תושבי נ' יארק זייט געווארענט, קווינס הייבט אן ביה''ז
בין הזמנים איז א צייט וואס די בחורים זענען פריי אין פירן זייער אייגענע סדר היום יעדער בחור לויט זיינע השגות
אבער ווי באקאנט האט קווינס היי יאר געהאט א יאר וואס איז א זעלטנהייט א ישיבה זאל אנצוען אזוי 'מיעס' וד''ל
עס איז שווער צו שרייבן צו סאך ברבים אבער די פירות פין קווינס זענען זייער שעדליך ה''י, ספעציעל נאך דעם זומער אין קעמפ
בעט מען דעם עולם מען זאל זיין זייער געווארענט מיט א שמירה מעולה אין יעדע פארדעכטיע קווינס בחור זאל מען שטיין פינדערווייטענס אין באריכטן יעדע פראבלעם ברחניות ובגשמיות פאר די עסקנים
ספעציעל זאלען דרייווער זיין פארזיכטיג וויייל אסאך בחורים האבען גענומען לייסענס אין מאנטיסעלא דעם זומער אין עס קען געשעהן נאכמאל וואס איז געשעהן דעם זומער ביי זיי אין קעמפ דעם זומער ה''י
ספעציעל תושבי קרית יואל אין מאנסי
אין קווינס לערנען זענען אייגעשריבן צענדליגע בחורים תושבי קרית יואל, מאנסי אין זיי זענען געווען אין קווינס קעמפ דעם זומער, אין זיי זענען אפוועזענד געווען במשך די וואכען טעג פונעם גאנצען זמן
זייטס געווארענט
די עסקנים זאגען אז זיי ווייסען פין די פראבלעם אין זיי וועלן פראבירן וואס זיי קענען אז די בין הזמנים זאל דורך גיין רואיג אבער מען בעט יעדן זאל צילייגען א האנט
אין בעיקר געדענקט אויב זעהט איר עפעס מאכט זיכער עס צו באריכן פאר די עסקנים
תוקן על ידי קווינסחיות ב- 31/08/2010 23:48:34
נשלח ב-1/9/2010 00:38
גיי נישט אזוי פערזענליך, זיי האבען אויך וואוילע בחורים, לייג דיר נישט די קאפ אין זאמד
נשלח ב-1/9/2010 00:51
איך ווייס זיי האבען וואילע בחורים אויך, אין ווי זיי רעדט איך נישט אבער די נישט וואילע זענען ליידער א חורבן אין ציען נאך זיך געוויסע וואילע בחורים אויך