בית פורומים כל העולם כולו

זאלי'ס ווילן פארען כ''א כסליו מיט פייער לעשער טראקס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2010 01:05 לינק ישיר 
זאלי'ס ווילן פארען כ''א כסליו מיט פייער לעשער טראקס

באקומען אין תיבה אישית

די זאלי'ס וועלכע זענען ב''ה נישט מסיח דעת פין די ארונים פאר קיין מיניט
זענען ב''ה לעצטנס זייער צולאזט זייט זייער לעצטיגע געווינסען
אנגעהויבן פין די געהויבענע סטעיזש הקפות
אין די הערליכע סוכה אויף ווילסאן,
נאכפאלגענדיג די מאסען חתונות אין די שארמאשע זאל
ספעציעל מיט די אפוועזנהייט פין די משפחה אין זיידעס,
אין די אפשטעל פין די בוי ארבעט אויף די סאוט 8 שול ציליב..,
די העכרונג אין אמט פין ''זייער פריינט'' וויטא לאפעז,
אין די נצחונות אין די קרית יואלע אין ברוקלינער וואלען, כו'
(כ'קען נישט זייער פארום אויסעווייניג, סארי, פרעגט די בחורים אין קווינס פאר די איבריגע)

האבען אבער יעצט איין פראבלעם ציליב זייער סוקסעס די לעצטע יארען פין כ''א כסליו
וואס האט געצווינגן צו שפארען בענקלעך אין דינגען מער אין מער סטעיזשעס - א שטייגער ווי די הקפות
האט מען פאריאר פראבירט צו מאכען א שטיקל התחדשות צו דינגען א פלאץ 'אינדרויסן' פין געגנט זיך איינרעדנדיג אז דא ליגט די הצלחה פין די ארוינים'ס דינער....
למעשה איז אבער געבליבן אלעס ביים אלטען
אין היי יאר ווען מ'האט געוואלטל ציריקגיין אין די נייע שול האט מען זיך אנגעשטויסן אין די פראבלעם נעמליך 'ס'האט דאך וויעלעישאן'ס פין די 'ספרינקלער סיסטעם'.....
בלית ברירה וועט מען מוזען גיין נאכמאל אין די זעלבע פלאץ ווי פאריאר
אין פאר די קעלבער וועט מען זאגען אז 'מוועט אריינעמען אלע זאלען פין דעם בילדינג'
(אפי' ס'עקזיסטירט נישט דארט נאך זאלען)
איין פראבלעם איז נאר דא, אז וויבאלד די ארונים גייען מאכען זייער דינער אין א ריזיגער פלאץ לעבן וואסער אין זיי וועלן פארן מיט שיפן וועלן דאך די תינוקת אויסגיין פאר קנאה
דערפאר וועט מען איינשפאנען חי' שעה צו בארויגען די קעלבער אז די ארונים זענען בעיבי'ס,
זייער דינער איז אויסגעשפילט אין ווערט ליידיגער פין יאר צו יאר וועגן דעם דינגען זיי א נייע זאל ווייט פין די געגענט וכו',

למעשה קוקט נישט אויס ווי דער עולם נעמט עס אן, אין דער עולם פארלאנגט ערנסטע שריט.
סוי לויטן פלאן ארבעט יעצט נידערמאן צו ברענגן דעם עולם מיט טרעינס אין פייער לעשער צו זייער דינער
די גרעסטע מעלה דערפון - האט הרב נידערמאן מסביר געווען אז מ'קען אויפהייבן די לייטער זייער הועיך אין ס'האט גענוג בליצער'ס וויפיל די רבי גלייכט אין די רבי האלט אז די בילדער וועט בעסער אויסקומען אזוי.

נפל לייקענט דערווייל די באריכט אבער איז אבער מודה אז זיין שוואגער חי' שעה'ס מענזשער וועט געבן מער דעטאלען

כאפטס א שמייכל, קוקט ווי די קעלבער טרייסטן זייער שווענץ






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי'ס ווילן פארען כ''א כסליו מיט פייער לעשער טראקס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext