בית פורומים כל העולם כולו

איז די טעקסאס פלייש הארט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2010 22:25 לינק ישיר 
איז די טעקסאס פלייש הארט?

אזוי טענה'ן די זאליס,

בכלל איך האב קיינמאל געוויסט אז ס'עקזיסטירט אזא מין זאך ווי הארט און ווייעך, איך קויף און עס שוין פלייש פאר לאנגע יארן צו גוטן, ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אז ס'דא הארטע און ווייכע,

איך גלייב אויב ר' אהרן זאל אנהויבן שעכטן אין קאנאדע וועלן זיי זאגן אז ס'צי רינעדיג,

אויב איך דענק גוט, האבן זיי אויף די הינער פון בית השחיטה געזאגט, אז ס'קראנקע שוואכע הינער, דאס פארשטיי איך לגמרי נישט הינער קומט דאך אלעס פון לאקאלע פארמס,




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 23:03 לינק ישיר 

די ווייסט נישט די פארמער אין טשיקאגע זענען אסאך קלוגער פין די טעקסאס פארמערס?
פרעג נאר די זאליס
 
נעבעך

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2010 23:24 לינק ישיר 

חכם איינער, אוודאי וויסטו נישט פון קיין פיינע ווייעכע פלייש, דו קויפסט דאך נאר ביי די אהרונים דע הארטע טעקסעס קיעלע פליישן, גיי אריבער קיין 82 בוטשער קענסטו באקומען פיינע ווייעכע הינטעלע פלייש, קעצעלע פלייש, הארסי פלייש, דאנקי (סייחים) פלייש און אפילו פיינע ווייעכע מאנקי פלייש, אלעס מיטן הכשר פון די לישקע,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2010 23:29 לינק ישיר 

אזווי די מנהל פין די זאלי פארום האט אויסגעמעקט האלב פין מיין תגובה וועל איך עס דא איבערלייגען
כ'האב מיך גערישט אז ער גייט עס אויסמעקן
נאך אלעם שטייט דארט זאכען וואס זיי ארבעטן שוין אזוי שווער צו פראגראמען אין די מוחות אין איינער קומט לייגען ספיקות

וי שוין באריכטעט דא אויפן פורום האבן די אהרוינים אנגעהויבן א נייע אגרעסיווע מהלך פון פארקויפן זייערע שוואכע טעקסעס פלייש.
אמת'דיג? די האסט עס געזעהן באריכטעד? ווי אין זאלי פארום? אדער אין דער איד?

זייער פראבלעם גייט אסאך ווייטער ווי דאס אז חוץ אהרוינים וויל קיינער נישט עסן פון א שחיטה וואס איז געגרינדעט פאר פאליטישע אינטערעסע.
כ'האב געוויסט די ארונים פארשטייען צו פאליטיק
א שאד די  זאליס פארשטייען נישט ווען יא וואלטן זיי שוין געהאט 10 בית השחיטות

 עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז הונדערטער אהרוינים רירן נישט אן די אייגענע טעקסעס פלייש צוליב דעם וואס עס איז זייער הארט און טריקן,
יעצט רעדטסטו שוין צו די זאך,
מן הסתם ניצטו די פלייש, צו וויסען אז ס'איז הארט אין טרוקן...
נאר ציליב עפעס מאדנע סיבות איז דא א מאנגעל אין טעקסאס פלייש
(גיי אריין צו עני סאטמערע בושטער זיך צו איבערצייגען ספעציעל פאר די יו''ט)

די פארמער אין טעקסעס זענען מגדל די בהמות אויף א אנדערע סיסטעם ווי אין שעקאגאוי און דאס דערקענט זיך שטארק אויף די קוואליטעיט פון די פלייש.
אה, ס'קומט מיט א הסבר,
מן הסתם זענען די פארמער פין טשיקאגוי קליגער פין די טעקסאס פארמערס
אין די ארונים מוזן נעבעך נעמען פין נערישע פארמערס..

קעטערערס און רעסטאראנטן ווילן דאס נישט אנקוקן
והא ראי' מיעל מארט וויל נישט געבן טעקסאס פלייש פאר קיין שום דרויסענדע סטאר (חוץ 1 סטאר אין ב''פ וואס איז אים געלונגען)

און הונדערטער אהרוינים קויפן נאך עד היום פלייש אין גראסעריס אנגעהויבן פון רובאשקין און גענדיגט ביי מיעל מארט.
דאס איז אויך געווען באריכטעד אדער דאס באקסטו יעצט?
איך זעה נאר זאליס קויפן פלייש אין גראסערי..

לעצטנס האט מיעל מארט נישט געוואלט באנייען דעם קאנטראקט אין טעקסעס מיט די אהרוינים אויף די אלטע סיסטעם פון באקומען א פראצענט,זיי פאדערן א אפצאל פאר יעדע שעה וואס די אהרוינם ניצן זיין פלענט.
ווי דא באריכטעד.... עקסלוסיוו

 די אהרוינים זענען געווארן זייער אגרעסיוו און פראבירן צו שטיפן ווי מער פלייש און דערמיט איבערצייגן מיעל מארט אז די סעילס הייבן זיך.
א ליגנער מיט א גיטע זכרון, זיי קענען נישט שטופן מער פלייש אפי' זיי ווילן,
אז מיעל מארט וויל קען ער העכערן די פראדוקשען
,

 אלס איינע פון די אגרעסיווע שריט האט די וועד הכשרות פון די אהרוינים אין מאנרא ארויסגעגעבן א געזעץ אז אלע רעסטאראנטן אין ק"י וואס געפינען זיך אינטער זייער השגחה
פארגעסן צוצלייגען: ווי  בארכיטעד
אינטערסאנט איך געדענק נאך ווען התאחדות האט פארלאנגט פין זייערע  זאלען אז זיי מעגן נאר נוצן התאחדות פלייש, אין ווען נישט אז געוויסע קעיטררס האבען געזאגט אז זיי גייען נעמען אנדערע הכשרים וואלטען זיי עס אינפארסירט
אין ביי אנדערע פראדוקטען פארלאנגען זיי עס פארשטענדליך עד היום הזה
פינקט ווי יעדע בעל מכשיר פארלאנגט
ספעציעל ווען אויף די מיעל מארט פלייש איז דא אזוויפיל עוררים, צווישען די דיינים אין רבנים, ווי הרב לאנדא פין ב''ב, הרב לייכטאג פין סאטמאר כו'

 (זיי האבן נאר רעסטאראנטן אין ק"י, אין אנדערע שטעט ווייסט מען בכלל נישט אז אזא וועד הכשרות עגזעסטירט, בערך אזוי ווי די טאהש'ע וועד הכשרות)
ווייל די זאלי וועד הכשרות האט אינטער זיך..... איין גאנצע אפעטייזונג סטאר
וואס ער האט געמוזט נעמען נאך א הכשר פין מישקאלץ פאר די המון עם
זעהט אויס אז טאהש איז שוין שטערקער ווי ענקער וועד הכשרות


מעגן פארקויפן אויסדריקליך נאר טעקסעס פלייש! די תוצאות האבן זיך אנגעהויבן תיכף דערקענען ווען די פאפיולערסטע רעסטאראנט
פאפולער איז נישט די ווארט, האט איר אמאל געזעהן די לאנגע ליינס ביי קאשער גרילל
באלד ווי די קוויטלעך ליין'ס ביי ר' זלמן לייב יעדע נאכט

אין קרית יואל האט פארשטאנען אז מיטן ניצן דווקא טעקסעס פלייש קען נער פארמאכן זיין געשעפט
א מין טעראר...

האט ער ארפאגעווארפן די השגחה פון די אהרוינים נישט וועלנדיג זיין געבינדן צו נאר אהרוינישע טעקסעס פלייש האט איינגעמאלדן פאר ר' ברוך טייטלבוים דער אהרוינישער בעל מכשיר אז ער ברויך נישט זיין השגחה ווייל ער האט זיך איינגעהאנדלט די השגחה פון קהל יטב לב וואס שטייט אינטרן בד"ץ קיט"ל בראשות כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א ביי וועלכע כשרות איז די איינציגסטע אינטערעסע אן ביזנעס חשבונות.
ווי דער דיין שליט''א איז נאך די לעצטע צענדליגע יארן ''קיין איין מאל נישט געווען אין קיין שום פלענט פין מיעל מארט'' אין זיין זון גיבט נאר די הכשר ממליחה ואילך....
ספעציעל ווען די גאנצע השגחה בראשות הגאון ר' שלום דייטש האט גארניש מיט פאליטיק...

 פארשטייט זיך אז די אהרוינים וועלן אלס כעס אנהייבן א פרישע מערכה און שמוץ קאמפיין (אזוי ווי נאר זיי קענען) קעגן דעם בעל הבית און קעגן חסידי סאטמאר בכלל.

פארשטייט זיך, עס וועט פארשטייט זיך אויך זיין ''באריכטעד''


_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2010 23:37 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
אזוי טענה'ן די זאליס,

בכלל איך האב קיינמאל געוויסט אז ס'עקזיסטירט אזא מין זאך ווי הארט און ווייעך, איך קויף און עס שוין פלייש פאר לאנגע יארן צו גוטן, ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אז ס'דא הארטע און ווייכע,




יא! עס איז עטוואס א ווייניגער פעטע מער הארטע פלייש, עס איז א פאקט,
עס מאכסט עס אבער נישט ווייניגער מהודר, און עס מאכט נישט די רעגעלע מיעל מארט מער כשר

מיר קויפן טעקסאס אלץ הכשר, נישט ווייל עס איז בעסער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 23:55 לינק ישיר 

מנחם משה רעטעק פין די סאטמאר ב''פ בוטשער האט געזאגט אז פאר סוכות האט די שחיטה מונחת גענומען פין א פארעם וואס גרויסע מבינים האבען געזאגט אז זיי פילן א אנדערע טעם אין די פלייש אז ס'איז נישט אזוי רויט אין פעט אין למעשה נעמט מען מער נישט פין יענע פארם, ער האט ציגעגלייגט אז ביי די אנדערע בוטשערס האט מען נישט געהערט קיין קאמפלעינס, וויל מ'דארף זיין א מבין צו באמערקן די נ''מ, אין אויף דעם בויען זיי די גאנצע בנין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 01:56 לינק ישיר 

חברה רואיג, יעדער געגענט זענען די בהמות אנדערש, די לופט, די פעלדער וכו', א יעדער מדינה איז אנדערש, קיען אין איין מדינה געט ארויס פעטערע מילך, און אין א צווייטע מדינה מאגערער די מילך,

אוריגוויי למשל הייסט א שוואכע קוואליטי פלייש,

ין אמעריקא הייסט די אילינאוי נעברעסקע געגענט די בעסטע בהמה פלייש, אבער וואס האט דאס מיט כשרות. איך למשל האב בעסער ליב די פלאנקען פין טעקסאס ווי פין שיקאגו, עס איז סאך פעטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2010 06:42 לינק ישיר 

פארוואס נעמט מען נישט פון אריזאנע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז די טעקסאס פלייש הארט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext