תושבי קרית יואל זייט געווארענט די בארימטע וועד הכשרות אין קרית יואל האט אראפגענומען אין א אפיציעלע מעלדונג די הכשר פין כשר גרילל ציליב פארלעצונגען אין כשרות
_________________
נשלח ב-19/11/2010 00:00
נשלח ב-19/11/2010 00:26
אונעם זעלבן טאג האט נאך די זאלי הכשר מסכים געווען צו געבן א הכשר פאר קאשער גרילל אזא פנים האט זייער הכשר זיי פרייען זיך אז זיי געבן שוין א הכשר אויף די ''צווייטע'' סטאר זינט זיי שטייען
_________________
נשלח ב-19/11/2010 00:44
כ'האב זיך פארגעשטעלט אז די זאליס וועלן באלד ארויפטאנצן אויף די מציאה און אריינכאפן דעם געשעפט, ווייל ביי זיי איז דאך דער יסוד אין כשרות צו זען ווער ס'איז גרייט זיי צו נעמען און וויפיל יענער צאלט.
אבער סתם פאר זייער אינפארמאציע. דא איז נישט געווען הוסרה ההשגחה סתם ווייל יענער האט נישט געוואלט נעמען קר"י פלייש - וואס איז, אגב, א תקנה וואס איז שוין כמעט אזוי אלט ווי די קר"י פלייש זעלבסט - נאר ווייל יענער דעת בעל הבית האט ברוב חכמתו פארשטאנען אז פאר זיין ביזנעס פעלט זיך אויס צו נוצן ביליגערע פלייש, ווי אויך האט ער געוואלט סערווירן די סארט זאליס וואס ווילן נישט קויפן אין דעלי, און דעריבער האט ער זיך געטרויעט צו טוהן אזא שגץ שטיק ווי גיין ארומשפילן מיט זיינע משגיחים, און ער האט פרובירט מיט אלערליי קונצן אריינצוברענגען אנדערע, ביליגערע, פלייש.
ס'איז ממש אומגלויבליך ווי נידריג די זאליס קענען גיין פאר פאליטיק. וויאזוי קענען זיי געטרויען א בעה"ב וואס שפילט ארום מיט'ן בעל מכשיר פאר זיין ביזנעס?! מארגן וועט אים זיין ביליגער צו נוצן ווערעמיגע סעלערי, וואס וועלן זיי דאן טאן?
אבער, מיט אזוינע רבי'ס ווער קען האבן קשיות אויפ'ן תלמיד...
נשלח ב-21/11/2010 17:03
איך בין שאקירט צי הערן ווי אזוי די קרית יואל'ער וועד הכשרות האט זיך אויף געפירט
קודם האבן זיי געזאגט פאר ר' זלמן פעדער אז ער קען ניצן ביידע פליישן בתנאי אז ער לייגט ארויס א א מודעה אין אזוי האט ער געטיען א טאג דעראויף האבן זיי צוריק געצויגן דער איד איז אריין צים רבי'ן אין די רבי האט געזאגט אז ער וועט עס פרעזנדליך אדורך טיען גייט נישט אדורך א שעה איז זיי זאגן אים אז האבן מיטן רבי'ן גארנישט אין זיי האבן ארויס געלייגט א הוסרה מודעה מיט א כשרות פארלעצנוג גאר.
איך מיין ס'איז צייט אריין צי זעצן דארט נארמאלע מענטשן מיט דעת תורה אין דעת אונשי אין נישט סתם אפאר אנעיפלמיט יודען.
נשלח ב-21/11/2010 19:46
כ'האב מיך געישוב'ט צי איך זאל עפעס זאגן צי נישט, אבער באשלאסן אז ווען אן אנעמפלאיד מענטש (סארי, א 'נארמאלער דעת תורה') קומט אראפרייסן די געטרייע חברי ועד הכשרות, כמעט אלע פון זיי תלמידי חכמים מופלגים ויראי השם מרבים, סתם ווייל ער האט לכאורה עפעס א פערזענליכע אינטערעסע דא איז עס מחויב אפגעענטפערט צו ווערן - טראץ וואס איך בין נישט קיינעמ'ס ווארטזאגער, בין איך אבער פערצופאל גוט באקאנט מיט די פרשה, מאיזה סיבה.
מחמת סיבות שונות וויל איך נישט אריינגיין צופיל אין די דעטאלן. אזויפיל נאר יא אז ער האט פון רבי'ן באקומען דעם היתר א יאר צוריק צו לייגן א צעטל אז ער נוצט אנדערע פלייש בתנאי כפול אז נאר די פליישן וואס איז נישטא צו באקומען אין טעקסאס וועט ער נעמען אנדערע. למעשה האט ער עס אויסגענוצט שלא כדת, ואכ"מ להאריך בזה.
לעצטנס האט טעקסאס פארברייטערט זייער שחיטה און אנגעהויבן צושטעלן אויך די סארט פליישן, האט מען אים געזאגט קלאר אז יעצט איז שוין דא אלעס צו באקומען פון טעקסאס, ווי אויך וויבאלד ס'איז איתרע חזקתי' מוז ער גענצליך אויפהערן צו נוצן אנדערע פלייש און נוצן אויסשליסליך נאר קר"י פלייש.
דער איד האט זיך גענומען טענה'ן אהין און צוריק. דער יסוד פון זיינע טענות איז געווען פראסט און פשוט אז יענע פלייש איז ביליגער, ווי אויך וויל ער געפעלן פאר די זאלי קאסטומערס. די טענה'ריי איז אנגעגאנגען אזוי קנאפע פינף וואכן. דער איד איז טאקע עטליכע מאל אריין צום רבי'ן אינצווישן אבער דער רבי האט אים קיינמאל גארנישט געזאגט. ועל כולם, דער ועד הכשרות האט קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך אז זיי האבן מיט'ן רבי'ן גארנישט.
איך פארשטיי הייסט עס אז רעביאנקל האט גערעדט פון די וואס האבן "נאר" די זאליס.
מעג איך אפשר וויסן ווער עס איז דער ערשטער?
נשלח ב-23/11/2010 22:08
ביזט גערעכט תיקון טעות די קאשער גרילל איז די איינציגסטע סטאר וואס האט די הכשר בלויז פין זאליס אלע אנדערע געשעפטן ניצן עס נאר פאר פראפאגאנדע אין האבען אויך א אנדערע הכשר אפי' די איינציגע סטאר אין וומ''ס וואס האט זייער הכשר האט עס אויך בלויז פאר היידפארק אין למעשה האלטן זיי אויף א געהעריגע בעל מכשיר
נשלח ב-24/11/2010 00:02
איך האב געוואלט מעורר זיין אן ענין,
נעכטן נאכט האב איך פערצופאל דורעכגייענדיג קוישער גרילל באמערקט א גרויסע עולם בחורים פון ישיבה אריינגיין דארט, עס וואלט כדי געוועהן צו מאכן א תקנה אז א בחור האט נישט וואס צו זוכן דארטן, זייענדיג נישט ווייט פון ישיבה איז א גרויס חלק פון זיין קוסטומער בעיס ביז היינט געוועזן אונזערע בחורים ממילא טאמער וועלען די בחורים סטאפן קויפן דארט וועט ער אויסטריקענען, אין בכלל איז א געפערליכע חוצפה אז א בחור וואס לערענט אין רבינ'ס ישיבה זאל עסען א מאכל וואס איז א חשש אינו כשר (מילד גערעדט), נאך דערצו אז ער נעמט א הכשר וואס דער גאנצער עגזיסטענץ איז נאר צו שטעכן רבינו שליט"א, אין לך ביזיון גדול מזה.
תוקן על ידי טראכטן ב- 24/11/2010 00:18:04
נשלח ב-24/11/2010 04:40
די נייע השגחה
נשלח ב-24/11/2010 18:48
WOW קוק די דעיט'ס די זעלבע טאג וואס מ'האט אראפגענומען די השגחה האט זאלי שוין ארויפגעלייגט די גאנצע הכשר איז בערך ווי די השגחה אויף די 82 בוטשער
נשלח ב-25/11/2010 20:40
ב"ה מיינע ווערטער האבן אויפגעטון, די לעצטע פאר טאג איז נישט געוועהן כמעט קיין אנשי שלומינו דארט.