רעזולטאטן פון פריימערי וואלן אין ניו יארק און ארום
ביטע דא באריכטן נייעסן, אנאליזן, נאכווייען, בויכווייען, פון די היינטיגע פריימערי וואלן,
די 2 אינטערסאנסטע פארמעסטן זענען די דעמאקראטישע פריימערי פאר עטורני דשענעראל, ווי עס לויפן 5 לויפערס, וואס ווי איך פארשטיי איז שניידערמאן און רייס די פראנט-ראנערס [קען זיין איך בין נישט גערעכט], און די רעפובלינער פריימערי פאר גאווערנער צווישן לאזיא און פאלעדינא, לאזיא איז אינדארסירט ביי די עסטעבלישמענט, פאלעדינא איז א מיליאנער פון באפעלא מער קאנסערוואטיוו,
אויך איז אינטערסאנט צו נאכפאלגן די רעפובליקאנער סענאט פריימערי און דעלעווער, א טי-פארטי עקסטרעמיסט פרובירט צו באזיגן א פאפולערן מעסיגן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן,
פארשטייצעך די פאליטישע חסידישע חאזעריי און וומ"ב און מאנרא, איז אויך וועלקאם, צו דעם בין איך נאך אביסל אינטערשטעליג, מ'קען דיזי ווערן צו כאפן פונקטליך ווער איז פארוועם,
נשלח ב-15/9/2010 02:50
אין דעלעווער און אין ניו העמפשער האט מען שוין אנגעהויבן ציילן די שטימען, שלעכטע נייעס פאר די רעפובליקאנער, און ביידע פארמעסטן האבן די עקסטרעמע טי פארטי קאנדידאטן די אויבערהאנט,