בית פורומים כל העולם כולו

איז די עדה החרדית אריין אין בג"ץ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/11/2010 20:13 לינק ישיר 
איז די עדה החרדית אריין אין בג"ץ?

אין א פרישע רינגעלע אין די קייט פון אויפטוען לטובת הזאלונים, האט דער ניק 'חיי שעה' ממנה געוען דריי אינגעלייט, ר' משה פריעדמאן, ר' אשר ניסן מילער, ר' ברוך יהודה בלוי, אלס די מנהלים פון די עדה החרדית.

נעכטן ערשינען א נייעס, אז עס איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע אין בג"ץ קעגן די אנפירער פונעם פראיעקט אויפן אלטן ביה"ח אין יפו, פארלאנגענדיג אז די בג"ץ זאל אפשטעלן די ארבעט אויפן פלאץ.

פארשטייט זיך, חיי שעה האט באקומען חיי שעה, צו וויפעלטן מאל.

ווארום, די עדה איז אריין אין בג"ץ! אלזאף דער בג"ץ איז מהיום והלאה מותר.

כ'וועל שוין נישט אריינגיין צו אין יענעם פאל ווען ס'איז נישט קעגן פרומע אידן איז יא מותר צו גיין אין בג"ץ ווייל איך וועל דאס נישט פסק'נען, אבער צוערשט ברויך מען וויסן: "ווער" איז אריין אין בג"ץ?

אט כאפט אבער א בליק אויפן קלאגע, און זעהט אליינס:

  

זעהט איר דא א ווארט עדה החרדית?

איך טרעף עס נישט.

 

און צו די וועלכע פרעגן "היתכן מען גראבט דאך שוין נישט"?

איז די תשובה זייער פשוט.

די מציאות איז – ווי איך האב שוין געשריבן פאריגע וואך – אז מען האט פאריגע וואך געטראפן א פרישע מערה.

דערויף גיבן זיי אריין א קלאגע, אז מען מוז זיי אריינלאזן מפקח זיין, און אפשטעלן די ארבעט ביז "זיי" וועלן באשטעטיגן וואס מען מעג און וואס נישט.

אז איר וועט דורכקוקן די פאפירן וועט איר קלאר זעהן, אז מען רעדט פון צוויי זאכן: 1) חפירות פון אפאר חדשים צוריק. 2) א טענה אז מען גראבט יעצט לעכער, וועלכע זענען לשיטת ה'קלעגער "פוגע" אין קברי ישראל.

דאס הייסט אזוי, נישט אז די ארכילאגן גראבן יעצט קברים, קלאר אז נישט. די ארכילאגן זענען אפילו נישט דארט. ער טענה'ט נאר אז "די לעכער וואס די ארבעטער מאכן", זענען פוגע אין די קברים. נו, איך הער דיין מיינונג... ער איז ניטאמאל געווען אינעם שטח, ער האט בלויז א טענה אז ער הערט אזאנע באריכטן. יעדער האט רעכט צו האבן א טענה... (און אויב וועט מען אננעמען זייער טענה און מען וועט זיי "אויך" אריינלאזן מפקח זיין, וועלן מיר אויך נישט זיין אויס מענטש...)

די מציאות איז אז ביים מאכן לעכער שפורט מען צו מען קומט אן צו א מערה, און אזוי איז טאקע געווען פאריגע וואך, ווען מען האט דאס דערשפורט, און דערפאר האט מען אפגעלאזט יענעם שטח! (טראץ וואס ס'איז נישט 100 פראצענט צו ס'איז טאקע א מערת קבורה).

 

ס"ה:

1)      די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך דריי יחידים, נישט דורך די עדה, און ניטאמאל דורך אתרא קדישא.

2)      די קלאגע זאגט אז זיי "באקומען באריכטן" אז מען טרעפט פרישע מערות און קיינער היט נישט דערויף. די אנקלעגער האבן נישט קיין שום באווייז אז זייערע "שמועות" האבן האפט.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2010 21:18 לינק ישיר 

מיט אזא בת היענה'דיגן אשכול (איך ווייס נאך נישט פארוואס דאס פארדינט א באזונדערע אשכול, זאל זיין) מאכסטו צו שפאט דיר אליינס מיט אלע אין דיין גאטונג. די נעמסט א תגובה פון חיי שעה און די שניידסט לויט דיין געשמאק און דערנאך מיינסטו ער ער ווערט צונאר.

אין זעלבן אשכול ווי ער האט געשריבן אז די עדה איז אריין אין בג"ץ האט ער אויך געברענגט א לינק צום מקור פון די נייעס און דארט שטייט קלאר אז די 3 אינגעלייט ארבעטן פאר די עדה און אז די עדה באצלאט פאר די לויער'ס

************** די לינק וואס די האסט ארויסגעשניטן ************* http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=21207 *****


גייט מיר גאנץ ווייניג אן ווי די עדה איז יא און ווי נישט, נישט אז איך האלט נישט מיט נאר ס'איז מיר נישט משנה. וואס מיר באדערט דא איז זייער פשוט. אלס א ליינער אין דעם פורום בין איך פערזענליך באליידיגט פון דעם וואס די רעדסט זיך איין אז די ליינער דא זענען בהמות און די קענסט זיי פיטערן שטרוי.

דאס איז שוין חוץ די שטותים וואס די פארקויפסט וועגן די מערה וואס מען האט געטראפן, די ברענגט נאר די קעפל פונם קלאגע און די פארדרייסט א קאפ. אינם קלאגע שטייט קלאר אז די טענות זענען אויף וואס מ'האט שוין געגראבן און אויך פאדערן זיי אז די באלדאזערס זאלן נישט קענען גראבן אויך דארט ווי מען האט שוין ארויסגענומען די ביינער.

תוקן על ידי נפל ב- 05/11/2010 21:21:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 21:27 לינק ישיר 

אהא, הייסט אז די קראנטקייט פון די נייעס קומט פון די לינק צו "בחדרי חרדים".

איז דיר אפשר נישט בייגעפאלן צו קוקן אויף די פאפירן וואס ווערן אראפגעברענגט – "טאקע דארט אינעם לינק", ווי איידער צו בויען אויף די "קראנטע" נייעס איבער ווער עס באצאלט דעם לויער?...


אגב, די ליינער אין ענקער פארום זענען פערענליך באליידיגט פון די נייע אשכול וועלכע גיט דאסמאל די קרעדיט פונעם קלאגע פאר: ר' משה דוד נידערמאן (לאכט נישט, קוקט אריין דארט)...

זענען די ליינער אזאנע בהמות (כלשונך), אז מען קען זיי פיטערן אין איין טאג מיט צוויי ספין'ס וועלכע שטימען איבערהויפט נישט איינע מיט די צווייטע?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2010 21:31 לינק ישיר 

נפל האט מוסיף געווען אויף זיין תגובה, וועל מיר דא מוסיף זיין אויף די הוספה:

נפל כתב:

דאס איז שוין חוץ די שטותים וואס די פארקויפסט וועגן די מערה וואס מען האט געטראפן, די ברענגט נאר די קעפל פונם קלאגע און די פארדרייסט א קאפ. אינם קלאגע שטייט קלאר אז די טענות זענען אויף וואס מ'האט שוין געגראבן און אויך פאדערן זיי אז די באלדאזערס זאלן נישט קענען גראבן אויך דארט ווי מען האט שוין ארויסגענומען די ביינער.

תוקן על ידי נפל ב- 05/11/2010 21:21:47

 

אקוראט דאס האב איך געזאגט. מען "האט" [אמאל] געגראבן.



תוקן על ידי FiveBoro ב- 05/11/2010 21:43:39




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2010 22:53 לינק ישיר 
אפדעיט:

היינט איז געקומען גאר שלעכטע נייעס אינעם הינזיכט פון ווייטער אפהאלטן די חילולי קברים אין יאפו.

נאכדעם וואס די אונטערנעמער פונעם פראיעקט האבן (נאך לאנגע באמיאונגען) באוויליגט נישט צו גראבן נאר לויט די הוראות פון א משגיח, וועלכע איז טאקע געווען דארט יעדן טאג, און ווי איך האב באריכטעט האט מען פאריגע וואך געטראפן א מערה און דאס איבערגעהיפט, אויפן באפעל פונעם משגיח.

היינט האט דער אנפירער דארט אנגערופן הרב אהרעלע יאקטער, און ער זאגט אזוי: ווי דו זעהסט גייען די פראטעסטן קעגן אונז ווייטער אן, און יעדע פאר טאג קומען אינגעליייט שטערן די ארבעט, טראץ וואס די קברים ווערן אפגעהיטן.

דאס האבן מיר שוין געהערט פון דיר, אז מיט די סיקריקים קענסטו דיך נישט אן עצה געבן, און אויף דעם האמיר פארקוקט.

יעצט אבער האבן די משוגעים אריינגעגעבן א קלאגע אין בג"ץ. מיר גייען ענטפערן אויף אלעם, און די שאנדע פון די חברה וועט ארויסקומען. אבער דאס קאסט אונז עקסטערע כח און געלט, און מיר קענען אזוי נישט ארבעטן מיט ענק.

דעריבער זאגט ער: יעצט אז עטס זענטס אריין אין בג"ץ, וועט זיך אלעס ווענדן אין בג"ץ. אויב וועט דער בג"ץ אונז אפשטעלן – וואס אונזערע לויערס זאגן אז ס'איז א פראצענט פון איינס אין א מיליאן – איז פארפאלן פאר אונז, אויב אבער וועלן מיר געווינען, קומען די ארכילאגן דא אריין, און אלע קברים גייען ארויס פון דא.

ער איז שנעל אריבערגעפארן צו זייער אפיס, און פרובירט צו שתדלען אויפן בעסטן, און מסביר געווען אז עס איז א שאד זיך צו צוקריגן מיט גאנץ כלל ישראל, בלויז צוליב עטליכע משוגעים. נאך אפאר שעה איז געבליבן אזויפיל: אויב וועט אהרעלע קענען צושטעלן א רב, וועלכע זאל קומען מיט משגיחים קוקן צו די פארבליבענע קברים זענען גויים אדער אידן, און אויב עס איז גויים "וועט ער ארויסקומען מיט א פסק דין" און ארויסזאגן אז אלעס איז אויף זיין אחריות, דעמאלס גייען מיר איין צו ארבעטן ווייטער צוזאמען.

אצינד (ביינאכט אין אר"י) איז שוין הרב אהרעלע געווען ביי עטליכע גרויסע רבנים, אבער ווי עס זעהט אויס וועט זיין נישט גוטע נייעס, צוליב וואס ליידער ליידער איז די מצב אזוי, צו איר גלייבט צו נישט, אז יעדער רב האט מורא זיך אנצוהייבן מיט די טעראריסטישע מאפיא גרופע פון אתרא קדישא\סיקריקים. דאס איז דער ווייטאגליכער פאקט, און די ווייטערדיגע הצלת ביה"ח וועט היבש מעגליך צוטרייסלט ווערן צוליב 2 סיבות: 1) ווייל די משוגעים זענען אריין אין [טמאנעם] בג"ץ [בית מינים], 2) ווייל אלע רבנים ציטערן ליידער פון די טעראריסטן.

הרב אהרעלע, וועלכע איז א פארנומענע מענטש וואס פירט א קאנסטראקשן ביזנעס, אבער רייסט זיך אוועק זיינע מינוטין און שעהן, טעג און נעכט, להצלת קברי ישראל, האט זיך אויך גענומען די מיה, און ארומגעגאנגען צו די "הנהלה" פון די עדה החרדית, ער איז שוין היינט געווען ביי רוב פון זיי (ביי יעדן עקסטער פריוואט), און זיי אויפגעוויזן וואסערע חורבן דער תביעה אין בג"ץ מאכט דא אן, און געבעטן אז היות עס גייט ארום אין די גאס אז די "עדה" זענען די קלעגער, זאלן זיי זעהן וואס זיי קענען טוהן דאס אפצושטעלן.

אלע ווי איינער האבן געענטפערט, אז די קלאגע האט מיט די עדה חלילה גארנישט, עס איז קיינמאל נישט געווען אין די עדה אפילו א דיון דערוועגן, און מאידך גיסא האבן אלע געזאגט אז זיי קענען גארנישט טאהן דאס אפצושטעלן, ווייל אפילו אויף אתרא קדישא האט די עדה נישט קיין ווארט, כ"ש ווען דאס איז געטוהן געווארן דורך אפאר יחידים, וואס אויף די סיקריקים האבן זיי נישט קיין שום ווארט אדער השפעה.

עס איז א ווייטאג ווי מיר האלטן אויף דער וועלט, עבדים משלו בנו. און דער פרייז וועט ווידעראמאל זיין: חילול קברים.

יא, ליידער ליידער, איז דאס א גרויסע געווינס פאר אתרא קדישא! "ב"ה! ס'איז געלונגען! זיי ווילן שוין יא ווייטער גראבן קברים!".

השם ירחם על עמו ישראל.

איך וועל פרובירן איבערצוגעבן די ווייטערדיגע פרטים, וויאזוי די מצב וועט זיך דרייען.

 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2010 23:31 לינק ישיר 
מאסיווער אפדעיט:

הר"ר שמואל חיים פאפנהיים, מהנהלת העדה החרדית, איז ארויסגעקומען מיט א שארפע אפשיי פון די אנקלעגער אין בג"ץ, קלארשטעלנדיג אז די עדה האט דאס קיינמאל חלילה נישט מתיר געווען!

"הגאב"ד לא התיר לפנות לערכאות; הפרסום זדוני"

נתבקשתי להודיע באופן רשמי מטעם ´העדה החרדית´, אין ולא הייתה שום היתר לפנות לבג"צ

========

חיי שעה, נפל, הנכם מזומנים.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2010 23:52 לינק ישיר 

זעהט אויס אז משה דוד נידערמאן פארטערערט די עדה אויך.... (וואס נישט חוץ די 11% פין וויליאמסבורג...)
נו, כלל ישראל ווייסט נאכנישט דערפון
אבער נפל אין חי' שעה וואס ווייסען אלעס וואס איז נשיט געווען אין גייט זיין ווייסען יא דערפון.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 00:28 לינק ישיר 

אויף "קול הציבור" איז דא א שארפע מעלדונג בשם די ראשי העדה החרדית, אז קיין איינער פון די הנהלת אדער רבני העדה האבן חלילה נישט קיין טייל אין די פני' לבג"ץ, וועלכע קומט פון מענטשן וועלכע האבן נישט קיין שום אויטאריטעט, און די הנהלה האט זיך אויסגעדרוקט אז זיי זענען אויפגעשוידערט פון די קלאגע, זאגנדיג אז אין די לעצטע צענדליגער יארן איז שוין געווען צענדליגער מאל ווען מען האט געקענט גיין אין בג"ץ, אבער ס'איז קיינעם נישט בייגעפאלן מכיר צו זיין אינעם טמאנעם בג"ץ חלילה!

צו דעם לייגט ער צו אין זייער נאמען: "די עדה האט זיך קיינמאל נישט באטייליגט אין אזא שריט פון הכרה במדינה הציונוצ, נישט מיטן אריינגיין אין כנסת המינים, און נישט מיטן זיך פונה זיין צום בג"ץ הציוני".

(פאר ווער עס ווייסט נישט: הגר"ד שמידל איז אריין אין כנסת עטליכע יאר צוריק).

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 01:10 לינק ישיר 

אין וואס טוט מען
מען פארקויפט פאר די קעלבער
אז ר' שמואל חיים האט גארנישט מיט די עדה ניטעמאל איז ער אין די הנהלה
נאר נידערמאן ער דאך די עדה אליין'ס.....

וואס טוט מען נישט פאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 01:34 לינק ישיר 

די תשובות זענען דאסמאל געקומען אין די מאסן, אבער אלע דורך בלויז איין איינציגן בעל מחדש, חיי שעה הידוע באמיתת דבריו, ווי פאלגענד:

1)      פאפנהיים האט גארנישט מיט די עדה.

2)      "ככר השבת" באקומט טיטל "שבתדיגע ברויט".

3)      ככר השבת איז "אויסגערופן" מיט אירע ליגנטס.

4)      די עדה איז שוין צענדליגער מאל אריין אין בג"ץ. (עפ"ל).

 

והתשובות כדלהלן:

1)      איך האב שוין מקדים געווען פאריגע וואך אז חיי שעה האט אויפגענומען א נייע הנהלת העדה.

2)      ווער גיט נאר טיטלען? יא, כדערמאן זיך, רבי יונה. (דיין פארלוירנקייט מעג ווען זיין אביסל איינגעהאלטן).

3)      ככר השבת איז א סייט ווי אלע סייט'ס, וועלכע זענען אומ-פונקטליך, אבער וועלן נישט עפענען א גאנצע מעשה שלא היה, בפרט אויפן נאמען פון א מענטש, און בפרט ווען זיי פארדינען דערפון גארנישט. יא, געוואלדיג, ער האט געטראפן אז זיי האבן געשריבן מהר"א אנשטאט מהרז"ל... מוראדיג מוראדיג, מרפסין איגרא.

ככר איז א שטארק אויפגעכאפטע סייט, זיי האבן מיט די סאטמארע אישו'ס גארנישט, און מיט אתרא קדישא נאך ווייניגער. זיי שרייבן נאך א שמועס וואס זיי האבן געהאט, און ווי געזאגט איז דא נאך נייעס סטאנציעס וועלכע זאגן די זעלבע.

4)      די קעלבער פארלאנגען אז דו זאלסט זיך נאכפרעגן פארן ארויסגעבן אזא אומ-באלימפערטע סטעיטמענט.

יא, מען האט זיי שוין אסאך מאל גערופן אין בג"ץ, און זיי האבן געענטפערט. אבער אריין אין בג"ץ? אפשר קענען מיר זעהן א קאפי? אזויפיהל זענען די קעלבער ווערד! וואלטסט זיך געמעגט מטריח זיין פאר זיי. יישר כח.

(איך רייב מיר די אויגן ווי ווייט מען קען אנקומען מיטן זיך איינרעדן אז מ'איז א געלונגענע לץ, און אזוי פירט מען אריין א גאנצע עדה אידן אין פארוואגלניש).

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 07:23 לינק ישיר 

אצינד איז ערשינען א פרישע טענה: אין העדה איז א יאר צוריק געווען א קעסטל וואס זאגט אז קיינער [אן קיין נאמען] קען נישט רעדן אין זייער נאמען, נישט אויף די אינטערנעט און נישט אויף די קווים.

איז אזוי, דאס פארשטייט יעדער אלס א דבר פשוט, אז די עדה החרדית אויב ווילן זיי עפעס מודיע זיין, גייט דאס נישט דורך קיין משלחת'ן צו קיין סייט'ס וכדו'.

דא אבער האט זיך געהאנדלט פון א ענין פון הוצאות שם רע, ווען די אינטערנעט סייטס און קווים האבן אנגעלייגט, מיטן באשטעטיגונג פון יואליש קרויס, (איינער פון די וועלכע די עדה זאגט אז ער קען נישט רעדן אין זייער נאמען...) אז "די עדה" האט בלית ברירה אריינגעגעבן די קלאגע אין בג"ץ.

אין אזא פאל, פארשטייט יעדער אז די וועג מודיע צו זיין אז דאס איז נישט ריכטיג, איז דורכן זעלבן מהלך. מען איז מודיע פאר אלע ווארטזאגער, און די מנהלים פון עדה גיבן איבער מפה לאוזן: חלילה לנו מעשות כן.

אלזא, שטיי איך און איך וואונדער זיך, שטייט דא א ניק, וועלכע האט געברענגט א "קראנטע" באריכט אז די "עדה" איז אריין אין בג"ץ. פון וואו שטאמט דאס? ווייל די אינטערנעט סייטס האבן אליינס געשריבן אז די עדה באצאלט די לויער'ס.

פלוצלינג ווען די סייטס הייבן אן נאכצוזאגן פארקערטע סטעיטמענטס, ווערן אלע צוערשט אומבאגלייבט [באקאנטע ליגענער...], און דערנאך איז שוין דא א הודעה פון עדה א יאר צוריק אז קיינער קען נישט רעדן אין זייער נאמען.

נו, הדרא קושיא לדוכתא: ווער האט אייך געהייסן חלומ'ען אז דער קלאגע האט חלילה שייכות מיטן עדה???

 

(אגב, נפל, איך ווארט אויף א תשובה, וויאזוי עס קען זיין אז פון איין זייט האט דאס די עדה אריינגעגעבן, און פון די צווייטע זיט שרייט מ"ד ניערמאן אז "ער" האט דאס אריינגעגעבן, און ער באצאלט עס. האיך יתקיימו שניהם?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 17:00 לינק ישיר 


'העדה החרדית' נבהלה: לא קשורים לעתירה לבג"ץ
החשיפה אודות העתירה שהוגשה לבג"ץ על-ידי אנשי 'העדה החרדית', בדרישה לעצור העבודות בבית הקברות ביפו, הביכה את 'העדה' • שוקלים: פירסום מודעות הכחשה
יקי אדמקר, בחדרי חרדים 01:08 08/11/2010
מבוכה. קברניטי 'העדה החרדית'   
 
שלח לחבר
5

חשיפת אתר 'בחדרי חרדים' וקו הנייעס 'קול הציבור' אודות העתירה שהוגשה לבג"ץ על-ידי אנשי 'העדה החרדית', בדרישה למתן צו לעצירת העבודות במתחם בית הקברות ביפו, הביכה את ראשי ועסקני 'העדה החרדית'.

'העדה החרדית' עתרה לבג"צ: לעצור הבנייה ביפו • חשיפה

מאז יום חמישי בערב, עת נחשפה העתירה המלאה לראשונה ב'בחדרי חרדים', מוצאים עצמם עסקני 'העדה החרדית' תחת מתקפת שאלות: תומכים ותורמים המתגוררים בחו"ל דורשים הבהרות - כיצד פונה 'העדה החרדית' לבג"ץ - בית המשפט העליון של השלטון הציוני.

וכך, בניסיון להרגיע את הרוחות ולהוריד את הסיפור מהכותרות, זומן אתמול לבירור ב'עדה החרדית', יוסף לייב יאקאב, המשתייך למערכת הנייעס של 'קול הציבור', כדי שיפרסם הכחשה לפיה לא 'העדה החרדית' עומדת מאחורי העתירה באופן רשמי.

ב'עדה' מנסים למצוא דרך להתנער מהפרסומים, בטענה כי מגישי העתירה, הקושרים עצמם בשמה של 'העדה' - כלל אינם קשורים אל 'העדה החרדית'.

אמש, בשעות הערב, התקיימו דיונים קדחתניים, שככל הנראה יימשכו גם היום (ב) - כשהשאלה העומדת על הפרק היא: האם לפרסם מודעות ברחבי ירושלים, בהם ייכתב כי 'העדה החרדית' מתנערת מהעתירה, וכי אינה קשורה לפרסומים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 18:31 לינק ישיר 
מאנטאג ויצא

לידיעה:

פאר די וועלכע פרעגן ווער עס זענען די מענטשן פון עדה וועלכע האבן מודיע געווען איבערן שארפן אפטרייסלונג פונעם בג"ץ קלאגע:

1)      ווי נעכטן געזאגט איז ר' שמואל חיים פאפנהיים געווען די ערשטע צו מעלדן די מודעה אויף ככר השבת. נעכטן נאכט, ווען דארט איז שוין געווען טאג, בין איך נאכגעגאנגען פון וואו ער נעמט דאס און בשם וועמען ער רעדט, מיינס א ידיד פון אר"י האט אנגערופן אים אליינס אנפרעגן, האט ער געזאגט אז ער האט באקומען א קלארע באפעהל פון הרב יענקל ראטה הי"ו, דער מזכיר העדה, צו גיין איבערגעבן פאר אלע וועלכע האבן געמאלדן איבערן תביעה אין נאמען פון די עדה, אז די עדה טוט זיך שארף אפשאקלען דערפון, און קיין איינער פון די רבני העדה האבן דאס חלילה נישט מתיר געווען.

2)      ר' יוסף לייב יאקאב – ווי אלע היימישע אידן – זוכן צו שטיין ווייט פון א קריגעריי מיט די סיקריקים, וואס דאס קען קאסטן דאס לעבן. דעריבער מעלדט ער אלעמאל אלעס וואס זיי זאגן און וויאזוי זיי פארלאנגען, אריינגערעכנט וואס ער האט געמאלדן איבער די תביעה אין בג"ץ פאריגן פרייטאג, מיטן גאנצן פראכט, און ער האט טאקע בכלליות נאך קיינמאל נישט געמאלדן די אמתע פאקטן, וועלכע ווערן אייגנטליך אין ערגעץ נישט געמאלדן, ווי שוין מסביר געווען עטליכע מאל.

יעצט אבער אז ער האט באקומען אזא באפעל פון ר' שמואל חיים, האט ער באשלאסן אליינס אראפצוגיין אין לשכת הבד"ץ, און אנפרעגן צו דאס איז קראנט.

אנקומענדיג דארט האט ער געטראפן נאך פילע חברי הנהלה פון די עדה, און אלע האבן אים געזאגט אז ער זאל מעלדן "בכל החומר" אז די פעולות ווערן געטאהן דורך פריוואטע אואויטאריזירטע מענטשן וועלכע טוען אייגענע פעולות וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די עדה, טראץ וואס זיי רעדן אין זייער נאמען, און די עדה איז שארף דערקעגן צו אנערקענען אין טמאנעם בג"ץ, א זאך וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט געטוהן, ביי קיין שום מערכה אין די אלע צענדליגער יארן ביז היינט.

 

אצינד זעהט איר שוין אז נישט נאר די "באקאנטע ליגנערישע" (?) ככר השבת מעלדט די נייעס, נאר אויך די "קראנטע פונקטליכע" בחדרי חרדים, וועלכע זענען געווען די העלדישע צו מעלדן איבער דעם אז די עדה באצאלט די לויער... זאגן שוין אליינס אז דאס וואס "בחדרי חרדים און קול הציבור" האבן געמאלדן אז די עדה האט אריינגעגעבן די קלאגע האט אויפגעשטורעמט די בי"ד.

 וואס מיינט איר? חיי שעה וועט פארלירן זיינע חיי שעה? אוודאי נישט. ער איז שוין דא מיט א רפואה פאר די מכה: אויפן באריכט אין בח"ח ווערט דאך דערמאנט דאס ווארט "קול הציבור", וואס דאס איז דאך ר' יוסף לייב, איז דאך די גאנצע באריכט הבלים (טראץ וואס דאס קומט פון די קראנטע בח"ח)...

דער ציבור פארלאנגט אבער, אז חיי שעה זאל מהיום והלאה בעסער אריינקוקן בעפארן שרייבן: "וואס" זאגן זיי וועגן קול הציבור, און דאן וועט חיי שעה זיין איבערצייגט אז די משמעות איז גאר פארקערט, אז די "ערשטע נישט ריכטיגע" באריכט איז געווען אויף קול הציבור, און טאקע דאס ווערט פארדאמט דורך די עדה, און אזוי ארום האפט דער ציבור אז חיי שעה וועט אפירקומען מיט בעסערע חיי-שעה-ספין'ס, און די זאלונים וועלן אפאטעמען רואיג.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 18:40 לינק ישיר 
שטורמישע פראטעסט דורך אתרא קדישא נעטן נאכט!

איר וועט אוודאי מיינען אז איר חלומ'ט, אבער אויף דאס וואס איך וועל דא פארציילן וועלן אייך עדות זאגן אלע אידן פון בית שמש:

נעכטן האבן די סיקריקים פון אתרא קדישא אפגעהאלטן א "פראטעסט" אין בית שמש, פארנט פונעם שטוב פון ר' שמואל חיים פאפנהיים הי"ו !!!

די פראטעסט איז געווען אויסצודרוקן א שארפע מחאה פארן גיין אקעגן דעם ווינט, און ברעכן די אייז זיך צו טרויען איבערצוגעבן מעסעדשעס וועלכע זענען קעגן די אינטערעסן פון די טעראריסטן!

די נייעס קען דינען ווי א קליין-שטיקל דוגמה מקצת מן המקצת, צו קענען באגרייפן פון וואסערע סארט חברה מען רעדט דא, און פארוואס אלעס ציטערט צו זאגן דעם אמת, און פארוואס ווען מען רעדט פון דאס ווארט "קברים" לויפן אלע רבנים אוועק כמטחוי קשת פון אריינצורעדן א ווארט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 19:41 לינק ישיר 

די זאלי'ס האבען געפנט זייער א שמיציגע מערכה קעגן ר' שמואל חיים פאפענהיים פערזענליך
פאר'ן האבען די חוצפה צו זאגען די אמת וויפיל די בי''ד האט מיט די קלאגע
עס שטעלט זיך ארויס צו וויפילטן מאל

קודם איז בחרדי חרדים געווען  ''קראנט'' ווען זיי האבען געשריבן אז די עדה שטייט אינטער דעם, נאר כיכר השבת איז געווען די בלאפער (והא ראי' ס'איז אריינגעפאלען א טעות אין א באריכט פין א נייעס) -
אין ווען בחדרי איז מברר אז מ'האט געמאכט פין זיי דאס גענאר, זענען זיי פליצלונג שקרנים

די זעלבע איז מיט ר' יוסף לייב יאקאב קודם איז ר' יוסף לייב אויך געווען ''קראנט'' (קוקט דא

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=3&topic_id=2840131&forum_id=16386) אין היינט ווען ער זאגט אנדערש ווי זיי, ווערט ער א שקרן
די זעלבע איז מיט די קו הציבור אא''וו

נאר
פין די מערכה וואס זיי פירן קעגן ר' שמואל חיים קען מען זעהן ווער זיי זענען אין פארוואס יעדער רב וויל מיט זיי נישט אנהייבן

תוקן על ידי rebyankel ב- 08/11/2010 19:46:03




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז די עדה החרדית אריין אין בג"ץ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext