וואס פאר א אבסורד איז דאס. איך האב נישט אפגעליינט די גאנצע דרשה, נאר אביסל אויבערפלעכלעך די אינטערגעליינטע שורות, אבער עס איז מער ווי גענוג. איך ווייס שוין יארן ווואס דארט טוט זיך. און עס איז ביידע, די בעלי בתים און דער רב המכשיר. עקסקיוז מיי עקספרעשאן. זיי זענען הפקר יונגען וואס אויסער געלט גייט זיי גארנישט אן.
איך האב נאך ביי די פינקל פרשה געזאגט אז ווען דער פינקל האט ווען א השגחה פון יענעם רב המכשיר, ווואלט ער זייער גוט פארשוויגן די גאנצע פרשה און קיינער וואלט קינמאל נישט געוואוסט פון דעם. און איך זאג יעצט, נאך היינט וואלט ער פארקויפט זיינע נבילות ווי גארנישט.
ווען דער ציבור וועט זיך דערוועקן וועגן דעם ווייס איך נישט, און וואס מען וועט נאך חלילה באצאלן ווייס איך אויך נישט. אבער הרב לייכטאג איז ביטערליך און וווייטאגגליך גערעכט.
נשלח ב-4/11/2010 13:24
גביראדיר, כבין קיין חסיד פון "זיי" אבער "קיפ טינגס אין פערספעקטיוו".
זיי נוצען נישט פלייש פון די מקומות המטורפים פון אויסלאנד אין זייער השגחה. חוץ די פראנקפורטער, סאלאמי, פאסטראמי, קארן ביף און אלע אנדערע שמות הנרדפים פון די פלייישען וואס דאס ווערט פארקויפט אין די סטארס אונטער דעם מיעל מארט לעיבעל מיט זיין בעל המטריף
עפעס א כח האבען נאך די טריפה'נאקעס מיט זייער געלט. כסף וזהב מטהר
נשלח ב-4/11/2010 15:08
די רבי האט טאקע נישט גע'אסר'ט משום כמה סיבות ידועות, אבער דער מציאות, אין קרית יואל בוטשער קומט נישט אריין זייער פלייש, אויב גייט אויס די צינג פאר יו"ט אדער מיניט סטעיק, איז נישטא!
(דאס איז דאך איינע פון די פלאים פון מיעל מארט אז יעדע פלייש איז דא צובאקומען ווען דו ווילסט און וויפיל דו ווילסט)
מיר לעבן אין א וועלט וואס נישטא די ווערטער אראפצושרייבן ווי אזוי אונזער דור קוקט אויס, ממילא איז שווער צו רעדן אפן קעגן א מענטש, אבער ווער עס האט נישט קיין שכל צו טון צו די זאך נאך די ווערטער וואס רבינו שליט"א האט געלאזט הערן ביי די שבת שובה דרשה איז זיך אליין שולדיג.
דער רבי האט דאן געזאגט
זכות אבותי הקדושים עמדו לי איך האב געקענט טון אין כשרות גדולות ונצורות, איך קען נישט אזוי ווייט זאגן, ווייל אז מען זאגט מיינט עס אז ס'קען איינעם וויי טון, און איך וויל נישט קיינעם וויי טון, אבער יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן, ס'איז סאך מער פון וואס מען קען זאגן, און מען זאל עס נישט האלטן פאר לייכט אז דאס איז גוט און יענץ איז גוט, ס'איז דא זייער גרויסע חילוקים אין כשרות, ס'איז פארהאנען כשר, אבער ס'איז פארהאנען כשר, און דאס איז א גרויסע חילוק, און דאס דארף מען וויסן, דאס איז ביי עופות און דאס איז ביי גסות
איך טו עס וועגן דעם ווייל איך וויל אידן זאל האבן כשר'ס צו עסן, איין איינציגע זאך, איך ווייס וואס גייט פאר איך קען דעם פעלד, און איך דאנק דעם הייליגן באשעפער אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך זאל קענען אויפטון פאר אידישע קינדער'ס וועגן.
סתם ולא פירש, אבער כל מי שיש לו מח בקדקדו דארף אליין וויסן וואס איז דער טייטש פון "יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן"
און אז דער רבי זאגט "איך טו עס וועגן דעם ווייל איך וויל אידן זאל האבן כשר'ס צו עסן" מכלל הן אתה שומע לאו
תוקן על ידי וואלןסח ב- 04/11/2010 15:35:20
נשלח ב-4/11/2010 16:18
א יישר כוח ר'' וואלן פארן ברענגען די ווערטער.
ר' אדם אמיתי, איך זעה נאך נישט וואס דו האלטסט אנדערש פון מיר, און איך זע נישט ווי איך דארף קיפן טינגס אין פערספעקטיוו.
מיין טאטע זאל לעבן האט איז אן ערנסטער איד, א ירא שמים און א תלמיד חכם, און האט געוויסט נאך פון דער אלטער היים וויאזוי שחיטה דארף אויסזעהן, און האט - ווי עס ווערט דערמאנט אין הלכה - אלעמאל זיך ערנסט אינטערעסירט וואס עס גייט פאר ביי די שחיטה, און דעריבער בין איך אויפגעוואקסן וויסנדיג אז די פלייש איז "חזיר טריף".
פארשטייט זיך אז ער האט נישט געהאט קיין סך פאר וועמען עס צו זאגן, און איך אוודאי נישט אבער צוגערירט צו דעם האט מען זיך קיינמאל נישט.
טאמער האב איך אמאל דערמאנט אין חדר אז איך עס נישט די פלייש, איז גארנישט געווען וואס מיך מקנא צו זיין. פארוואס? ווייל די גאנצע פאליטיק האט געדארט איינגעשפאנט ווערן צו באשיצן די אינטערעסן פון א היימישן ביזנעס מאן וואס גיט אפאר דאללער פארן הויף אז די יוצר משרתים זאלן האבן פון וואס צו לעקן א ביינדל.
דאס איז א חרפה און א בושה.
ווען רבינו מהר"א האט צום ערשטן מאל געהאלטן א דרשה וועגן די נייע שחיטה וואס ער גייט מאכן, און האט דעמאלס דערמאנט אז עס האט אים אלע יארן געבאדערט געוויסע זאכן, און האט זיך אויסגעדרוקט בלשונו, אז עס האט מיך "געדרוקט" געוויסע זאכן, האב איך דעמאלס געהערט פון איינע פון די סארט חברה אזוי צו זאגן: "עס דרוק אים? זאל עס אים דרוקן און דרוקן און דרוקן דרוקן ביז ער וועט פייגערן דערפון".
יעצט שטעל דיך פאר אז דאס האט מען געשוימט מיט כעס אויף אים ווען ער איז שוין געווען א מלך בגדוד, וואס איך האט געהאט אויסצושטיין ווען איך האב אמאל געזאגט אז איך עס נישט ווייל.........
און אויב מיינסטו אז היינט איז בעסער? קוק אויף די מעשה. הרב לייכטאג, א רב, א דיין בישראל, פון א חשוב'ע קהילה זאגט א דרשה, ברבים, בפומבי, דאס איז נישט עפעס וואס ער האט געזאגט פריווואט פאר איינעם, נאר ברבים, טאקע אז דער עולם זאל וויסן. און מען שפרונגט. קהל לאזט נישט מפרסם זיין. איך פארשטיי נישט. איר זענט משוגע? נאך היינט טאר נישט א רב זאגן פלעין און פשוט וואס ער האלט?
רבותי איך בין געווען ביי די דרשה פון אונזער דיין שליט''א אין ביהמ''ד אויף 53 , מען האט געזען בחוש אז עס דריקט עהם זייער דער פראבלעם און נאכמער אז ער קען נישט רעדן אפן, ער האט געהאלטן אין איין איבער חזערן אז ער קען נישט צופיל רעדן, אבער ער האט אויסגעשריגן מנהמת לבו, רבותים, איך קען דא דעם עולם, גלייבט מיר אז 75 פראצענט פון דעם חשובן ציבור אויב וואלטן זיי געוויסט וואס איך ווייס וואלטן זיי זיכער נישט געגעסן די פלייש, ער האט פארלאנגט אז ביי יעדע שמחה דארף מען פרעגן דעם מחותן וועמענס פלייש מען סערווירט, און באותו המעמד האב איך מקבל געווען על עצמי נישט צו עסן פלייש נאר פון די שחיטה המהודרת בהשגחת רבינו שליט''א, און זייט דעמאלטס פרעג איך מיך נאך ביי די מחותנים וועמענס פלייש זיי האבן באשטעלט, אגב, איז דא דאס פלאץ צו באדאנקן פאר בעלי שמחה וואס פארלאנגן ארויס צו שטעלן א מודעה וועמענס פלייש זיי געבן, איך בין געווען אויף א חתונה אין וויזניץ בארא פארק איז געווען א מודעה אז אלע פליישן הן בשר בהמה און הן בשר עוף איז אויסשליסלעך נאר פון בית השחיטה המהודרת פון קרית יואל, און אויך בין איך געווען אויף צוויי חתונות אין וויליאמסבורג (אימפיריאל) און ביידע מאל איז געווען א מודעה וועמענס פלייש דאס איז, איינמאל איז געווען פון קרית יואל און איינמאל איז געשטאנען אז דאס איז פון 82 פלייש געשעפט, קומט זיך באמת א דאנק פאר די מחותנים וואס האבן פארלאנגט די דאזיגע מודעות און ממנו יראו וכן יעשו, זאל יעדער וויסן וואס פאר א פלייש מען סערווירט און יעדער פאר זיך קען מחליט זיין צו ער וויל עסן דאס פלייש צו נישט,
נחזור לענינינו, דער דיין האט גערעדט בבחינת מגלה טפח ומכסה טפחיים, ער האט נישט געזאגט קיין נעמען אבער יעדער האט זייער קלאר פארשטאנען פון וועם ער רעדט, ס'איז נאר א שאד אז מען האט נישט מפרסם געווען די טעיפס פון די דרשה, זעהט אויס אז דער פרעשער איז געוואלדיג,
נשלח ב-4/11/2010 19:22
גוט מארגן אייך כלל ישראל!
הודו לה' כי טוב אז דער ציבור האט זיך דערמאנט און זיך אויפגעוועקט! איך בין געוועזן אין ב"פ ביי א משפחה שמחה ווען א חבר זאגט מיר, קום אריבער אין 53 צו די דרשה, ס'גייט זיין א דרשה וועגן כשרות, ווי נאר איך האב געהערט אז ס'רעדט זיך וועגן א 'דרשה אין סאטמאר 53' האב איך פארשטאנען אז מ'גייט רעדן וועגן פלייש! איך בין אריבער און אויסגעהערט די דרשה! רבותי! איך האב נישט קיין ווערטער! איך קוק אן הרה"ג ר' אפרים שמעון ווי א פנחס בן יאיר!! ממש א סאוסייד! נאך די דרשה הער איך ווי איינער פון די הנהלת המוסדות רופט זיך אן צו איינעם: 'מ'דארף יעצט זיכער מאכן אז די טעיפ ווערט פארניכטעט! דאס קען אונז נאך שאדן מאכן געלט ווען די וויינשטאקס וועלן הערן אז מ'רייסט זיי אראפ!..' משוגה האט נישט קיין שיעור???? זענט עטץ ל"ע פאריקט??? דא שטעלט זיך אויף א דיין א תלמוד חכם, א אויסגערופענער ערליכער יוד, הרה"ג ר' אפרים שמעון, ער נעמט זיך די גאטס אויסצושרייען די ווייטאג וואס ליגט באגראבן ביי די אלע וואס ווייסן אביסל וואס טוט זיך ביי שחיטה! קומען דא אפאר ביזנעס לייט און רייסן ארונטער דעם דיין?? און ווילן אפשטילן דעם קול המעורר??? דאנקט דעם אייבירשטן אז איינער איז נאך יא בתוכינו וואס איז גרייט מיט צוטאנצן מיט רבינו שליט"א אין דעם פארפלאנטערטן מערכה אין כשרות! און איז גרייט צו רעדן הויך! וויפיל איז רבינו שליט"א אדורך ביז אהער פון די מיעל מארט ביזנעס לייט?? וויפיל איז די שיעור צו ליידן און שווייגן וועגן שרעק וואס ווערט אנגעווארפן דורך אפאר געלט גייציגע (געוועזענע) מגולחים??? פארוואס דארף מען זיך צושטעלן צו זייערע ביזנעס פרינציפן ווען עס קומט צו קויפן א שטיקל כשר פלייש???
וויפיל טוט רבינו שליט"א טוט די לעצטע פאר יאר אין דעם פעלד און וויפיל שרייט ער 'נאך אלץ' אז דאס דארף א גרויסע תיקון! ס'הערשט א הפקירות אז ס'איז איום ונורא!!
ס'איז שוין העכסט צייט איינצוזעהן אז פון זיך לעקן צו די געלט גייציגע פארשוינען וואס מ'דארף זיך צו זיי ביקן און בייגן צו קענען נאכקומען א יעדען שטות וואס אין כשרות איז דאס א שאלה ר"ל פון כשר ביז טריפה קומט מען אין ערגעץ נישט אן! וואס איז דא מורא צו האבן פון די וויינשטאקס??? וויפיל געלט געבן זיי שוין א יאר פאר די מוסדות? און וויפיל געלט שנארט רבינו שליט"א צוזאם א יאר פאר די קהלה און די מוסדות??? ס'האט אזא פנים ווי מ'האט זיך געלעקט צו ישראל ובנו יודי גאלדבערגער יארן לאנג פאר די פארשטינקענע הונדערט טויזנט דאללער א יאר!! סאטמאר האט א באזדשעט פון צענדליגער מיליאנען א יאר! און באדעם ליין אז מ'מוטשעט זיך צו באצאלן גייט דאס אויפן רבין'ס קאפ! צו איז עס די ישיבה, צו די מוסדות, צו די קהלה! סיי אין קר"י און סיי אין וומסב"ג! און אזוי אין די גאנצע וועלט! זענען מיר משוגה צו גיין לעקן די צוויי וויינשטאק ברידער וואס אין איין טאג קענען זיי פארלירן יעדן דאלער און אונז וועל מיר זיך אנקוקן אן קיין געלט און מיט עסען מפוקפק'דיגע פלייש פאר די פאר גרייצער וואס די מוסדות אין ב"פ איז געווען דעספערט צו באקומען!! ווער עס האט א חלק אין פארהאלטן דעם טעיפ פאר די פאבליק טוט א טפשות און איז גורם אז ווער ווייסט וויפיל אידן וואלטן זיך געקענט צוריקהאלטן פון עסן טריפה פלייש ממש ר''ל!!!! די ווינשטאקס ווילן ליגן אין ביה"ח אין קר"י האבן זיי זיך אנגעהויבן לאזן וואקסן די בערד למחצה ולשליש ולרביע.. פיין און וואויל! דאס מיינט נאכנישט אז ווייל זיי האבן מסכים געווען צו אויספאלגן א תקנה פון קהל, און ווייל זיי האבן מסכים געווען זיך צוצושטעלן צום רבין אין טעקסאס זענען זיי שוין בעהב"ת און קענען ווייטער פיטערן כלל ישראל בכל מה שלבם חפץ!! ניין! מיינטס נישט אז עטץ האטס צופרידן געשטעלט רבינו שליט"א מיטן זיך צושטעלן אין טעקסאס! ס'איז נאך דא אסאך ארבייט! און דער אייבישטער זאל העלפן אז רבינו שליט"א מיט די אלע וואס העלפן אים טוען זאלן האבן סייעתא דשמיא און מצליח זיין אינגאנצן!!!!!!! און נישט אפאר ביזנעס לייט זאלן קאנטראלירן די שחיטה און כשרות! דאס זאל ווערן קאנטראלירט דורך די וואס ווילן אז אידן זאלן באמת האבן כשר'ס צו עסן! און 'כשר' זאל זיין באמת הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן גלאט כשר!!!!
נשלח ב-4/11/2010 19:53
הונדערט פראצענט גערעכט, דער רבי שליט''א האט געזאגט חול המועד פסח ביי דרשה אז ער גייט אדורך מיט די שחיטה שרעקליכע שברי לב ועגמת נפש מידי יום ביומו, וואס עס לאזט זיך גארנישט זאגן, מען האט גארנישט קיין השגה וואס מען מאכט מיט יעדן טאג, די בעלי בתים פון מיל-מארט האפן אז דער ציבור זאל ווייטער בלייבן גלייכגילטיג און זיך נישט צופיל אינטרעסירן וואס דארט גייט פאר, לא עת לחשות, רבותי וועקט אייך אויף, דער דיין רבי אפרים שמעון האט געזאגט אז א שוחט האט ממש געוויינט צו עם אז ער איז חושש אז ער איז מוציא מתחת ידו דבר שאינו מהוגן, אז זיין שחיטה איז פשוט נישט כשר, און אויף די פראגע פונעם דיין היתכן? וויאזוי ביסטו ממשיך?, איז געקומען דער ענטפער, איך קען נישט עומד בנסיון זיין, איך האב א משפחה אין איך דארף פרנסה!!!, ליידער ליידער דארט האלטן מיר, אפשר נאך נאך אפאר פינקל מעשיות וועט מען זיך אויף וועקן.
נשלח ב-4/11/2010 22:36
קען איינער לייגען די דרשה אויף א PDF?
נשלח ב-5/11/2010 02:41
וויפיעל כהאב היינט אויסגעפונען קאכט זיך זייער צווישען מיל מארט און אונזער שחיטה אין טעקסעס אויף אזוי ווייט אז מען איז שוין געפארען צו רובאשקין זען וואס מקען דארט האבען פאר אונז און זאגען פאר די מיל מארט מגולחים "אדיאס"!