בקודש פנימה
נעכטן איז הרה"ג ר' יושע העשיל פריעדמאן שליט"א בן האדמו"ר מ'בוהוש שליט"א פון ארה"ק אריין אל הקודש פנימה ווי ער האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א דעם ספר "פאר ישראל" פון האדמו"ר רבי ישראל שלום יוסף מ'בוהוש זצ"ל וועלכע זיי האבן אצינד ארויסגעגעבן לאור עולם.
•♦•
אויך זענען נעכטן אריין הקודש פנימה די תלמידי ת"ת ווייטצען פון שיקאגא וועלכער זענען געקומען צו מקבל ברכת קדשו פון רבינו שליט"א.
•♦•
ביינאכט איז דער רבי שליט"א געווען מנחם אבל זיין משפחת הרה"צ המנוח ר' אשר ישעי' כהנא זצ"ל מ'ספינקא – קרית יואל ווי עס זענען געזיצן שבעה זיין ברידער האדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א און בניו החשובים שליט"א.
•♦•
היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – שיעור א' ווי דער רבי שליט"א האט געגעבן א שיעור בספר תהלים פאר די תלמידי הישיבה.
•♦•
אין די פארמיטאג שטונדן זענען די בחורי ישיבת קארלין סטאלין פון בארא פארק אריין אל הקודש פנימה ווי דער רבי שליט"א האט זיך פאראינטרעסירט אויף זייערע לימודים און געגעבן ברכת קדשו.
דאן זענען געקומען די תלמידים פון "ישיבה ד'ברוקלין" פון פלעטבוש וועלכע זענען אויך אריין צום רבי'ן שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט פאר זיי און די רמ"י הישיבה מאציל געווען ברכת קדשו.
•♦•
הכנס"ת צום ביהמ"ד ברך משה – סקילמאן סט.
היינט נאכט וועט אי"ה פייערליך געפראוועט ווערן דער הכנס"ת צו ביהמ"ד החדש ברך משה אויף סקילמאן סט. אין וויליאמסבורג וועלכער וועט אי"ה אריינגעגעבן דורך משפחת גאלדשטיין החשובה לע"נ זייער אומפארגעסליכער פאטער הרה"ח הישיש ר' מאיר לייב ז"ל מזקני תלמידי וחסידי סאטמאר.
דער רבי שליט"א וועט אי"ה ערשיינען צום מעמד הריקודין אין היכל הביהמ"ד ארום 7:00 אזייגער.
-תנו כבוד לתורה-
•♦•
היינט נאכט וועט אי"ה זיין זמן כניסה אין וויליאמסבורג ביז אום 11:00 אזייגער בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א.
עס ווערט געמאלדן אז אי"ה דעם שב"ק – פ' קרח וועט אי"ה מרן רבינו שליט"א וויילן אין וויליאמסבורג און פראווען דעם שב"ק בתוככי קהלתינו הק' און ווי אויך אי"ה פאהרלערנען פרקי אבות און געבן דברי הדרכה והכנה לימי הקיץ.
•♦•
אפיעל לטובת מוסדותינו הק' בארא פארק אין וויליאמסבורג
אנשי שלומינו אחים לדיעה תושבי וויליאמסבורג נעמען אין די טעג א חלק אינעם יערליכען אפיעל לטובת מוסדותינו הק' אין בארא פארק וועלכער איז א הערליכער צווייג אויפן שיינעם בוים פון ממלכת סאטמאר איבער די וועלט.
-שטיצט די הייליגע מוסדות-
•♦•
רבנים שליט"א באזוכן אין היכל ישיבה גדולה – שיעור ד'
היינט פארמיטאג האט הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ירושלים עיה"ק באזוכט אין היכל הישיבה הגדולה – שיעור ד', ווי דער דיין שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים.
אויך האט נעכטן כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א אפגעשטאהט א באזוך אין היכל הישיבה ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים.
•♦•
קבלת פנים אין קרית יואל לכבודו פון הגה"צ דומ"ץ ירושלים שליט"א
נעכטן נאכט איז אין קרית יואל פאהרגעקומען א בכבוד'יגער מסיבת קבלת פנים לכבוד הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, אין שטוב פון מוה"ר שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו חבר הנהלת ישיבה גדולה – שיעור ד'.
•♦•
כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א באזוכט ביי הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א און אין די מקוה החדש אין וויליאמסבורג
נעכטן - מאנטאג העעל"ט


ביי די מקוה טהרה





♦♦♦