בית פורומים כל העולם כולו

זייער וויכטיגע וואלן מארגן דינסטאג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/9/2010 16:19 לינק ישיר 
זייער וויכטיגע וואלן מארגן דינסטאג

ווי עס ווייסט א יעדער איינער קומט פאר זייער וויכטיגע וואלן מארגן דינסטאג ווי עס לויפן א רייע קאנדידאטן ווען א יעדער שרייט אז עיר וועט זיין די בעסטע און די אנדערער שרייט אז ער וועט זיין די בעסטע

אבער מיר וועלן ארויס ווייזן אונזער הכרת הטוב פאר די ענגערישע עסקנים פון יוי דזשעי קעיר
וואס עס מוז זייער קלאר ארויס געברענגט ווערן אז צום הייניטגען טאג געניסט שוין אונזערע מוסדות ב"ה פון כמעט אלע פאגראמען, און דאס איז נאר צושטאנד געקומען דורך די געטרייע ארבעט פון די עסקנים פון יוי דזשעי קעיר ובראש העסקן הנמרץ לכל דבר שבקדושה ר' גרשון שלעזינגער הי"ו וואס זיין ציל איז נישט קיין פיקטשערס און נישט קיין שום אנדערע זאך נאר אז מיר זאלן אויך זיין בארעכטיגט צו דעם וואס א יעדער איינער איז בארעכטיגט
אשר על כן בעטן מיר פונעם גאנצען ציבור עס איז דירעקט נישט געמאכט געווארן קיין שום מערכה  דערווייל נאר כדי צו קענען האלטן ריין די לופט אין די הייליגע טעג אבער מיר בעטן א יעדעם איינעם אז ווען מיר וועלן ארויס שטעלן אונזערע קאנדידאטן דאס צו נעמען זייער ערנסט

אונזער ציל איז נאר אויפצוטון אזוי ווי עס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט בעבר און א יעדע "איינציגע" שטימע ציילט



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2010 16:50 לינק ישיר 


העסקן ר' גרשון שלעזינגער הי"ו מיט העסקן ר' לייב מאשקאוויטש הי"ו שטעלן פאהר פאר'ן רבי'ן שליט"א דעם דיסטריקט לידער קאנדידאט לינקאלן רעסטלער

 

 

 

 

♦♦♦








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2010 16:52 לינק ישיר 









דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 16:45 לינק ישיר 


ווייסט איינער וואס איז די תוצאות פון דעם פארמעסט, איך זעה אז קיינער רעדט נישט דערפון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 18:15 לינק ישיר 

רעסלער איז פאראויס מיט בערך 50 שטומען, און מען ציילט אצינד די
עבסענטי באלעטס. אשר על כן איז דאס נאכנישט ענדגילטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 19:31 לינק ישיר 

רעסטלער איז דער געווינער
לאפעז, כאשר החילות לנפּול נפול תפּל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 19:33 לינק ישיר 

ברוך המקדש שמו ברבים - הטוב כי לא כלו רחמיך - על זאת שבחו אהובים ורממו לקל

כלל ישראל האט נעכטען אוועק געריקט איינער פון די גרעסטע שטיינער וועלכער האט ליידער פורבירט צושטערן בכל עת ובכל זמן צו קעמפן א קעגן די יודישע אינטערסן דורך דעם וואס איז מיט גרויס סייעתא דשמיא ערוועלט געווארן א נייער שטערן לינקלאן רעסטלער פאר דיסטריקט לידער
לינקלאן האט קלאר פארשפראכן אז ער וועט נאר ארבעטן אקעגן די שונא ישראל הידוע וויטא לאפעז
אפילו אין די גויאשע פרעסע איז דאס פארעפענטליך געווארן פאר א מעכטיגע נידערלאגע פאר וויטא דער וועלכער האט ארויסגעווארפן די אידן פון די פראדזשעקטס אין געשטערט יעדע גוטע פארגראפ וואס האט געדארפט קומען פאר די אידישע קינדער





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 19:46 לינק ישיר 

ב"ה די גוטע יאר האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה

פאר דיסטריקט אטורני איז ערוועלט געווארן עריק שניידערמאן 
די פארמעסט איז געווען זייער א שמאלע פארמעסט און ער האט זיך ממש געבעטן פאר אונזערע שטימען אין קרית יואל אין וומ"ס אין ב"פ און אויפ'ן טעלפאן נעכטען נאכט נאכן זיג האט ער זיך אויסגעדריקט צו העסקן הנמרץ ר' גרשון שלעזינגגער הי"ו מיט די ווערטער
איך וועל אייביג געדענקן די טובה וואס עטץ האטץ יעצט געטון מיט מיר
די זאליס האבן אינדארסט דעם פרוי רייס  נאר ווייל זי איז געשטאנען פאר די וואלן די בעסטע אין די אנקעטס אבער בור כרה ויחפרהו

פאר די אנדערע פאסטן וואס משה דוד איז געלאפן און מיט דעם פורבירן זיך די זאליס זיך צו מחזק זיין
וויל איך זיי זאגן וויי וויי פאר אזא געווינס יא יא דאס פארגינען מיר פאר ענק
א פאסטן אן א טיטול אין ניטאמל מיט א מיטל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 19:56 לינק ישיר 

אין נישט פארגעסן יעצט האבן מיר טאקע ארויסגעוויזן וואס עס מיינט א בלאק וואויט
און אפילו ווען וואס דאס מאל איז נישט געווען אזא מערכה
א יעדע איינציגע שטימע  ציילט און בעז"ה וועט א יעדע פאליטישאן דאס געדענקן א גאנצע יאר
אבער טייערע אידן נישט באזארגט מיר האבן נאך א קליינע מהלך צו גיין צוביסלעך וועלן מיר אן קומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 20:09 לינק ישיר 


קיינער זאל זיך נישט בארוהיגן מיט דעם וואס מיר האבן געווינען דעם פארמעסט, אמת אמת אז דאס איז א שטופ פאראויס אבער מיר האבן נאך א גרויסער מהלך צו גיין, מיר טארן זיך נישט אפשטעלען דא, מיר דארפן גיין ווייטער ביז די מחרוביך ומהרסיך מבחוץ ומבפנים וועלן אראפ פאלן.
און דאס זעט נישט אויס נאך צו א לאנגער וועג

און א ווארט צו די ליינער וואס זענען נאכנישט רעגעסטרירט, ווארט נישט אויף כבוד נעם א צעטעל פיל אויס און רעגעסטריר זיך, און גיי ואטען אפי' ווען די ביסט פארזיכערט 100% אז די גייסט פארלירן, און קום נישט נאכדעם ווי א חכם שרייען דאס איז נישט גוט, און זאלסט האבן א גמר חתימה טובה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 21:00 לינק ישיר 

לכאורה די עיקר וואס UJO האט ארויסגעברענגט און וואס UJC האט ארויסגעברענגט קען מען זעהן ביי נידערמאן VS מאשקאוויטש, סוי וואס זענען דארט די נומערן,

און סתם אזוי בין איך נייגעריג ביידי וויליאמסבורגע דיסטריקט וויפיל איז געווען פאר שניידערמען  און וויפיל פאר רייס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 21:15 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער איז די גאנצע מעשה מיט רעסטלער געווינס נאך ווייט פון א זיכערע זאך נאכדעם וואס ער שטייט יעצט אינגאצן  מער מיט 20 וואוטס פון קאהן, און ביזדערווייל איז נאך דא בערך 400 שטימעס וואס איז נאכנישט געציילט געווארן, בערך 185 אויף העיווארד וואס די מאשין האט זיך  צובראכן, מילא איז נאר די בעלאט וואס מען האט נאכנישט גיציילט און די זעלביגע איז געווען ביי די ווילסאן מאשין, וואס איז נאך דא בערך 130, און נאך עבסענטי בעלאטס,

און יעצט וואס איך האב פריער געפרעגט וועגען נידערמאן VS מאשקאוויטש, וואס דאס ברענגט ארויס די עיקר כח פון יו דזשעי אוי VS יו דזשעי סי דארט זעה איך אז נידערמאן האט געוואנען מיט 3219 אקעגין מאשקאוויטשעס 1705 וואס נידערמאן האט כמעט דאפעלט וואס מאשקאווישטש האט געהאט,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 21:18 לינק ישיר 


די אישו איז נישט נאר ווער האט נעכטען ארויס געברענג מער שטימען, נאר ווער האט באקומען נאך א פאלעטישען צו זיין זייט, ווען מיר וועלן דארפן א טובה האבן מיר נאך א פאלעטישען

און אז וויטא לאפעז האט געכאפט א פליק כמו שכתוב, ער וועט שוין נישט געבען אלעס פאר דעם פארעטער נידערמאן, ווייל ער זהעט אז ער האט א שטארקע קעגנערשאפט, נישט קיין נפק"מ וויפיל, פונקט גענוג צו ארויס שטופען זיינע מענטשען, צו איז דאס סקוואדראן, צו איז דאס קאהן, ווען נישט אונזערע שטימען וואלטן ביידע נישט געווינען, ווען לאפעז וואלט זיך נישט געשלאגן מיט אונז וואלטן ביידע נישט געווינען, דאס איז דער מעסעדזש

און אז די ביסט דערקלאפט און ווילסט זיך טרייסטען מיט נארישקייטן דעמאלס ביסטו גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 21:36 לינק ישיר 

אבער נאך אלץ דארף ער זיך מער רעכענען מיט די מערהייט וואס דאס איז יו דזשעי אוי, און די גאנצע וואס די פרייסט זיך אז ער וועט זיך ציט ענק אויך רעכענען, נא עטס זענטס דאך אויך יודישע קינדער פארוואס דען נישט זאל ער זיך רעכענען מיט ענק, אבער געדענקט נישט ווען עס איז אויפן חשבון פון יו דזשעי אוי, ווייל ווי נישט ווי האט יו דזשעי אוי ארויסגעברענגט מיט דאפעלט אזוי סאך שטימען ווי יו דזשעי קעיר,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2010 21:42 לינק ישיר 


דאס אז דער פארעטער פון ווילאמסבורג פראבירט צו לייגן פיס ווי מיר פראבירן עפעס צו מאכן כדוגמא ביים בויען די נייע ביהמ"ד (טאקע און ווינקל ביים עק פון וומ"ס) האט דער מושל בכיפה פראבירט מיט אלע זיינע פאליטישע כוחות צו שטערען, דאס איז די עיקר מטרה צו עם נישט לאזן טוהען מיט וומ"ס כבתוך שלו, ער האט זיך אויך נישט געבויעט און צוויי דריי יאר דאס נעמט אסאך צייט אבער אז מע מאכט א עלי' מיט פארשריט איז שוין גוט, אי"ה ביי די נעקסטע וואלען וועט זיין נאך בעסער, ביז מיר וועלן אים אראפ נעמען פון זיין טיטל פארעטער פון וומ"ס

יעצט האסטו פארשטאנען ???????? קיינער וועט זיך נישט צושטעלען צום נייער ארגעניזאציע ביז יענער ברענגט נצחונות, און דאס איז וואס פאסירט ב"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2010 21:48 לינק ישיר 


אמאל האט מען געזאגט אז די אהרונים קענען נישט דערלייגן דא איז עולם הפוך ראיתי די זאליס האבן דערלייגט צוויי מאל און זיי פראבירן צו שרייען אז זיי האבן געווינען ווייל ווייל ווייל ווייל ווייל....................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זייער וויכטיגע וואלן מארגן דינסטאג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext