| נשלח ב-1/9/2010 23:40 | | פארמעגליך |
| את חטאי אני מזכיר היום
איך האב די לעצטע 15 יאר זיך מתרשל געווען אין דעם א' סליחות און אין די הייליגע טעג מיט יוצא זיין צו דאווענען אין איינע פון די קליינע לאקאלע שולען, וואו איך האב מיך מחיה געווען אן די פרעשער. עס האט זיך אזוי געגליטשט די סליחות'ער, די הייליגע טעג, אזוי יאר נאך יאר אז עס האט זיך געפילט כמעט ווי א געווענליכער שבת, אן פרעשער אן געשטיפעניש.
מה עשה הקב"ה עס איז מיר אונטער געוואקסן מיין בחור, און ער האט מיר אנגעהויבן פאריאר צו מוטשען אז איך זאל קומען א' סליחות אין גרויסן ביהמ"ד צום רבין, איך האב נישט געהאט קיין ברירה און אים דאס נאכגעגעבן. וואס זאל איך אייך זאגן , איך האב ממש אנגעהויבן וויינען אינמיטן סליחות ,{זאג פארוואס האסט געוויינט...} איך בין געוואויר געווארן אז איך האב פארפאסט אזוי פופצען יאר נאכאנאנד האב איך נישט געהאט קיין הייליגע טעג, פשוטו כמשמעו! איך האב טאקע נישט געהאט קיין פרעשער אין געהאט גענוג און נאך פלאץ צו זיצען און אפילו פאר מיינע פיס אין דער הייעך, אבער קיין הייליגע טעג האב איך נישט געהאט.
עס איז נישט קיין דמיון דאס דאווענען אין גרויסן ביהמ"ד צו א קליין בהמ"ד, איך רעד שוין נישט פאר די בחורים וואס זיי דארפן אוועקשטעלן א יסוד פאר זייער לעבן, מוז דאס א בחור האבן ווי לופט צי אטעמען, איך וואלט געזאגט אז א טאטע וואס לאזט זיין בחור דאווענען אין א קליינע שול די הייליגע טעג איז א ממש מאבד עצמו לדעת, איך קען אייך זאגן אז איך האב אפירגענומען מיין בחור אין זיך באדאנקט פאר אים פארן מיך צוריק ברענגן די הייליגע טעג בלי גוזמא.
רבותי! ווילט איר שפירן א טעם אין די הייליגע טעג גייט קיין סאטמאר אין גרויסן ביהמ"ד, נישט ווייל מען דארף דארט מנין, נאר אדרבה עס איז געשטופט, (נישטו ווער עס זאל לאכען} נאר איר וועט מיך דאנקן פארן התעוררות וואס איר גייט דארט באקומען, (נישטו ווער עס זאל לאכען} לפחות גייט צו א' סליחות, איר וועט זען דעם חילוק, לאזט נישט די היינטיגע קאלטע ווינטען זאלן האבן אן השפעה אויף אייך און אייערע בחורים.
דער עיקר איז אונז זאל מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטש יאר.
 |
| עס קוקט אויס פארמעגליך האט איבערגענומען בלומענפעלד
אפשר וועלן די בחורים אין קווינס ענדערש אים אויסהערן
תוקן על ידי היראים ב- 02/09/2010 00:53:54
 |
|
|