ראשית וויל איך מודיע זיין די בשורה מרנינה, באבוד רשעים רנה, אז דער נבלה טשארלי קריסט, וואס האט אפגעשניטן דאס לעבן פון א צישלאגענע בעל תשובה, ה"ה מארטין גראסמאן, איז די נאכט אראפגעפלאשט געווארן די טוילעט און מיס פארלוירן די סענאט פארמעסט אין פלארידע, וואס זאגט מען נאר "גוד ביי טשארלי!", טשארלי: אם מזרע היהודים אשר החילות לנפול, לא תוכל לא, כי נפל תפול,
דאס איז יעצט פארזיגלט געווארט מיט די זיג אין וועסט-ווירדשיניע, פון דשאו מענטשין קעגן דשאן רעיסי, די רעפובליקאנער האבן דאס געמוזט געווינען צו האבן א שאנס צו איבערנעמען די סענאט, לויט מיין השערה וועט עס זיין 52-48 פאר די דעמאקראטן
נשלח ב-3/11/2010 03:18
ברעיקינג! קאומא האט עס!
די שאלה איז ווער ס'גייט זיין דעם צורידערטן פאלענדינא'ס קרבן.... אך און וויי....
נשלח ב-3/11/2010 03:22
ער וויל לכאורה ציפליקן דעם יודא לעווין
נשלח ב-3/11/2010 03:28
יעצט אין די פריע ציילונגען, שטייען די דעמאקראטן באקוועם פאראויס, אין 2 קריטיש וויכטיגע סטעיטס אילינוי און פענסילוועניע, פאר סענאט זיצן, אויב די דעמאקראטן מאכן עס דארט, וועט עס זיין א גרויסע נידערלאגע פאר די רעפובליקאנע, און לכאורה וועט נעוואדע אין קאלאראדא אויך גיין פאר די דעמאקראטן, און די רעפולביקאנע וועלן האבן נישט מער ווי קארגע 5 נייע זיצן, דאס סאך ווייניגער ווי ערווארטעט
נשלח ב-3/11/2010 03:43
ווי עס קוקט אויס האבן די רעפובליקאנער ווייט נישט געהאט דאס וואס אסאך רעפובליקאנער האבן גע'חלום'ט אין די לעצטע טעג.