850 שטימען פון אנ"ש אין קרית יואל, טראץ שטילע קאמפיין!
לויט די ערטשע באריכטן זענען אריינגעקומען אין קרית יואל 850 וואוטס פאר די אנ"ש קאנדידאטן, צוטיילט צווישן ביידע פארטייען, בעיקר אויף די רעפובליקאנע טיקעטס, וואו רוב אנ"ש זענען איינגעשריבן.
פון די בני יואל \ טשאטה \ שארמאש \ ווערפעלעי \ סאסמאן \ טאהש \ (ווער קען די ליסטע?) איז אריינגעקומען "בלויז!" 750 שטימען, טראץ זייער מאסיווע קאמפיין אז "יעדער מוז שטימען", און אז דא גייט מען "איינמאל פאר אלעמאל" ווייזן פאוער, און די קאמפיין איז געגאנגען הייס און שמוציג, מען האט באצאלט קארס ווי ביי געווענליכע עלעקשנס, ארומגעקלאט אן אויפהער זייערע מענטשן וועלכע האבן נאכנישט געשטימט, אא"וו.
מאידך גיסא אונזערע עסקנים האבן נישט געוואלט צופיל באלמוטשען דעם ציבור, צוליב וואס מען קוקט ענדערש ארויס אז דער ציבור זאל ארויסקומען נאך סוכות ביי די געהעריגע נאוועמבער וואלן, און די יעצטיגע קאמפיין איז דעריבער געווען (ווי יעדער תושב ק"י קען מעיד זיין...) זייער א רואיגע און שטילע, אזש אין ביהמ"ד האט זיך געקענט דוכטן אז מען רעדט פון א טיי אווענט אקציע..., קיין קארס האט מען נישט צוגעשטעלט, וכו' וכו'.
תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 15/09/2010 04:10:49
 |
|
|