ווי ס'איז יעדן באקאנט, אז די סאטמאר'ע רבי מהר"י ז"ל פלעגט לייגן א גאר שטארקן דגוש נישט ארויסציוווארפן קיין בחורים פון ישיבה.
ישיבת מהר"א אין ק"י גיבט אויך זייער שטארק אבאכט נישט ארויסציווארפן קיין בחורים, טראצדעם וואס ס'קומט זיי צומאל אן זייער שווער. אזוי אויך געבן זיי זיך אפ אויף אן אויסטערלישן פארנעם מיט די עלטערע בחורים. וואס מן הצד מעגן זיך אסאך אנדערע ישיבות פון זיי אפלערנען.
כפי ששמעתי, ישיבת מהרי"י אין קווינס האלטן נישט קיין בחורים העכער די צוואנציג יאר, און האבן דעם אנהויב זמן ארויסגעווארפן איבער פופציג עלטערע בחורים, ה"י.
ר' נתן יוסף מייזעלס איז אמאל ארייגעקומען מיט א בחור צום רבין, אז עס איז כלו כל הקיצין מיט דעם בחור, און מ'ברויך אים ארויסווארפן פון ישיבה.
האט די רבי געפרעגט רנ"י אויב ס'איז דא נאך פופציג אזאנע בחורים אין ישיבה ווי דעם בחור, האט רנ"י געענטפערט אז ס'איז נישטא נאך אזעלכע. האט אים די רבי געפרעגט אויב פינף ווי אים, האט ער געענטפערט אז דער בחור איז א חד בדרא...
האט זיך די רבי אויסגעדרייט און געפרעגט דעם בחור, אויב ס'איז אמת וואס רנ"י דערציילט אויף אים, און אויב ער האלט טאקע נישט ביים לערנען. האט זיך דער בחור אנגערופן צום רבי'ן אז יא, ער האלט נישט ביים לערנען!
רופט זיך די רבי אן צו ר' נתן יוסף, דער בחור זאגט דאך אמת!... א בחור וואס זאגט אמת, קען מען נישט ארויסווארפן פון ישיבה!...
דער בחור איז טאקע געבליבן אין ישיבה, און ב"ה אויפגעשטעלט א ערליכן שטוב!
(איך דערצייל דאס איבער אקוראט אזוי ווי איך האב דאס געהערט, אויב איינער ווייסט מער פונקטליכער די מעשה בין איך גרייט ער זאל עס איבערדערציילן)