בית פורומים כל העולם כולו

ווער איז יחזקאל אייזנער? מיט וואס איז טאהש אנדערש?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/10/2010 18:35 לינק ישיר 
ווער איז יחזקאל אייזנער? מיט וואס איז טאהש אנדערש?

די וואך איז ארויפגעקומען א אשכול דא אינם פורום וועגן א בריוו וואס "תלמידי וחסידי טאהש" האבן געשריבן אין וואס סאטמארע קהלה (זאלוינים) ווערט אינטערגעריסן.

איך וועל פארציילן פארן פאבליק וואס דא שפילט זיך אפ און איך וועל פראבירן מסביר זיין די אינטערשיד צווישן טאהש און אנדערע חסידות'ן עד כמה שידי מגעת.

טאהש איז א שם דבר אין די וועלט פאר תורה עבודה און גמילת חסדים, "טאהש קודש" איז שוין א דערהער פון 30 און 40 יאר צוריק. נישט בחינם האט זיך טאהש ערווארבן אזא מדרגה.

ווען מען קוקט אויף די לויף פון אסאך צענדליגע יארן, ווערט זייער קלאר פארוואס טאהש פארדינט זיך אזא כבוד און שעצונג ביים ציבור.

ביי יעדע חסידות מאכן זיך במשך 40 יאר פראבלעמען און אפילו שמוציגע מעשיות. די נפק"מ איז ווי אזוי די זאך ווערט באהאנדלט.

עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז "דער איידעם" פארטראגט זיך נישט מיטן שווער (די רבי), עס האט זיך געמאכט אין סאטמאר, עס מאכט זיך יעצט אין סערט וויזניץ וכדו'.

עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז יחידים פארטראגן זיך נישט מיט די קינדער פון רבין. עס האט זיך געמאכט אין סאטמאר, עס האט זיך געמאכט אין באבוב, עס האט זיך געמאכט אין וויזיניץ וכדו'

עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז יחידים האבן טענות קעגן די קהלה, עס האט זיך געמאכט כמעט אין יעדע קהלה

עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז די קהלה רופט אדער ווערט גערופן אין ערכאות של עכו"ם

עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז יחידים הייבן אן א ווידרשטאנג קעגן די קהלה און אמאל קעגן דעם רבי'ן זעלבסט

עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז די קהלה טוט זאכן וואס פאר די דרויסענדע וועלט זעט דאס אויס אפגעפרעגט אבער באמת איז די קהלה 100% גערעכט

מיט וואס איז טאהש אנדערש פון אלע קהלות? (זאגט מיר נישט אז זיי זענען די זעלבע ווייל איר האט נאך נישט געהערט וואס איך וויל זאגן)

ווער איז יחזקאל אייזנער?

פארוואס איז דא א בריוו ווי תלמידי וחסידי טאהש רייסן אינטער א קהלה קדושה בישראל?

וואס האט געברענגט דעם בריוו?

אויף די אלע שאלות וועט איר געפינען די תשובה דא אין דעם אשכול

איך בעט זייער שטארק דער עולם זאל מיר נישט איבערהאקן, איך פלאן דא במשך א לענגערע צייט אויסצושמועסן "טאהש" און אלעס דערין, מיר וועלן אנקומען צו אלעם אי"ה.

אויב האט איר שאלות אדער איר ווילט איך זאל שרייבן וועגן א ספעציפישע אינצידענט קענט איר שיקן אין אישי אדער צו מיין אימעיל אדרעס [email protected]

ביטע האקט נישט אריין אינמיטן דעם אשכול ביז איך ווער פערטיג, אויב וועל איך האבן צייט היינט וועל איך נאך אנהייבן היינט, אויב נישט וועט דאס זיין זינטאג אי"ה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 19:45 לינק ישיר 

נפל כתב:
איך וועל פארציילן פארן פאבליק וואס דא שפילט זיך אפ

ווער איז יחזקאל אייזנער?

ביטע האקט נישט אריין אינמיטן דעם אשכול ביז איך ווער פערטיג, אויב וועל איך האבן צייט היינט וועל איך נאך אנהייבן היינט, אויב נישט וועט דאס זיין זינטאג אי"ה


עס קוקט מיר אויס ווי די ווילסט דא בארעדן איין מענטש אדער גאר מערערע מענטשן, און די מאכסט נאך א לשם יחוד בעפאר אז קיינער זאל דיר נישט שטערן,
דערפאר וויל איך דיר בעטן בעפר א פריוואטע טובה, זיי מוחל טו עס נישט דא, זיי מיר נישט מכשיל מיט קיין לשה"ר. רכילות.וכדומה, עס איזדא אנדערע פלעצער ווי עס איז מער געאייניט פאר דעים

איך בעיט דיר איבער אויב איך בין א חושד בכשרים און באמת ווילסטו קיינעם נישט באשמיצען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 20:47 לינק ישיר 

השר_מקוצי כתב:
עס קוקט מיר אויס ווי די ווילסט דא בארעדן איין מענטש אדער גאר מערערע מענטשן, און די מאכסט נאך א לשם יחוד בעפאר אז קיינער זאל דיר נישט שטערן,
דערפאר וויל איך דיר בעטן בעפר א פריוואטע טובה, זיי מוחל טו עס נישט דא, זיי מיר נישט מכשיל מיט קיין לשה"ר. רכילות.וכדומה, עס איזדא אנדערע פלעצער ווי עס איז מער געאייניט פאר דעים


איך שרייב טאקע די זעלבע אינהאלט אין אנדערע פורומ'ס אויך, איך שרייב דא און דארט פונקט דאס זעלבע אינהאלט כדי צו געבן פאר יעדעם די באקוועמליכקייט פון פרעגן זאגן און מיטהאלטן. אויב ווילסטו נישט איך זאל שרייבן דא וועל איך זיך אוודאי נישט קריגן מיט דיר.

זיי מיר געזינט און שטארק, איך וועל אי"ה ממשיך זיין אין די אנדערע צוויי פורומ'ס.

נישט ווייל איך גיי דא איינעם באשמוצן באשרייבן אינטערייסן, בכלל נישט דאס איז נישט די טאהשע מהלך אזוי ווי היסטאריע האט איבערצייגט און איר וועט זיך איבערצייגט דורכאויס מיין באשרייבונג. אבער היות די טאנצט אריין ווי א פארשוין נאך פאר איך בין געקומען צום ווארט, היות די רייסט מיר אינטער און פארשיקסט מיר אין די צייט וואס די שרייבסט אליינס אז די ווייסט נאך נישט וואס איך גיי שרייבן, דעריבער פארגייט די אפעטיט צו האנדלען מיט אינטער אזעלכע מענטשן. פארדעם נעם איך אן דיין אזהרה אפילו איך פלאן בכלל נישט דאס וואס די טינקסט זיך אין און איך וועל ממשיך זיין דארט.

כל טוב און א גוט שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 00:39 לינק ישיר 

ברוך שפטרנו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/10/2010 10:31 לינק ישיר 

This week Shabbos the Tosh'a Gabbi announced by SL"s that the letter what Muser Eizner send is False. Also Mocha on Albon Hatorah what
the Muser wrote against such a Iyda Kadosha Satmar. Also he asked to Pray for Tosha Rabbi Lrafia Shlima.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 17:38 לינק ישיר 

נאך שלש סעודות האט דער גבאי פעלבערבוים אויסגערופען אז דער בריעוו איז נישט געשיקט געווארען אפיציעל פון קהל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2010 05:37 לינק ישיר 

Nyfal is too busy this days... He didn't continue yet even on the tosher forum... http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2838954&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער איז יחזקאל אייזנער? מיט וואס איז טאהש אנדערש?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext