פלאקאטן ווי די רבי שרייבט "בחוצות העיר", דאס איז טעראר...)
אלזא, די עדה פירט אויך אן טעראר קעגן די ציונים...

כמיין אז די ציונים זענען נאך אזוי אומשולדיג ווי די "אומשולדיגע" פארפעלקער וועלכע וואוינען אנע כשרע קידושין.. נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 20:12 |
|
| |
באקומען אין אישי
לכאורה איז עס גיט ארויסגעברענגט
(ביטע פעיסט אריין משה'ס תגובה פין זאלי פארום פאר זיי מעקן עס אפ)
עפעס איז זייער מאדנע מיט די זאלי'ס אין בני יואל, זייער פראבלעם איז נישט קרית יואלער דיין, אדער די פאשקעווילן, זייער פראבלעם איז אז זיי ווערן זייער נאריש אנגעפירט, זייערע סטראטעגיע איז נאריש און פעלערהאפטיג, ווייל וויפיל זיי שרייען אז מען טיט זיי טעראריזירן, זעט קיינער נישט קיין טעראר, מען האלט שוין ביי די 20טע חתונה, און מען הערט נישט פון קיין שום פארוואונדערטע, יעדע חתונה גייט דורך בשלום, זייער איינציגער פראבלעם איז אז דער קאר סערוויס האט נישט געוואלט אנעמען קיין טריפס אהין..., א מעכטיגער טעראר!, הערט מיך אויס, פאשקעווילן איז קיין טעראר, פאשקעווילן איז העכסטענס אומבטעמט, אבער נישט קיין טעראר!!!, און אויב איז פאשקעווילן טעראר, וואס זענען די קול קורא'ס און מחאות אקעגן דעם מוסד שערי חמלה?, און אויב דארף מען רחמנות האבן אויף די יונגע פארפעלקער, וואס איז מיט רחמנות אויף צובראכענע עלטערן און די נעבעכדיגע קינדער פון שערי חמלה, איז זייער בלוט ביליגער? איז זייער בלוט העלער?, אלזא, הערט אויף צו שרייען קאזאק הנגזל, ווייל קיינער זעט נישט קיין טעראר.
צווייטענס: צוריק שרייען קעציל וכו' לייגט די זאלי'ס אין זייער א נידעריגע פאזיציע, דער פאקט איז אז אין די תורה וועלט איז ר' געציל אנגענומען אלץ איינער פון די גרעסטע מורה הוראות, אלץ איינער וואס דער רבי זיי''ע האט ממנה געווען צו זיין דער דיין אין קרית יואל, און נאך דערצו איינער וואס האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין קיין פאליטיק, ביז נישט לאנג צוריק האבן זיך די בני יואל ג'טענה'ט אין זיך אויף געטוהן אז ר' געציל באלאנגט גאר צו זיי, ער איז געגאנגען מספיד זיין רבי אברהם לייטנער זצ''ל לעבן זייער בית המדרש, זיי האבן פשוט שטאלצירט מיט דעם ר' געציל (לשיטתם), און פלוצלינג, איין פסק וואס שמעקט זיי נישט, ווערט ער פון דיין דמתא א פאלנער קעציל, וואס מיינט איר טאמער דער ויואל משה זי''ע וואלט געלעבט און זיך דערוואגט צו זאגן אנדערשט ווי די זאלי'ס אין בני יואל און פסקענען אזוי ווי ר' געציל, וואלטן זיי עהם אפגעשוינט, אדער וואלטן זיי עהם אויך אנגערופן מיט שפעט נעמער, איך בין פלעין נייגעריג.
אלזא, אין קרית היינט צו טאג איז לויט מיין אויפאסונג, בכלל נישט דא קיין טעראר, על כל פנים מצד הארונים צו צד הבני יואל וצד הזאלונים, איך בין נישט דער ריכטער, און בין נישט דער אינוועסטיגעיטאר, איך בין בלויז א אבזערווירער, איך זיץ אין די דזשורי באקס און הערט זיך צו צו די עווידענטס און און מאכט א באשלוס, איך ליין דעם איד, איך ליין דעם בלאט, איך ליין אידישער געדאנק און איך ליין כל העולם כולו, איך רעד מיט אהרונים און איך רעד מיט זאלונים, און ווען איך ווייס נישט עפעס, שעם איך זיך נישט און פרעג, און מיין קאנקלאשן איז אז די אהרונים זענען נאבעלע מענטשן, זיי פארן זיך זייער וועג, און טשעפען קיינעם נישט, (אוי, מען גייט נאכאמאל שרייען אז איך בין א אהרוני!), און פארקערט קען איך דאס נישט זאגן, די מעשה מיט סגירת הבית המדרש פון די רעבעצין יוכיח, וויפיל די בני יואל וועלן פראבירן צו שרייען אז מען טשעפעט מיט זיי, וויפיל פאשקעווילן זיי וועלן ווארפן אויף ר' דוד עקשטיין, וויפיל פראטעסטן מיט ספרי תורה זיי וועלן נאר מאכן, און וויפיל זלזולים זיי וועלן שיסן אויף רבי אהרן וועט דאס נישט טוישן דעם מציאות וואס יעדער נארמאלער מענטש זעט קלאר, מען האט מיט זיי נישט געטשעפעט, זיי זענען דארט געווען יארן לאנג ביז זיי האבן אנגעהויבן צו טשעפען מיט קהל, יא, איך ווייס, ס'איז איין קלאגע מיט הונדערט יאר צוריק, און איך ווייס אז אין נזקקין, און איך ווייס אז רבי אהרן איז נישט מרא דאתרא, און איך ווייס אז זיין ווייב רעדט עברית, און איך ווייס אז ער איז מאכיל קאטשקעס, אין אז ער ביקט זיך צו א צלם, אלעס ווייס איך, און גארנישט טוישט נישט דעם מציאות, זיצט איין וועט מען מיט אייך נישט טשעפען,
פאקט: די בני יואל האבן מוסדות אין קרית יואל און מען טשעפעט זיי נישט,
פאקט: די בני יואל באסעס פארן ארום פראנק און פריי און מען טשעפעט זיי נישט,
פאקט: די זאלונים האבן מוסדות אין קרית יואל און מען טשעפעט זיי נישט,
פאקט: די בני יואל און זאלונים האבן אלע זעלבסשטענדיגע קהלישע פונקציעס אין קרית יואל, חדר, סקול, בוטשער, בתי חיים, מקוואות,
בתי מדרשים, כוללים, דיינים, און לעצטענס אפילו א אייגענע אלייענס שבת גויים, און מען טשעפעט זיי נישט,
פאקט: די בני יואל און זאלונים, בויען זייערע בנינים און באקומען פערמיטס נאך גרינגער ווי די אהרונים,
פאקט: אפילו די געאסערטע חתונות (לויט די אהרונים) גייט דורך בשלום ושלוה און מען טשעפעט זיי נישט,
פאקט: די זאלונים האבן געקויפט א נייעם בית החיים, להכעיס די אהרונים, און אלע לוויות און קבורה גייט דורך בשלום ושלוה און מען טשעפעט זיי נישט,
פאקט: אין דעם נייעם בית החיים, וואס איז געגרינדעט געווארן נאר להכעיס די אהרונים, האט מען נישט פארשוועכט קיין איין מצבה, דער גרעסטער טעראר אז געווען אז בחורים האבן געזינגען בשעת מקדש זיין דעם בית החיים, (אויב עס איז אמת, ווייל ווי איך געדענק האבן די ארונים דאס געלייקענט),
פאקט: רבי זלמן לייב איז שוין עטליכע מאל געווען אין קרית יואל אויף שבתים און אלעס איז אדורך בשלום, די ארונים האבען ניטעמאל געקוקט אויף זיין זייט
אלזא: אין כאן קיין שום טעראר, די בני יואל/זאלונים דארפן זיך אויסלערנען, אז ביז זיי וועלן נישט געווינען די ווילידזש וואלן זענען זיי דער מינאריטעט, און זיי האבן 0% פאווער, אין אמעריקא איז ווינער טעיקס אלל, פרעזידענט אובאמא איז 100% פראצענט פרעזידענט, כאטש ער האט נאר געהאט 53%, און דזשאן מקעין האט געהאט 46%, קען דען דזשאן מקעין פארלאנגען 46% פונעם פרעזידענסי?, עס ארבייט נישט אזוי, איז ביז די זאליס/בני יואל וועלן נישט געווינען די וואלן אין קרית יואל זענען זיי אינטער געווארפן אינטער די פירערשאפט פון די אהרונים, און לויט מיין מיינונג פירן זיך די אהרונים ווי וואוילע שעפעלעך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2010 20:13 |
|
| |
המשך:
און אצינד צו די זאלי יוגענט, ניין! נישט צו זאלי יוגענט, ווייל זיי זענען נעבעך א לאסט קעיס, אויב וועט דער הייליגער בעל שם טוב הקדוש אראפ קומען זאגן אנדערשט פון זיי, בין איך ווייניג מקנא דעם בעש''ט, די געמיינסטע ווערטער און אידישן דזשארגאן וועט מען אויף עהם אנגיסן, סא, צו זיי איז נישטא וואס צורעדן,
איך וועל נאר רעדן צו די פארהעלטעסמעסיג נארמאלע בני יואל/זאלי'ס, מיר גייען אין סירקעלס, די אהרונים שרייען רבי אהרן איז מרא דאתרא, און לפי פסקו פון דברי יואל זצ''ל וואס ר' געציל דער דיין האט אראפ געברענגט איז מען מחוייב מפרסם צו זיין די עושי עוולה אז מען זאל זיך פון זיי מרחק זיין, איר טענה'ט אז רבי אהרן איז נישט מרא דאתרא במילא איז די חופה וקידושין יא כשר וישר און מען זאל נישט מבזה זיין די פארפעלקער, וואס מאכט אייך קלערן אז די אהרונים וועלן ענדערשט אנעמען אייער סברה ווי דעם פסק פון ר' געציל, זענט איר טאקע צוריק געבליבן?, האט איר דען נישט געהאט א לעקציע אין די פארגאנגענהייט?, איך געדענק ווען די בני יואל איז געגרינדעט געווארן, האבן די גרעסטע "טעראריסטן" פון דור, דער ברך משה, דער דיין רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט''א, רבי משה מנחם שליט''א, מיטן בית דין הגדול שבירושלים און א שיינער מספר גדולי רבנים ודיינים ארויס געקומען מיט שארפע איסורים וחרמות, די היינטיגער אזויגערופענע "טעראר" איז טשאלאמאדי אקעגן יענער "טעראר", די גרעסטע גדולי הדור האבען אייך משפיל געווען עד לעפר, אנהייב האט איר פראבירט צוריק צו שיסן און זיך צו פארטיידיגן, אבער ווי מער איר האט צוריק געפליקט זענט איר מער געזינקען, ביז איר האט ערפינדן א נייעם מיטל וואס רופט זיך "איגנארירן" און וואונדער איבער וואונדער, ס'האט טאקע גענומען אפאר יאר, אבער אלעס האט זיך וואונדערבאר סארטירט, וגר זאב עם כבש, מען לעבט בשלום ושלוה, קיין פלעט טייערס, קיין צובראכענע שויבן, מען איז אפילו געגאנגען איינער צום צווייטן צו שמחות, אלעס איז געגאנגען כהוגן, מען האט שוין אפילו כמעט אנגעהובין פארגעסן דעם איסור אויף די בני יואל, דאס האט אנגעהאלטן אזוי ביז די בני יואל (רובם ככולם) האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט די זאלונים, און זיי האבן פלוצלינג פארגעסן פון זייערע פרינציפן, מען האט אנגעהויבן ווייטער צו צופיקסן, מען האט אנגעהויבן ווייטער צו ווייזן, און דער יעצטיגער מצב איז א בלויזע רעזולטאט פון דעם שלום צעווישן מדין און מואב, ס'האט דעמאלטס נישט געארבייט, און ס'וועט ווייטער נישט ארבייטן, דער דעת הקהל אין די אינדרויסענדע וועלט איז נישט אויף אייער צד, און ווען איר וועט אייך כאפן וועט שוין מעגליך זיין אביסל שפעיט,
אלעס איז רבי אהרן שולדיג, אמת? נאר אין ענקער בוק!, דער גארביטש מערכה אדער ווי איר רופט דאס זבל פרדוסיו של אהרן, איז רבי אהרן'ס פראבלעם, יא? די פראטעסטן אקעגן רבי אהרן איז אויך רבי אהרן שולדיג, אמת? די פאשקעווילן אקעגן ר' דוד עקשטיין איז אויך רבי אהרן'ס שולד, א יא?, און איך האב א בריק צו פארקויפן!!!, איר טיט אינטערשאצן דעם אינטעליגענץ פונעם ציבור, איר מיינט אז כלל ישראל באשטייט פון אפאר בני יואל, אפאר זאליס און א פאר אהרונים, לאמיך אייך זאגן נייעס, כלל ישראל באשטייט פון אלף אלפי אלפים וריבוא רבבות פעמים סאטמאר, רוב כלל ישראל איז נישטאמאל נייגעריג אויף די סאטמארע פאליטיק, און דער חלק וואס קיקט זיך יא צו, און פארפאסט יא א מיינונג אין דעם געפעכט, איז נישט מיט אייך, חלה דעקל? מעיבי! אבער דאס איז מציאות, שטעל אפ 25 אידן פון לעיקוואד אדער ב''פ, מאנסי און פרעג זיי א מיינונג איבער רבי אהרן וועט איר הערן (וואס איר ווילט נישט הערן!) פרעגט זיי איבער ר' געציל בערקאוויטש וועלן רוב פון זיי וויסן אז ער איז דער דיין פון קרית יואל, (נישט ר' קעציל), און גיט א פרעג פונעם טשאדער רב אדער שארמאשער רב, וועט איר זען וואס פאר א פנים זיי מאכן, זיי וועלן אייך פרעגן שארמאש הא?, פרעגט זיי זייער מיינונג איבער בני יואל וועט איר אויך הערן זאכן וואס איר ווילט נישט הערן,
אלזא, הערט אויף צו וויינען, הערט אויף צו בעטן רחמנות, איר זענט אייך אליין שולדיג, ווייל איר האט פארפאסט א גאלדענע געלעגענהייט, די אהרונים וואס אויב וואלטן זיי געווען אזעלעכע טעראריסטן ווי איר פרובירט זיי אראפ צו מאלן, וואלטן ארויס געגעבן א איסור גמור חתונה צו מאכן אין דעם האל, אבער אזוי ווי אויבן געשריבן, זיי זענען שטילע וואוילע שעפעלעך איז זייער ציל איז נאר געווען די סידור קידושין, האט זיך געמאכט אז עטליכע מסדרי קידושין האבן באקומען עפעס א שליחות אז האט מען זיי געלאזט וויסן אז רבי אהרן גיט פאר זיי יא רשות אין ער איז זיי מכבד (לויט די ארונים איז עס געקומען אויף די פארלאנג פין די מחותנים וועלכע האבען זיך די לעצטע מיניט נישט געוואלט פארטשעפענען אזוי ווייט), איז דאך לכאורה פיין און וואויל, די בני יואל קענען דארט חתונה מאכן, זיי קענען שרייען אז להד''ם דער פלוני אלמוני מסדר קידושין האט קיינמאל נישט געבעטן און נישט באקומען רשות, ער האט אפילו נישט גערעדט צו רבי אהרן, אלעס איז שוא ושקר, און די אהרונים וועלן שרייען או יעס! רבי אהרן האט יא געגעבן רשות, און וואס וואלט דאן געווען, אלעס וואלט אדורך בשלום, און מיט די צייט וואלט זיכער געווען אזעלעכע וואס יעדער וואלט געוויסט אז זיי האבן קיין רשות נישט באקומען און זיכער נישט געבעטן, אבער דאס וואלט זיך אויסגעמישט מיט די אזוי גערופענע כשרע חתונות און מען וואלט זיך צוביסלעך אפגעלאזט פון די גאנצע מערכה, ס'וואלט געהאלטן פונקט ווי דער גאנצער איסור אויף בני יואל, וואס האט אנגעהויבן צו ווערן פארגעסן און אפגעווישט, (אהרונים, הרגעטס מיך נישט!) זענען געקומען די פרישע בני יואל/זאלי פירערס, וואס שלום ושלוה איז ביי אסור בתכלית האיסור, און האבן באשלאסן אז ניין!, נאר די פאר אויסגעשפראכנע שונאים פון רבי אהרן אזעלעכע וואס ס'איז קלאר אין דייטליך אז רבי אהרן וועט פאר זיי קיינמאל נישט געבן קיין רשות, נאר זיי זענען ערלויבט דארט מסדר קידושין זיין, און אצינד ווען ס'איז קפץ עליהם חמת האהרונים, וויינען זיי בדמעות שליש, ווי יענער מערדער וואס האט געהרגעט זיינע עלטערן, און וויינט אין געריכט אז מען זאל אויף עהם רחמנות האבן ווייל ער איז "נעבעך" א קיילעכיגער יתום...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 01:21 |
|
| |
המשך פין פריער
(לייג דעיס אויך אריין פין ראדניקינג) דאס איז ברור כשמש אז דער ענין פון "טעראר" איז היינט געשטארבן, פינטל, דער קאנצעפט אז שלאגן אדער שעדיגן נכסים זאל האבן די מינדעסטע השפעה צו מכניע זיין א צד, איז שוין היינט היסטאריע, היינט איז די יו-טוב עידש (ליידער), מסר'ן פאר די אינסטאנצן אז א נארמאלער זאך {– עכ''פ ביי די וואס שרייען טעראר}, אדרבא ס'גאר א מציאה צו זיין א וויקטים פון א טעראר אקציע און אפי' זאל'סט מיר ברענגען א לאנגע ליסטע פון איזאלירטע אינצידענטן, איז נישטא קיין שום באווייז אז דאס איז מטעם פון די מנהיגים פון סיי וועלכער צד, למשל ווען מ'האט אויסגעשאסן דוד עקשטיין'ס קאר שויבן, אדער וואנדאליזרט וויטריאלס suv, האט יעדער זאלי געשריגן אז דא איז אייגענע אקציעס פון יחידים וואס וועלן אלס פאסירן
אויך וויל איך נאר איינמאל פאר אלעמאל אפענטפערן די טיפשות וואס די חסידי רז"ל האלטן אין איין איבערקייען כאילו ר' געציל איז א דעת יחידאי, פארוואס? ווייל 1000 זאלי/בני יואל דיינים ומוצים, זענען קעגן איהם, ס'פארשטייט יעדער איז דא איז דא חלוקי דעות צווישן 2 צדדים, צד הארונים וצד הזלונים, צד הארונים האלטן אז ס'אסור וצד הזלונים, דאס מיינט אז דא איז 1 קעגן 1, הארונים מיט אלע זייערע רבנים דיינים, מוצים, שוחטים, חזנים, נערנים האלטן ווי ר' געציל, והזלונים מיט אלע זייערע רבנים דיינים, מוצים, שוחטים, חזנים, נערנים האלטן קעגן ר' געציל,
משל למה"ד, לאמיר זאגן אז 2 מדינות, פראנקרייך און ענגלאנד, זאלן זיך ארומקריגן איבער א געוויסער קליין אינזל און אזיע, און כדי צו אנטשיידן דעם קאנפליקט האט די UN מחליט געווען צו מאכן א אפשטימונג צווישן די 150 וועלטליכע מדינות, ביי די אפשטימונג האבן זיך אראפגעזעצט מיט גרויס ערענסקייט און דראמא די אלע אמבאסאדורן פון די 150 מדינות, [ענגלאנד אין פראנקרייך זעלבסט אויך נכלל], נאכן אפגעבן אלע שטימען, שטעלט זיך ארויס אז 148 מדינות האבן געשטימט "קיין שטימע", דאס מיינט זיי אז זיי אנטזאגן זיך פון צו שטימען, און 1 מדינה האט געשטימט לטובת פראנקרייך און 1 לטובת ענגלאנד, שרייט אויס דער פארטרעטער פון פראנקרייך אז ער האט יעצט באקומען א וויכטיגע נייעס וואס ער וויל מיטיילן פאר אלע מיטגלידער וואס אט דער נייעס וועט איבערוויגן די שטימע לטובת זיין מדינה, נעמליך, אז דער פרעסטידשפולע פינאנץ מיניסטער פון פראנקרייך האט יעצט דערקלערט זיין פולע שטיצע לטובת פראנקרייך, ממילא איז די שטימע 2 קעגן 1 לטובת פראנקרייך, זאגט דער טשערמאן, מיטן פולן רעספעקט, דאס אז א מיניסטער פון ענקער מדינה איז מיט ענק איז נישט אינטערסאנט אין קען נישט פארעכנט ווערן, ווייל יעדער מדינה האט נאר 1 שטימע, 5 מינוט שפעטער שפרינגט נאכאמאל אויף דער פארטרעטער פון פראנקרייך אז ער האט נאך פרישע נייעס יעצט ערהאלטן פון זיין געהילף, וואס דאס וועט זיכער איבערוויגן די שטימע לטובתינו, אז ממש יעצט האבן אלע הויכגעשעצטע 9 ריכטער פון די העכסטע געריכט אין פאריז פראנקרייך ארויסגעגעבן א יונענעמעס פסק אז דער אינזל געהער פאר פראנקרייך, ממילא האלט עס שוין ביי 11 קעגן 1 לטובתינו, ערקלערט ווייטער דער טשערמאן, קענסט מיר ברענגן א מיליאן שטימע פון דיין אייגן מדינה, זענען זיי אלע נאר פארעכנט פאר 1 שטימע, נאכדעם זעצט פאר דער UN טשערמאן, אז ער וויל פארשטעלן א פרישע אפשימונג, צו מ'זאל צווינגען פראנקרייך צו ערזעצן זייער פארטרעטער אין די UN ווייל ווי עס שיינט האט דער יעצטיגער א גאר נידעריגער איי-קיו וואס דיסקוואליפיצרט אים פון זיין א אמבאסעדור אין די UN, די שטימע איז 149 קעגן 1 , לטובת די רעזאלוציע
והנמשל מובן מאליו נו זאג, דאס וואס מיינט "טעראר" און וואס מיינט "מחאה",
די עירוב שרייערייען "טעראר" אדער "מחאה"
שטערן קאנסטראקשן אין די מדינה "טעראר" אדער "מחאה"
אויפשטעלן הויכהילכערס קעגן רב פון שטאט "טעראר" אדער "מחאה"
שיקן די בחורים אויף יוז סט. "טעראר" אדער "מחאה"
אויסשיסן עקשטיינס קאר "טעראר" אדער "מחאה"
שלאגן אבערלענדער מיט א פלאש אין קאפ "טעראר" אדער "מחאה"
א פסק הלכה איבער סידור קידושין "טעראר" אדער "מחאה"
ווארפן פאשקעווילן "טעראר" אדער "מחאה"
איך ווייס שוין מילא דער תירוץ: הא לן והא להו, סווענט זיך ווי דער חמר שטייט איין
אוואדי יעדער איז at some point געווארן אדער א אהרוני אדער א זאלוני, קיינער איז נישט געבוירן א אהרוני אדער א זאלוני, דער פוינט איז אז דער צד השוה פון אלע ענקערע רבנים המתירים איז אז קיין איינע פון זיי האבן נישט יעצט ביי דעם סידור קידושין אינצידענט מחליט געווען אז זיי ווערן זאליס, זיי זענען אלע א טאג פאר דעם שוין געווען "פראנצויזן" צו פאר דעם פאר יענס, and that's all that matters,
און דאס איז שוין א מיליאן מאל ארויסגעברענגט געווארן דער תשובה נצחת אז ר' געציל האט סך מער קרעדיביליטי ווי אלע ענקערע דיינים, צוליב דעם פאקט: ליין גוט דעם זאץ:
ביז ר' געציל'ס פסק הלכה קעגן די סידור קידושין, האבן אלע זאליס עמטליך שפעקולירט אז ר' געציל איז מעגליך מיט זיי.
אט דער פאקט דיסטרויט ענק!!
פארוואס מיינסטו האבן עטס זאליס אזוי שפעקולירט, טראכט גוט אריין, טריי צו געסן איך וועל דער העלפן: ווייל עס האט זייער בולט געווען דער מציאות אז ר' געציל האט נישט ארויסגעגעבן קיין איין איינציגער פאליטשער הוראה, דורכאויס דער גאנצער טיילונג היסטאריע, אין גם אחד,
און די זעלבע צייט האבן די זאלוני דיינים ארויסגעגעבן רעגלמעסיג "קשר בוגדים" הוראות, ביי יעדע שיידפונקט,
אט דער קאנטראסט האט געשריגן...
פלוצלינג די ערשטע מאל וואס ר' געציל געבט ארויס א פסק הלכה, קעגן קיינעם פערזענליך, ער שרייבט נאר א טרוקענע הלכה אז דער סידור קידושין בלי רשות המ"ד איז דומה צו דער תשובה פון רבינו ז"ל צום נאסוידער רב, ווערט ער א עגל מיט א קעציל, מיט א טעראריסט, וואס גייט דא פאר? טאר ער טאקע נישט ארויסגעבן קיין שום אבן העזר פסק הלכה וואס שטימט נישט מיט די זאליס?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 18:33 |
|
| |
טאקע גיט ארויסגעברענגט, גייט מען אין ערכעות אין מער ווארפט פאשקעווילן אין מען האקט שויבן אין ווען יענער ווארפט פאשקעווילן איז עס טעראר
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|