נשלח ב-6/10/2010 02:40
געציילטע וואכן צום עלעקשאן בלויז פיר וואכן טייילט אונז אפ פון דעם קומענדיגן עלעקשאן וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן דינסטאג תולדות למס' נאוועמבער דער צווייטער.
ווען דער היינטיגער קאמפיין האט זיך אנגעהויבן קנאפע צוויי יאר צוריק – גלייך נאכן אבאמא געווינס, האבן די דערשלאגענע ריפובליקאנער פארטיי זיך צוזאמגענומען וואס מען קען טון צו פארמיידן פרישע בזיונות אין די צוואנציג-צען עלעקשאן. אין פאקט האבן זיי גארנישט געטון עפעס ספעציעל אז אמעריקאנער זאלן זיי ענדערש געטרויען, אבער דער פאקט אז אמעריקאנער האבן טאקע ערוויילט באראק אבאמא, האט פון זיך אליינס אנגעהויבן אנגעהויבן צו טיילן פעטש פאר די דעמאקראטן מיטן זעהן אז דער העכסט ערווארטעטער צוגעזאגטער טויש איז קיינמאל נישט אנגעקומען, און די עקאנאמיע האלט דארט וואו עס האלט.
מיט בלויז צוויי יאר צוריק האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז די ריפובליקאנער וועלן אריינטרעטן צום עלעקשאן מיט אויפגעהויבענע קעפ, אבער שטייענדיג היינט איז שוין נאר די פראגע 'וויפיל' דער געווינס וועט זיין.
אין דעם היינטיגן קאמפיין ליגט אויפן טיש 37 סענאט און גאווענאר זיצן, אזוי אויך אלע 435 קאנגרעס בענקלעך.
דער מערסט נאכגעפאלגטער פארמעסט, איז - ווי שטענדיג ביי מידטורם וואלן – דער סענאט. די דעמאקראטן פארמאגן אצינד 59 זיצן, אריינגערעכנט זייער צוויי אינדיפענדענטס, דאקעגן פארמאגן די ריפובליקאנער בלויז 41 בענקלעך.
אין אן אויבערפלעכליכער בליק קוקט אויס אז די ריפובליקאנער וועלן צובאקומען 5 פרישע זיצן, אבער זייער חלום איז אז דער יאר למס' 10' וועט מיטלויפן מיט די יארן כדי צו געווינען גענצליך סענאט קאנטראל. וואס הייסט? אין 02' האבן די ריפובליקאנער געווינען 2 זיצן, אין 04' 4 זיצן, אין 06' האבן די דעמאקראטן געווינען 6 זיצן, אין 08' 8 בענקלעך. טענה'ן די ריפובליקאנער אז ס'איז נישט מער ווי יושר אז אין 10' זאלן זיי געווינען 10 זיצן, נישט אזוי?
עכ"פ, עס איז נישט בלויז א חלום, נאר פאקטיש אויך א מעגליכקייט. טראצדעם וואס די טיי-אווענט חברה האבן אנגעוואוירן דעם דעליוועיר סענאט זיץ פונעם וויצע פרעזידענט, איז נאך אלץ דא א מעגליכקייט אז די רעפ'ס וועלן ארויסכאפן נאך 5 זיצן אנקומענדיג צום ציל.
צווישן די פינף מער פארזיכערטע געוויסן איז אריינגערעכנט 1) נארט דעקאטע ווי בייראן דארגען האט רעזיגנירט, צוברענגענדיג אז דער רעפובליקאנער גאווערנאר דזשאן האעווען האט א 50 פראצענטיגער אויבערהאנט אין די אנקעטעס, 2) ארקאנסאו וואו די אמטירענדע סענעטאר בלאנשע לינקאלן שטייט מיט 20 פראצענט נידריגער פון דזשאן בוזמאן, 3) אינדיאנא וואו דען קאוטס וואס האט זיך צוריקגעבענקט צו זיין זיץ שטייט העכער ברעד עלסווארט מיט 15-20 פראצענט נאכדעם וואס עווען בעי האט באשלאסן צו רעטייערן, 4) פענסילוועניע וואו פעט טומי האט שוין פאר א שיינע שטיק צייט א 5-10 פראצענטיגער אויבערהאנט איבער דזשאו סעסטאק פארן זיץ וואס ארלען ספעקטער האט פארלוירן אינעם פריימערי, 5) וויסקאנסין וואו ראן דזשאנסאן האלט שוין אן זיין 5-10 פראצענטיגן אויבערהאנט פאר א חודזש צייט איבער סענעטאר ראס פיינגאלד.
די אנדערע פינף זיצן זענען אצינד אין א 'טאוס-אפ' פאזיציע אינעם פאליטישן שפראך, דהיינו עס קען גיין ביידע וועגן. 1) קאלאראדא וואו קען באק שטייט געציילטע פראצענט העכער סענעטאר מייקל בענעט, 2) מערב ווירדזשיניע וואו דזשאן ריסי האט זיך די לעצטע עטליכע וואכן געשטעלט מיט עטליכע פונקטן העכער גאווערנאר דזשאו מענשין, 3) אילינאי וואו מארק קירק שטייט כמעט גלייך מיט אלעקסי דזשיאנאוליעס צו געווינען אבאמא'ס זיץ, 4) נאוואדא וואו שעראן ענגעל איז מער ווייניגער גלייך מיטן מאיריטעט פירער הערי ריעד, 5) וואשינגטאן וואו דינאו ראסי שטייט גלייך מיט סענעטאר פעטי מורעי.
דאס אלעס איז ווי פארשטענדליך נאר נאכדעם וואס עס גייט געלונגען פאר די ריפובליקאנער אנצוהאלטן זייער ביז איצטיגע זיצן. אבער פון די אנדערע זייט ברויכן די דעמאקראטן זעהן אנצוהאלטן כאטש די אנדערע זיצן ווי קאליפארניע ווי סענעטאר באקסער שטייט מיט בלויז עטליכע פונקטן איבער קארלי פיארינע, און קאנעטיקוט וואו אטוירני דזשענעראל ריטשארד בלומענטאהל שטייט מיט 5-10 פונקטן העכער לינדא מקמאהאן, און אפגערעדט אז סענעטאר דזשיליבראנד וועט מיזן אנהאלטן דעם זיץ קעגן דזשאו דיאגווארדי וואס שטייט לויט טייל אנקעטעס נישט אזוי ווייט אונטערשטעליג.
אז מ'רעדט שוין פון ניו יארק איז אפשר טאקע אויך אינטערסאנט ארומצורעדן איבער דעם אונטערסאנטער גאווערנאר פארמעסט, אבער דאס איז א באזונדערער שמועס.
עס איז נאך דא אסאך צורעדן, אבער דער פאקטישער אויסגאנג איז נאך זייער ווייט צו פאראויס שאצן פון פיר וואכן פאראויס, ווען אין פאקט ווענדט זיך דער אויסגאנג סייווי בלויז אין די טוירנאוט וואס די קאנדידאטן וועלן פארשטעלן. אפגערעדט ווען אין אזוי פיל פארמעסן איז דא ריזיגע ציפערן פון אומבאשלאסענע וויילער, וועלכע קענען פארן אין יעדן ריכטונג.
נשלח ב-6/10/2010 18:54
א ישר כח אייך רעכטער ווי וואנט מאר!
נשלח ב-6/10/2010 22:48
די רעגעסטרין דעדליין צי קענען שטימען ביי די נעקסטע וואלן
נשלח ב-7/10/2010 01:54
פאטאקי, איך וועל פרובירן, אבער אנדערע מעגן אויך לאזן הערן זייער מיינונג.
דא אין ניו יארק קומט פאר א זעלטענע ערשיינונג. דהיינו, אלע סטעיט-ווייד פאליטישע בענקלעך זענען באנאנזאם אויפן שטים צעטל, אן ערשיינונג וואס מען הערט זייער זעלטן.
אינעם סטעיט רעגירונג איז דער הויפט פארמעסט ווי פארשטענדליך דער גאווערנאר שטיהל, וועלכע האט אין די לעצטע פיר יאר זוכה געווען צו צוויי פערזאנען וועלכע האט זיי בלויז געברענגט בושות. דער געוועזענער אטוירני דזשענעראל עליעט שפיטצער וועלכער האט מאכטפול געווינען דעם זיץ אין 06' קעגן דזשאן פאסאו מיט 70 פראצענט פון די שטימען, האט נאך א סקאנדאל געמיזט איבערגעבן די לייצעס פארן בלינדער שווארצער לוטענעט דעיוויד פעטערסאן, וועלכער האט אויך גאנץ שנעל פארלוירן די חן ביי ניו יארק'ער איינוואוינער.
פעטערסאן האט בלית ברירה אויפגעגעבן זיין קאמפיין צו געווינען א פולן טערמין, נאכדעם וואס פריימערי אנקעטעס האבן געוויזן א שטארקער אויבערהאנט פארן געוועזענעם הא"ד סעקרעטאר אונטער פרעזידענט קלינטאן אטוירני דזשענעראל ענדרו קאומאו, דער זוהן פונעם געוועזענעם גאווערנאר מאריאו, און דער פריימערי פארלירער אין 02' צום דעמאלס'דיגער שוארצער קאמפטראלער קארל מעקאל וועלכער האט צום סוף פארלוירן צו גאווערנאר פאטאקי.
אויפן רעפובליקאנעם זייט האט אינעם פריימערי דער רייכער ביזנעסמאן קארל פאלאדינאו ארויסגעקוועטשט א שטארקן סופרייז זיג איבערן געוועזענער לאנג איילענד קאנגרעסמאן ריק לאזיא וועלכער האט פארלוירן דעם סענאט פארמעסט אין 00' צום דעמאלס'דיגן ערשטע פרוי און היינטיגער אויסערן מיניסטארשע מרס. קלינטאן מיט 12%.
פאלאדינאו'ס שארפער קאמפיין האט אריינגעברענגט אן אומגעראכטענער לעבעדיגקייט אין דעם געווענליך שלאפעדיגער עמפייער סטעיט. ער האט גענומען באוואשן אלבאני אלס א שטאט מיט א גאר שלעכטן ריח, אזוי אז ניו יארקער זאלן אינצווישן צייט אנטלויפן פונעם אלבאני אטוירני דזשענעראל קאומאו. אבער פון די אנדערע זייט האט ער זיך געגעבן א בילד אלס אזא איינער וואס קען טאקע גוט באוואשן יעדן, אבער א טאלאנט וואס וועט אים נישט קיין סאך העלפן צו אנפירן דער דריטער גרעסטער סטעיט אין לאנד.
א נעכטיגער סיענע אנקעטע האט געוויזן א אויבערהאנט פון 24% פאר קאומאו. אבער דריי באזונדערע אנקעטעס במשך דעם פארגאנגענע וואך ווייזן א 15% אויבערהאנט, אריינגערעכנט א מעריסט אנקעטע פון פארגאנגענע וואך, א פי.פי.פי. (פובליק פאליסי פאולינג) אנקעטע פון נעכטן, און א היינטיגער טיים/סי.ען.ען. אנקעטע. ביי אידישע וויילער שטייט קאומאו גאר הויך.
פארן אטוירני דזשענעראל זיץ פונעם ארויסגייענדן קאומאו איז דער פארמעסט צווישן מאנהעטן סטעיט סענעטאר עריק שניידערמאן אלס דעמאקראטישער קאנדידאט, און סטעטן איילענד דיסטריקט אטוירני דען דאנאוואן אלס ריפובליקאנער. דער פארמעסט איז א שארף צוטיילטער, א קוויניפיאק אנקעטע פון צוויי וואכן צוריק האט געוויזן 37 קעגן 36 פראצענט אויבערהאנט פאר שניידערמאן.
דער סטעיט קאמטראלער פארמעסט איז נישט קיין שלאפעדיגער, דער היינטיגער קאמטראלער טאמאס דאניפאלי וועלכער איז באשטומט געווארן דורך'ן אסעמבלי - צום אויפברויז פון עליאט שפיטצער – נאכדעם וואס עלען העוועסי האט געמוזט אפטרעטן צוליב א סקאנדאל, זיכט צו לויפן פאר א פולן טערמין. אבער ער האט א שווערער פארמעסט מיט הערי ווילסאן וועלכער האט ארויסגעהאלפן די אבאמא אדמיניסטראציע ארויסצושלעפן דזשי.עם. פונעם זומפ. דער 38 יאריגער ווילסאן, וועלכער האט באקומען דעם אינדארסירונג פונעם נ"י סיטי מעיאר מייק בלומבערג, שרייט אז דער אמט וואס האלט אן אויג אויף די איבער הונדעט מיליאן דאלארדיגן פענסיע קאסע, ברויך געהאלטן צו ווערן דורך א סוקסעספולער ביזנעסמאן ווי איידער אן אלבאני פאלאטישן.
אויפן סענאט פראנט, האט דער מערסט פאפולערער סענעטאר פון צווישן 60 סענעטארן וואס פי.פי.פי. האט נאכגעקוקט, טשאק שומער, א צופרידענהייט ראטע פון 59%. אבער ווי עס קוקט אויס וועט ער דאך נישט געווינען מיט א 50 פראצענטיגער אויבערהאנט וואס ער האט באוויזן קעגן האוערד מילס אין 04', נאכדעם וואס אנקעטעס ווייזן א ער שטייט צווישן 16 און 22 פראצענט העכער דזשעי טאונסענד וועלכער פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו באוואשן שומער.
דער מער אינטערסאנטער פארמעסט קומט פאר ביים אנדערן סענאט זיץ אויסצופילן די לעצטע צוויי יאר פון מרס. קלינטאן'ס בענקל. דער איצטיגער סענעטארשע קירסיטן דזשיליבראנד איז געשטעלט געווארן דורך גאווערנאר פעטערסאן ווען אבאמא האט גענומען קלינטאן צו דינען דעם אדמיניסטראציע. דער היינטיגער סי.ען.ען. אנקעטע גיט איר א 14% אויבערהאנט, און דער נעכטיגער פ.פ.פ. אנקעטע ווייזט א 10% אויבערהאנט, קעגן דער געוועזענער קאנגרעסמאן דזשאו דיאגווארדי, וועלכער ארבייט אינדערצווישן שטארק ביי די ארטאדאקסישע וויילער באזע.
בלייבט בלויז איבער צו זעהן אין וועלכער ריכטונג דער ווינט וועט בלאזן איבער די קומענדיגע וואכן.
נשלח ב-7/10/2010 02:12
נאכאמאל א ריזיגען שכח אייך רעכטער!!!!!!! האלט אונז אפדעיטעד
נשלח ב-7/10/2010 09:16
ווייסט איינער וואס טוט זיך מיט דעם זיבעצנטן קאנגרעסס דיסטריקט אין ניו יארק, וועלכער נעמט אריין מאנסי?
נשלח ב-8/10/2010 16:59
גביר די קאנגרסעמאן וואס לויפט פאר ווידערוויילינג איז א דעמאקראט עליאט ענגעל וואס האט ממש גארנישט אויפגעטוהן פאר די דיסטריקט חוץ פארקויפן לאקשען אז ער האט געברענגט געלט די ריפאבליקאנער וואס לויפט אקעגן אים איז קליינהענדלער וואס איז געוועהן א קאמאנדא אין די ארמיי. ליין די שטערן וועסטי זעהן מער פרטים.
נשלח ב-8/10/2010 17:51
קליינהאנדלער האט צום סוף געווינען די פריימערי?
נשלח ב-8/10/2010 22:38
נאכן זוכן די רעזולטאטן האב איך געפונען אז קליינהאנדלער האט פארלוירן די פריימערי צו טאני מילעי מיט 87 שטימען. שווער צו גלייבן אז די ריפובליקאנער האבן אפילו א קליינע שאנס צו געווינען אין אזא שטארקן דעמאקראטישער דיסטריקט.
וועל מיר פרובירן צו מאכן א שנעלן סך הכל פון די לעצטע נייעסן.
אין א פרואוו צו ראטעווען זיין קאמפיין, האט דער באפעלאו ביזנעסמאן קארל פאלאדינאו וועלכער האט די וואך דערקלערט אז ער וועט נישט נעמען קיין וושעידזש אויב ער געווינט זיין קאמפיין פאר גאווערנאר, זיך פרובירט צו פארענטפערן איבער זיין כעס אויסברוך קעגן א נ"י פאוסט רעפארטער, און אטאקירט ענדרו קאומאו פארן נישט קומען אויף דעבאטע. די געשיכטע גייט צוריק מיט כמעט צוויי וואכן, ווען א רעפארטער אויף וועם פאלאדינאו איז שוין לאנג אין כעס, האט געצימבלט פאלאדינאו וועלכער איז גענצליך ארויס פון די כלים, עד כדי כך אז מען האט זיי געמוזט אפטיילן נאכדעם וואס די הענט האבן זיך ארייגעמישט אינעם קריג. דער געשיכטע וואס האט אים שטארק געשאדט אין די אנקעטעס, אזש לויט סיענע האבן 59 פראצענט ניו יארק'ער א אומגינסטיגער מיינונג אויף אים.
נעכטן נאכט איז מען צום סוף געקומען צום פארשטענדעניש איבער דעם דעבעטע איבערן דעבאטע, ווען אלע 7 גאווערנער קאנדידאטן האבן איינגעשטימט אויף א אקטאבער 18 דעבאטע וואס וועט ווערן אנגעפירט דורך ניוסדעי. אבער טראצדעם וואס פאלאדינאו האט אזוי פארפירט איבער א דעבאטע, איז צום גלייבן אז קאומאו וועט נאר געווינען דערפון.
דער א.ד. געשיכטע האט נישט בלויז פאר'הרג'עט פאלאדינאו'ס קאמפיין, נאר ער האט גאר מיטגעשלעפט אלע נ"י ריפובליקאנער קאנדידאטן, לויט לעצטיגע אנקעטעס. א קוויניפיאק אנקעטע היינט ארויסגעגעבן, ווייזט אז סענעטאר דזשיליבראנד האט זיך געשטארק איבער דיאגווארדי – וועלכער זוכט צו זיין דער ערשטער אינעם ניו יארק'ער היסטאריע צו באזיגן א דעמאקראטישער סענעטאר - מיט שטארקע ציפערן, ווען דזשיליבראנד באקומט א 21% אויבערהאנט אין פארגלייך צו זייער אנקעטע גלייך נאכן פריימערי וועלכע האט געוויזן א בלויזער 6% אויבערהאנט, און אויך ערגער ווי דער אנקעטע בעפאר די פריימערי ווי זי האט באקומען א 15% אויבערהאנט.
ווידער אין זיין קאמפיין קעגן סענעטאר שומער, שטייט דזשערי טאונסענד - וועלכער האט די וואך באקומען דעם אינדארסירונג פון דזשארדזש פאטאקי - מיט א דעפיציט פון 31%, דאפעלט פונעם פריערדיגן אנקעטע וואס האט געוויזן א דיפערענס פון בלויז 16 פראצענט.
פאר אטוירני דזשענעראל זאגן 43 פראצענט אז זיי וועלן שטימען פאר שניידערמאן, קעגן 32 פראצענט וואס שטיצן דאנאוואן, 24 פראצענט זענען אומבאשטימט. 39 פראצענט וואס האבן יא א מיינונג זאגן אז זיי זענען נישט זיכער דערמיט אויף 100%.
ביים קאמפטראלער פארמעסט באקומט דאניפאלי 49-31% קעגן הערי ווילסאן. אבער אזוי ווייט ווי ניינציג פראצענט ניו יארק'ער ווייסן נאך נישט פונקטליך ווער דער ווילסאן איז.
די איינציגסטע טרייסט פאר די ריפובליקאנער איז דאס וואס אלע ריפובליקאנער קאנדידאטן זענען שטארק אומבאקאנט, וואס מיינט אז אין די קומענדיגע וואכן קען זיך דאס טוישן.
א אנקעטע היינט ארויסגעקומען ווייזט אז אינעם 19'טן קאנגרעס דיסטריקט וואס נעמט אריין קרית יואל, שטייען קאנגרעסמאן האלל מיט נען נעיווארט ביי 42%. מען קען גלויבן אז אויב דער ריפובליקאנער ווינט וועט אנהאלטן ביז נאוועמבער דעם צווייטן, וועט נעיווארט ארויסקומען די זיגער.
טראצדעם וואס דא אין ניו יארק זענען די דעמאקראטן היבש צופרידן פון די אנטוויקלונגן, איז אבער אויפן נאציאנאלן פראנט נישט אזוי איי איי איי. אין פלארידא ווי מען האט לכתחילה געמיינט אז אינדיפענדענט גאווערנאר טשארלי קריסט וועט צונעמען שטימען פונעם ריפובליקאנער קאנדידאט מארקאו רוביאו, ווייזט א רעסמוסען אנקעטע אז רוביא איז גאר פאראויס מיט 25 פראצענט נאך א דעבאטע וואז איז אפגעהאלטן געווארן מיטוואך נאכט, באקומענדיג 50% אין די צייט וואס די איבריגע קאנדידאטן צוטיילן זיך מיט ס'איבריגע. דאס איז גאר א שטארקער שפרינג פון פאריגע וואך ווען רוביא איז געווען מיט בלויז 11 פראצענט העכער קריסט.
אינעם וואשינגטאן סענאט פארמעסט וויזן צוויי פרישע אנקעטעס אז ראסי איז פאראויס פון מורעי צום ערשטן מאל זינט 5 וואכן צוריק, דאס איז גאר שלעכטע נייעס פאר די דעמאקראטן ווען אנקעטעס פון לעצטן חודש האט געוויזן אז מורעי כאפט זיך שוין צוריק. דאס מיינט אז ריפובליקאנער וועלן יעצט אריינגיסן פרישע געלטער אינעם פארמעסט, אין די צייט וואס די דעמאקראטן האבן זיך ענדערש געוואלט אפגעבן צו ראטעווען די אנדערע זיצן.
אין די זעלבע צייט וויזן אויך נעוואדע אנקעטעס אז מאיריטעט פירער ריעד איז ווידער אוינטערשטעליג פונעם רעפובליקאנעם ענגל מיט עטליכע פונקטן, אין די זעלבע צייט וואס קאליפארניע אנקעטעס ווייזן אז סענעטאר באקסער'ס אויבערהאנט אין קאליפארניע איז אויך געפאלן צו עטליכע פונקטן.
די רעפובליקאנער לייגן שטארקע האפענונגן איבערצונעמען דעם קאנגרעס, ווי זיי ברויכן געווינען דעם קלאסאלן ציפער פון 40 זיצן צו געווינען דעם הויז וואו זיי זענען איצט אונטערשטעליג מיט 77 בענקלעך. אנקעטעס צייגן אז זיי האבן די מעגליכקייט דערצו, און אפשר נאך אריבער מיט אביסל.
נשלח ב-10/10/2010 22:09
WOW!!!!!
נשלח ב-11/10/2010 07:17
פאטאקי08 כתב: WOW!!!!!
זעהט אויס אז פאטאקי האט נאך יא האפענונגען...
נשלח ב-12/10/2010 05:15
קליינהענדלער האט טאקע פארלוירן? איך האב געהערט אז ער האט יא געוואנען איך זעה נישט קיין 1 סיין פין אים איך זעה נאר קליינהענדלער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.