בית פורומים כל העולם כולו

די נעכטיגע וואלען – א געווינס פאר וועמען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/11/2010 20:22 לינק ישיר 
די נעכטיגע וואלען – א געווינס פאר וועמען

באקומען יעצט אין אישי

לאמיר באהאנדלען די נעכטיגע וואלען מיט די פשוט'ע טרוקענע פאקטען,
אין זאל יעדער לאזען הערן זיין שטעלונג
קודם לויט מיין ריסורטש איז דאס מיין אנאליז. 


קודם די קלענערע פארמעסטן איז נאר געווען אין קרית יואל (גרינפעלד, סקוואדראן, לענטאהל וכו' האבען נישט געהאט קיין ערנסטע קעגענערשאפט אין זענען אינדארסירט דורך ביידע צדדים) 


קלענערע פארמעסטן אין קרית יואל – האבען די ארונים האבען 2 פאכיג געווינען – דאס איז אומלייקענבאר
סיי זייערע קאנדידאטן האבען געווינען, סיי זיי האבען אנגעצויגען א היבש גרעסערע בלאק וואוט, אפי' לויט די יעצטיגע ציילונגען, ווי נאך טויזענט 1000 זענען נאכנישט געציילט 


יעצט לאמיר גיין צום עיקר, די אטורני זשענעראל
די ארונים האבען אינדערסירט, ברוקלין - דאנווען / אפסטעיט – שניידערמאן
די זאלי'ס האבען אלע אנדארסירט שניידערמאן 


די מציאות איז אז קרית יואל האט זייער נאנטע באצויענגען מיט שניידערמאן, זייענדיג אין נאנטע באצויענגען מיט אים נאך פאר ער איז ארויף אויף די פאליטישע ארענע
אין וועגן דעם האט קרית יואל געלייגט שטארקע האפענונג אין ''אלע'' יודישע שטומען זאלען גיין פאר שניידערמאן, קודם אים צו העלפן, צווייטענס פשוטו כמשמעו ער זאל ווערן ערוועלט, אין אריינברענגן א פריינד פאר קרית יואל בפרט אין א פריינד פאר יודן בכלל
אויך האט קרית יואל געהאלפן די שניידערמאן קאמפיין אויף נאך אופנים צווישען אנדערע געהאלפן שאפען געלט פאר די קאמפיין אין די הויכע ציפערען 


די א' ג' האט פאקטיש זיך נישט אראפגעלאזט צו בעטן הילף נישט פין די ארונים אין נישט פין די  זאלי'ס אין ברוקלין
עס קען אז זיין אז זיין שטאב אדער פריינט האבען גערופן אבער קיין עפענטליכע באזוכן זענען נישט פארגעקומען – א שטייגער ווי קאומאו האט יא געטוהן (זיך איינרעדענדיג אז מ'רעדט דא פין ווער ווייסט וויפיל וואוטס, פאקטיש נישט מער ווי 6000/7000
ווען אין ב''פ וועלכע האט געהאט כמעט 9000 האט ער בכלל נישט באזוכט,
דאס א חלק פין די סוקסעספולע בלאפעריי פין די וומ''ס עסקנים)


מיט וועם ער האט יא אפגעהאלטען געשפרעכן איז מיט קרית יואל פריוואט, מער ווי איין מאל
אין מיט די  זאליס ביי א ענפעטליכע באנקעט פין יחזקאל - אדער ווי ער רופט זיך זיגי בראך
ווי די רעדע איז מער געווען פין געלט אויפטרייבן ווי איידער די אינדארסמענטס. 


די סיבה פארוואס די זאליס האבען אינדארסירט שניידערמאן, טראץ וואס זיי האבען געשטיצט זיין קעגנער ביי די פריימעריס איז וועגן זייער אנגעוויזענהייט אויף וויטא לאפעז, וועלכע ווערט אויסגעפארשט דורך דאנווען – דער דיסטריקט אטורני
ווי אויך מוזן זיי אייביג גיין מיטן דעמאקראט ציליב לאפעז. 


די סיבה פארוואס די ארונים האבען אינדארסירט דאנעווען איז  ציליב די פארלאנג פין געוויסע הויכע פאליטישאן'ס פין וועם די ארונים האבען מורא, ער זאל נישט נאכמאל טוהן וואס ער געטוהן מיט ראדני עטליכע יאר ציריק יעצט מיט די נייע ביהמ''ד 


די סלאגאן ביי די ברוקלין'ער ארונים איז אפיצעיל געגאנען יעצט - אין ארי' לייב האט דאס אויסגערופן אין ביהמ''ד, אינזער צול איז נישט צו זיגען, נאר צו  צייגן פאר'ן פאליטיקאנט אז מיר פאלגען זיינע פארלאנגען, 


די ארונים האבען טאקע שיין אנגצויגען פאר דאנעווען אין וומ''ס – טראץ נישט קיין רוב וואס זיי וועלן נישט קענען ביז זיי וועלן רעגיסטרירן זייער עולם געהעריג פינקט ווי די  זאלי'ס אין וומ''ס אין די ארונים אין  זאלי'ס אין קרית יואל 


אויך אין ב''פ האבען די ארונים געבערענגט א מעכטיגע נומבער פאר דאנעווען (ווי דא באריכטעד

דען דאנעווען געווינט מיט א לענסלייט), א ס''ה פין איבער צען טויזענט שטימעס פאר דאנעווען,
(אין ב''פ האבען די זאלי'ס אויך אינדארסירט שניידערמאן, אין קאמפייןט פאר אים מיט די הילף פין בראך) 


יעצט זאל יעדער אפמאכען ווער ס'האט געווינען
פארשטייט זיך אז די  זאלי'ס וועלן חוזק מאכען: די ארונים געווינען אייביג
די ארונים וועלן חוזק מאכען: ביי די זאליס בלייבט אלעס ביים אלטען 


אבער לאמיר קוקען פאקטן 


ווען דאנעווען געווינט ווען, 


ארונים אין ק''י - האבען גארנישט דערפון, אויב עפעס א שטיקל פליק
ארונים אין וומ''ס – א געווינס פאר א העדליין נישט מער, זיי האבען נישט קיין אמת'ע ספעציעלע שייכות מיטן קאנדידאט.
ארונים בדרך כלל: א קליינע געווינס
זאלי'ס – איז עס א פליק, אויך ציליב זיין ראלע ביי די לאפעז סקאנדאל 


שניידערמאן'ס געווינס.
ארונים אין ק''י – א מעכטיגע געווינס, ווי דערמאנט.
ארונים אין וומ''ס – האבען גארנישט דערפון, זייער עיקר צול איז  געווען זיך נישט צו פארשטעפן מיט פאליטיקאנטען, פאר וועם זיי האבען פאקטיש געגעבן זייער בלאק וואוט.
ארונים בדרך כלל - א שיינע געווינס
זאלי'ס – א קליינע געווינס, ציליב זיין ראלע ביי לאפעז ווי דערמאנט, אין א שטיקל געווינס פאר א העדליין (נאך אלעם האבען די ארונים פין ק''י אויך געשטומט פאר אים) 


דאס אלעס איז טרוקענע פאקטן לענ''ד
אדרבה אויב איינער איז מחולק דערמיט זאל ער זיך לאזען הערן



תוקן על ידי סעפטיק_זל ב- 03/11/2010 20:27:55



תוקן על ידי סעפטיק_זל ב- 03/11/2010 20:36:44




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 20:46 לינק ישיר 


סעפטיק איך פרעג דיר די שאלה וואס איך האב געפרעגט דאנעעוען10 צו די נומבער'ס אין ווילאמסבורג איז מיט נייע ווילאמסבורג אדער נאר די אלטע ווילאמסבורג??????????????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 22:55 לינק ישיר 

איין זאך איז זעכער
צו די זאליס וועלן יא האבן פון שניידערמאן אדער נישט דאס מאכט נישט צופיל אויס ווייל ער האט נישט אזוי שטארק די מעגליכקייטן צו סערווירן אונזערע טאג טעגליכע געברויכן

אבער דאס יא א מעיאר האט ער פארלוירען
נאך דעם וואס מעיאר בלומבערג האט געבעטן אז ער זאל אינדארסן דאנעווען אין ער איז געגאנגן אין ער האט זיך נישט געוואלט צושטעלן נאר ענדערש זיך אנגענומען פאר זיין ארכי פריינט וויטא לאפעז

ביידעוועי פאר די וואלן האבן זיי פורבירט צוריקצודרייען אין אנגעהויבן צו שיקען מעסעדזשעס אבער פון מעיארס אפיס האט מען גענטפערט
משה זוך מיך!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 23:11 לינק ישיר 


דאס איז  א דבר התלוי במחלוקת ווייל דער עיקר סיבה פון גיין פאר דאנעווען איז געווען צו ווייזן דעם אחדות פון היימישען ציבור און בלאק וואט כח פון היימישען ציבור.

נישט ווי עטליכע האבן געוואלט זאגן אז דאס איז וועגן בלומבערג, וגרינפעלד-לאזאר יוכיחו אז בלומבערג האט געוואלט גערינפעלד אבער רוב מנהלי המוסדות האבן עם נישט אינדורסט (אבער לאמיר נישט רעדן פון ביטערע זכרונות ווען דער עתיד איז ב"ה זייער זיס)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 23:19 לינק ישיר 

סארי עס איז נישט ביטער!!
אונזערע נומבערס אין ווילי!
אונזערע נומבערס אין בפ!

איז זייער זיייער געשמאק

אין איך האב ספעציעל הנאה אז מיר האבן אינדארסט דענעווען ווייל ווען מיר אינדארסן אים נישט וואלטן מיר נישט געקענט צייגען אונזער כח פאר די פאליטישאנס
ווייל יעצט איז געעווען די ערשטע מאל וואס מיר האבן געוויזן אונזער כח "אין גאנץ וומ"ס" און יעצט האבן אלע פאליטישאנס געזען אז אין גאנץ ווילי שטייען מיר נאך בעסער ווי די זאליס אן די ספאנישע שטימעס אין די זעלבע אין ב"פ אין די זעלבע אין קעי דזשעי

פארשטאנען דאס איז זייער זייער געשמאק


תוקן על ידי סעפטיק_זל ב- 03/11/2010 23:22:11




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 23:22 לינק ישיר 

איינעם וועם איך בין נישט מקנא יעצט איז וויטא לאפאז

אוי אוי וועט זיך דאנעווען מיט אים אפרעכענען יעצט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 23:30 לינק ישיר 

  דאנעווען וואס האקסטו אין קאפ אריין מיט אחדות, פוליטיק איז פוליטיק, ווען דו זיכסט ווען אחדות, מישטו זיך נישט אריין אויף א פלאץ ווי צעס איז דא צוויי מיינונגען.
די מענטשן וואס שרייען אלץ אחדות, און זענען גרייט צצורייסן יעדעם וואס גייט נישט מיט זייער אחדות זענען ארכי היפאקריטן.
ס'גארנישט, האלט פון דאנעווען, אבער זאג דיינע סיבות, נישט "ווייל ער איד די אחדות קאנדיטאט" כאפסט נישט אז די רעדסט ווי א קינד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 00:08 לינק ישיר 

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/74502/WORLD-EXCLUSIVE:-Behind-The-Scenes:-The-Jewish-Leaders-Who-Really-Won-%26-Lost-In-Yesterday's-Election.html

WORLD EXCLUSIVE: Behind The Scenes: The Jewish Leaders Who Really Won & Lost In Yesterday’s Election

Winners

Village of Kiryas Joel
Even former President Bill Clinton called the village to solicit their support for his preferred Congressional candidate. It didn’t help. The sophisticated village decided to endorse Republican Candidate for Congress Nan Hayworth, Democratic Candidate for Attorney General Eric Schneiderman and State Senator Bill Larkin. All of their candidates won big victories inside and outside of KJ. 
Bottom Line: Trifecta of victories keeps KJ as top Chasidic power player.
 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די נעכטיגע וואלען – א געווינס פאר וועמען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext