| נשלח ב-1/9/2010 16:29 |
|
| |
שלמה ווייס אויף CHANNEL 12
איך האב באקומען נעכטן א לינק צו א יו-טוב קליפ ווי א
יונגערמאן שלמה ווייס רעדט צו טשענעל 12 איבער מיאוסע
זאכן וואס ער זאגט אז עס איז שרעקליך איינגעריסן ביי
חסידישע יודן. עס איז א שרעקליכע חילול השם און זייער
מיאוס. איך ווייס נישט צו איך מעג עס ארויפלייגן דא. אויב איך
וועל באקומען רשות פונעם מנהל וועל איך עס ארויפלייגן אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 19:14 |
|
| |
dont post the clip mnohel, please take off the ugly eshkol
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 21:16 |
|
| |
אפגעמעקט.....
איך האב מיך מיישב געווען...סעט סיי ווי נישט ברענגען גארנישט
תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 01/09/2010 21:18:13
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 22:22 |
|
| |
איך האף אז קיינער דא מיינט נישט אז איך בין עס...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2010 22:45 |
|
| |
שלמה. דו הייסט אזוי וועגן די מעשה???
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 20:07 |
|
| |
וועלכע מעשה? איך געפין זיך שוין דא אויף הייד פארק א לענגערע צייט (קענסט זיך איבערצייגן דורך קוקן אויף מיין הודעות משתמש)
אויב איינער ווייסט מער אינפארמאציע אויף דעם "שלמה ווייס"? פון וואו קומט ער? צו וועלכע קרייז געהערט ער?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 20:21 |
|
| |
א סאטמארער פון קרית יואל, 35 יאר, איבערגעלאזט אידישקייט, משפחה, פרוי, זאגט אז זיין טאטע האט איהם געפייניגט זייט די 7 יאר אלט. ער זאגט: "קיין שום נברא זאל נישט דארפן מיטמאכן 1 פראצענט וואס איך האב מיטגעמאכט"
ביטע נישט שרייבן קיין ניבול פה אויפן פארום
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2010 06:22:01
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 21:15 |
|
| |
דער טאטע איז א ביטערער רחמנות, מיטן האבן אזא אזא שייגץ פאר א קינד.
די מעשה קוקט אויס שקר פון קאפ ביז פיס.
אבער איין זאך ברויך מען יא געדענקען.
אז דער שייגץ שלמה ווייס איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון בני יואל, און דעמאלס ווען מרן בעל ברך משה זי"ע האטג געזאגט מיט ווייטאג, אז זיי זענען קרעציגע קינדער, און וועלן זאגן הלל ביום עצמאות, איז ליידער מקוים געווארן. חכמים הזהרו, שפילט אייך נישט ארום מיט די פייער פון א צדיק.
מען זעהט ליידער ווי איין ביי איינס פון די בני יואל, ובפרט די ערשטע תלמידים זענען שטארק פארפארן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 21:23 |
|
| |
פארוואס קוקט דיר אויס די מעשה שקר? ענטפער נארמאל, נישט קיין בני יואל רעטאריק, וואס איז לגמרי נישט נוגע אהער.
איך גראדע גלייב איהם יא, וואס זאל איך דיר זאגן. ס'לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז א 35 יעריגער מענטש זאל פאבריצירן אזעלעכע מעשיות און עס גיין פובליצירן פאר די מידיע, די תירוצים אז ער איז סתם גערעגט אויף די עלטערן איז ווייט נישט גענוג פאר מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 21:41 |
|
| |
איך האלט אויך אז די מעשה איז געבאקען, דאס איז נחום ראזענבערג ארבעט.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/09/2010 21:43:56
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 21:42 |
|
| |
א 35 יעריגער גרוש, וואס איז שוין א גוי 15 יאר, האלט נישט גארנישט, נישט קיין שבת, קיין יו"ט, קיין תפילין, פארזינקען און נ"ט שערי טומאה, נאך 20 יא קומט ער אן אז זיין טאטע האט אים פאר 20 יאר צוריק עפעס געטאן.
קאם אן, קרעפ!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 21:50 |
|
| |
שקצים איז דא איבעראל.
שלמה ווייס איז נישט געווען פון די ערשטע בני יואל קינדער
בל"נ שפעטער וועל איך ברענגן די נעמען פון די ערשטע קינדער וואס אלע זענען היינט חשובע יונגעלייט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 21:53 |
|
| |
שלמה ווייס איז יא געווען פון די ערשטע בני יואל קינדער.
געדענק וואס חז"ל זאגן אין מסכת מכות - קללת צדיק אפילו על תנאי בא. איז כל שכן דא וואס מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט ביטער פארשאלטען כמה פעמים די בני יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 22:10 |
|
| |
געזונטערהייט, דו האלט וויזוי די ווילסט,
ביי מיר איז די פאקט אז ער איז א גרוש און אפגעפארן, און געווען שטיל ביז יעצט, פארמינערט קיין כי הוא זה זיין נאמנות, אדרבא דאס פונקטליך זענען טאקע די קאראקטיריסטיקס פון אזעלעכע געליטענע...ה' ירחם
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 22:20 |
|
| |
ליינט די תגובות אויף יו-טוב אז ער איז פארוויקעלט אין מערכה מיט זיין ווייב וועגען דער חינוך פון זיין קינד, און זיין טאטע האלט מיט די זייט פון זיין געוועזענער שנור ווי אויכעט שרייבט דארט איינער אז די בילד פון א חסידישער יונגעל איז גארנישט ער, נאר גאר זיין זוהן נאך איינמאל איך זע אזא שפראך פון דיר אדער פון א צווייטן ווערט יענער אויסגעשלאסן לעולם ועד! דער מנהל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2010 06:23:42
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2010 22:24 |
|
| |
פעלין מעק אויס דיין תגובה דאס גייט אריין אין ניוויל פה
סקאט מאלען איך האב נאכנישט געזעהן די קליפ פין וואס ענק רעדן אבער געהערט דערפון האב איך יא די ס''ה איז אז אזא שגץ האט נישט קיין נאמנות ע''פ תורה אין מען טאר אים נישט גלייבן
וואס די זאגסט וועגן בני יואל, דאס איז נישט די איינציגסטע קעיס, איך ווייס נישט נאך א מוסד זאל האבען אזוופיל קעיס'ס די מעשה ביי די מיידלעך איז אסאך ערעגר ווי דעם ה''י
|
|
|
|
|