| נשלח ב-21/10/2010 18:41 |
|
| |
הייס: מהרז"ל מסדר קידושין און רבינו שליט"א פסק'ט די שאלה...
די הלכה איז אז כל שאינו יודע בטיב גיטין וקידושין לא יהא לו עסק עמהם, אוזי ווערט שוין געברענגט אין די גמרא...
אבער נישט אזוי פירט זיך דער גאון מהרז"ל...
דעם דינסטאג איז געווען א חתונה אין פרדס פיגא אין וומסב"ג ווי דער מחותן ר' מרדכי הערש גרין האט מכבד געווען מהרז"ל מיט סידור קידושין, און אינמיטן די מצוה טאנץ איז אנטשטאנען א שאלה אז אזוי ווי איינע פון די עדות זענען א לוי און אויף די כתובה שטייט עס נישט ביי זיין נאמען...
א כלל מען וועקט אויף דעם מסדר קידושין און מ'פרעגט וואס מ'האט צו טאהן, און .... ער ווייסט אוודאי נישט את המעשה אשר יעשון, בקיצור ס'ווערט בזיונות...
ס'ווערט ערענסט דער מצב, און מהרז"ל הייסט אנפרעגן די דיינים וואס צו טאהן...
מ'רופט אהן דעם פאיע'ר רבי'ן, און ער ענטפערט אז.. ער געדענקט נישט....
ס'גייט אדורך א שטיק צייט און קיין תשובה קומט נישט אהן, ביז איינע פון די משפחה מיטגלידער הויבט אויף א טעלעפאון און רופט אהן ר' חיים שלמה פישער משב"ק זאל אנפרעגן דעם רבי'ן שליט"א וואס צו טאהן... און אזוי איז טאקע געווען דער רבי שליט"א האט תיכף אנגעוויזן אויף א אפענע רמ"א אויפן ארט אז אויב די עדות איז א לוי דארף מען שרייבן הלוי, אבער אויב האט מען נישט אזוי געטאהן דארף מען נישט איבערמאכן די כתובה.!
ס'דא וואס פירן זיך אזוי און ס'דא וואס פירן זיך אזוי...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 18:49 |
|
| |
ווער עס וויל גלייבן די מעשה איז מכובד צו גלייבן,
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 19:00 |
|
| |
קענסט דא ברענגען דעם רמ"א? דאכט זיך מיר אז עס איז נישטא אזא רמ"א, נישט זיכער, שוין א שקיט צייט דורעך זייט איך האב עס געלערענט, אבער אזוי דאכט זיך מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 20:32 |
|
| |
נישט אזוי לאנג, בערך 17 יאר צוריק האסט עס געלערנט
במעי אמו
א גרויסע נפק"מ צו א רמ"א צו א גר"א, ווער האט עס געפסקנט?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2010 01:18 |
|
| |
איינער ווייסט צו מ'האט טאקע נישט איבער געמאכט דעם כתובה?..
פון דעם עם הארץ שטייט נאך אויס ארויסצוקומען פון בעט און אויפגעבן זיין זיסן שלאף, און קומען איבערמאכן דעם כתובה, אלעס נאר אפצוטוען דעם ברידער וואס האט זיך דערוואגט צו פסק'נן א הלכה וואס נישט ער און נישט דער פאיער האבן געקענט ארויסקריכן... אז די רבי זאגט אזוי מוז דאך זיין פארקערט... נישט אזוי מלך?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2010 02:04 |
|
| |
פון די אינפארמאציע וואס איך האב קונה געווען זייט איך געפין זיך דא בין איך געווען זיכער אז דער עם הארץ ווייס אפילו נישט וואס א לוי מיינט בכלל, ביי אים איז לוי א נומען פון א זכר, שיין אז ער ווייסט אז ס'איז מער ווי סתם א נאמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2010 11:46 |
|
| |
ציקער זיס
אמונת צדיקים קען מען לערנען נאר און סאטמער
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2010 16:05 |
|
| |
דער רבי שליט"א האט תיכף אנגעוויזן אויף א אפענע רמ"א אויפן ארט אז אויב די עדות איז א לוי דארף מען שרייבן הלוי, אבער אויב האט מען נישט אזוי געטאהן דארף מען נישט איבערמאכן די כתובה.
א מין מן הארץ, שיסט אין דער וועלט אריין, טריקענע רמ"א הא?
ווי זענען פארלוירן די אלע וואס בעטן אלעמאל בילדער, פראף, העלוי? כאטש א סקען פון דעם אפענעם רמ"א, עפעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2010 01:56 |
|
| |
טייערער מלך, אנטשולדיגט פאר'ן נישט האבן די וועלטס צייט אזוי ווי דיר א גאנצע וואך, טאג און נאכט, צו מאכן ריפרעש אויף הייד פארק און קוקן צו עמיצער פרעגט און ענטפערט, אבער אצינד אז איך זעה אז די פרעגסט וול איך רחמנות האבן אויף דיר און ענטפערן, אבער מיט א הקדמה: איך גיי פרובירן דיר מסביר זיין דאס מערסטע שייך זאלסט פארשטיין לויט דיין יאהרגאנג, ווייל כאב נישט אין פלאן צירוקצוקומען זיך טעהנע'ן מיט דיר על הדבר קטן כגדול אויף יעדע זאך וואס די וועסט שרייען טאג צו נאכט. אצינד צום ענין: די דארפסט דיך נישט שעמען אז די ווייסט נישט, ווייל אז דיין גאון ווייסט נישט ביי די 50-60 טא פארוואס זאלסטו וויסן ביי די 15-16 ? אבער גייסט דאך פארט חתונה האבן אי"ה , איז גוט צו האבן אביסעלע ידיעות. אין שו"ע אין הל' קידושין איז נישטא ביי כתובות קיינע הלכות בנוגע נעמען פון עדות וכו', די דאזיגע הלכות זענען ביי הל' גיטין, און מ'נעמט די הלכות פון דארט (גיטין איז הארבער ווי כתובות) - איך זאג דיר נאכמאל דארפסט זיך נישט שעמען אז די ווייסט נישט ווייל דיין צדיק'ל וגאון אדיר ווייסט עס נאך יעצט נישט. איז אזוי, אין שו"ע אבן העזר הל' גיטין סימן קכ"ט רעדט ארום דער מחבר וועגן די נושא פון עדות און זייערע נעמען, שטעט אד"ג, און דארט זאגט דער הייליגער רמ"א בזה"ל: ואם לא כתב כהן או לוי י"א דפסול (פסקי מהרא"י סימן ד') מאחר שנהגו לכתבו ויש מכשירין (מ"כ בתיקון וכ"כ הב"י) ונראה להו לסמוך להקל במקום הדחק אבל לכתחלה יש לכתבו. אותיות מחכימות (די קליינע רש"י אותיות איז דער רמ"א - אויב די ווייסט נישט): 
האב הצלחה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2010 08:58 |
|
| |
אבער אין סמיכה לחיים פון גלערנטער שטייט עס נישט...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2010 00:52 |
|
| |
איך האב פריער קאנפורמד די מעשה פין א באטייליגטען הרה''ג ר' י' א' ג' האט געזעהן אז מ'קומט אין ערגעץ נישט אן
האט ער גערופן צו רבי'ן שליט''א אנפרעגן כדת מה לעשות, אין וויבאלד ס'געווען דינסטוג ווען די רבי שליט''א נעמט אויף דעם ציבור אין בביתו נאווה אין וומ''ס וואס פארציט זיך ביז אין די שפעטע שעה האט ער געקענט גרינג רעדן צו רבי'ן
(נאכדערצו אז די חתונה איז פארגעקומען צייטליך אין ליכט פין די סאטמערע חתונה תקנות וואס די זאלי'ס האבען ווי אסאך קהילות נאכקאפירט אין די ברכה סימא / פרדס פיגא זאל) ------------
די זאלי'ס וועלכע קרענקט נישט אזוי ווייט אז די רז''ל האט נישט געוויסט וואס צו ענטפרן, ווי ווייט אז ''דער רבי שליט''א האט ווי געווענטליך יא געוויסט'' אין רש''ל האט נישט געקענט ענטפרן אויף די מיניט האבען אנגעהויבן דורך זייער 24 באצאלטער היידפארק מענעזשער ''חי שעה'' צו באקען א געשיכטע מיט א אימפעריעל חתונה ווי א מחותן איז אויסגענארט געווארן ווייל ער האט געצאלט מער געלט אבי מ'זאל סערווירן דוקא קרית יואל פלייש ביי די שמחה למעשה האט ער פארזעהן עטליכע פאקטן ביי זיין געבעקס, 1)פרדס קאסט נישט 3000 א צד נאר 5000, 2)אימפעריעל קאסט נישט 9000 א צד נאר צווישען 5000 ביז 7500 בערך א צד (מ'קען דאר האבען א תקנות פעקעזש), 3)אז מ'וויל נישט פרדס קען מען נאך גיין אין ראוז קעסיל פאר אסאך ביליגער פין פרדס אדער אין די אויבערשטע זאל פאר נישט קיין סאך טייערער נאר א פשוט'ע זאלי ספין וואס יעדער קען זיך איבערצייגען ביי די קעיטערער פין אימפעריעל נאר פאר זיינע קעלבער איז עס פינקט גיט
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2010 00:56 |
|
| |
די געשיכטע איז 100% אמת, אין איז באשטעטיגט געווארן ביי משבק״י רבינו שליט״א
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2010 16:23 |
|
| |
וועלעכע חלק האסטו באשטעטיגט? אז מען האט אויףגעוועקט רז"ל? אדער אז פאיער רב געדענקט נישט? אדער אז קר"ילע רב האט ארויסגעלערענט א בפירישע רמ"א פון גיטין?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2010 16:36 |
|
| |
די גאנצע זאך איז איין שטיק בהמישקייט,
מיין חבר פארציילט מיר יעצט אז ביי זיין אייגענע חתונה איז געווען די זעלבע שאלה, דער מסדר קידושין איז געוועזן דער שרמאשער רב, אין איינער פון די עדות איז געווען א יונגערמאן וואס איז א לוי, אין ער האט נישט אונטערגעשריבן הלוי, מען האט געפרעגט שארמאשער רב, האט ער געענפערט אז עס איז קיין שום פראבלעם, איינער פון די זיידעס דארט האבן נישט איינגעריט נאר ארומגעקאלט א שטאט מיט רבנים רודערן, ביז דער פאיער רב האט אים געזאגט אז אויב ער וויל קען מען צושרייבן נאך דעם ווארט עד, הלוי, אין אזוי האט מען געטון, אין דער זיידע האט זיך בארואיגט, כך היה המעשה, דער חבר מיינער האט מיר געוויזן זיין כתובה ווי עס שטייט צוגעשריבן הלוי.
די מעשה איז פארגעקומען 6 יאר צוריק, ואידך פירושא זיל גמור
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2010 17:07 |
|
| |
מלך וואס איז גרעסערע בהמישקייט אז ר זלמן האט נישט געוויסט צי ענטפערן אן הלכה וואס דער שארמאשער האט יא געוויסט ?
אדער אז די שארמאשער האט געפסקנט אז עס איז קיין "שום" פראבלעם ,ווען די רמ"א פסקענט אז לכתחילה זאל מען יא שרייבן הלוי
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2010 17:31 |
|
| |
ווי איז דיין 'חבר' אהינגעקומען ביי די יעצטיגע חתונה?...
און אויב איז דאס 'בהימשקייט', פארוואס האט דער מן הארץ נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטוען פאר בושה (אויב ער האט אפילו געשעמט....) און נישט געוואוסט בחייכון צו זאגן? אזא פשוטע זאך האט ער נישט געקענט וויסן?.. און אויב האט ער געוואוסט פון פריער אז ער קען נישט קיין הלכות גיטין וקידושין וויאזוי האט ער זיך נישט געשעמט אנצונעמען די סידור קידושין??? איין לימוד זכות איז דא, אז מסתמא ווייסט ער ניטאמאל פון דעם אז 'כל שאינו יודע בטיב גיטין וקידושין וכו'
|
|
|
|
|