די חתונה בחצרות קדשינו
אויף א הערליכן און התרוממותדיג'ן פארנעם איז נעכטן נאכט געפראוועט געווארן די שיינע חתונה בחצרות קדשינו.
בערך 5:15 זענען די חתן און מחותנים אנגעקומען צו ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט געבענטשט דעם חתן פאר'ן גיין צו די חופה, און דערנאך איז מען אינאיינעם געגאנגען צום מעמד קבלת פנים אין היכל השלחנות.
עס זענען געזינגען געווארן ניגוני התעוררות, און דער בדחן ביים קבלת פנים איז געווען הרב נפתלי משה ווייס הי"ו וועלכער האט מיט ווארימע דיבורים מעורר געווען די זכותים פון די זיידעס קדושי עליון נבג"מ וועלכע קומען אראפ צו די שמחה.
דערנאך האט רבינו האט משמיע געווען דברות קודש – דברי כיבושין לכבוד דעם געהויבענעם זמן ווי מ'שטייט אצינד, ווי בתוך הדברים האט דער רבי שליט"א דערמאנט אז די שמחה איז די ערשטע שמחה ווי די מאמע די רעביצין ע"ה קומט אראפ פון אויבן זיך משתתף זיין ביי די שמחה, דערנאך האט די רבי שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן ומחותנים,
נאכ'ן מעמד קבלת פנים איז דער חתן מיט די זיידע'ס שליט"א געגאנגען צום זאל פון "קרן ויואל משה" ווי עס איז פארגעקומען דער קבלת פנים פאר די כלה, צום באדעקן.
נאך א קורצע צייט איז דער חתן און מחותנים ערשינען אויפן בימה פון די חופה פארנט פון ביהמ"ד הגדול ווי עס איז שוין דאן געווען פארזאמלט א ריזן ציבור.
עדי כתובה זענען געווען הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מהנהלת המוסדות בקרית יואל.
מרן רבינו שליט"א איז געווען דער מסדר קידושין, די עדות זענען געווען הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, און הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהילתינו בארא פארק, מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן דער קאזלעווא'ר רבי שליט"א זיידע פון חתן, מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן דער זיידע סיגעיט'ער רב שליט"א, און מיט ברכה אחריתה הגה"צ דער פאפא-מאנסי רב שליט"א זיידע פון חתן.
עדי יחוד זענען געווען הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו און הרה"ח ר' שמואל זענוויל פאלטשעק הי"ו .
נאך די מעמד החופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכתו הקודש פאר'ן גאנצער קהל, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ.
די סעודה פאר די מענער איז פארגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול ווי די איבערגעגעבענע עסקנים האבן מיט א געניטע געטריישאפט און אויסערגעווענליכע סדר אנגעפירט מיטן אויסטיילן די סעודת החתונה, און פאר די נשים איז די סעודה פארגעקומען אין זאלן פון בית רחל פאראדייס.
אום 8:50 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די סעודת החתונה, ווי דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן, און דאן האט מען געטיילט די פלייש.
בערך 9:30 איז דער חתן ערשינען צו די חתונה.
עס האבן זיך אנגעזעהן ביי די חתונה פארשידענע רבנים שליט"א און חשובע קרובי המשפחה.
אום 11:00 אזייגער פונקטליך האט מען געענדיגט טאנצן, די עסקנים האבן צוגעגרייט דאס ביהמ"ד צום מצוה טאנץ.
מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן הגה"צ דער פארא פארקע'ר רב שליט"א א פעטער מצד הכלה, און מיט 5 ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א ר"י וויזניץ בני ברק שוואגער פון רבי'ן שליט"א, דאן איז הרה"ג ר' אהרן גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא מכובד געווארן מיט א ברכה, און דער פאפא רבי שליט"א פון בארא פארק מיט ברכה אחריתה.
הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו בדחנא דמלכא האט מיט זיינע פער'לדיגע און תוכן'פולע ווערטער אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין של מצוה.
גאהר געהויבן איז געווען דער גייסט אינעם היכל ביהמ"ד הגדול בשעת מרן רבינו שליט"א האט צוגעטרעטן צו די ריקודין של מצוה המיט א הלהבות אש קודש, וועלכער האט אנגעווארמעט די הערצער פון די טויזענטער חסידים וואס האבן געהאט די זכי' צו זיין דערביי.
♦♦♦
מען קען שוין אויסהערן די רעקארדירונג פון די גאנצע חתונה אויף קול סאטמאר
2124449899
#53
♦♦♦
היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס האבן גומל געבענטשט די געסט וועלכע זענען געקומען מעבר לים לרגל די שמחה בחצרות קדשינו.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז הגה"צ סיגעיטער רב שליט"א געקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א.
♦♦♦
ישיבה לצעירים חלק ב' – קרית יואל לערנען שעות רצופות אלס מתנה פאר'ן רבי'ן שליט"א
לכבוד די שמחה במעון קדשו פון רבי'ן שליט"א האבן די תלמידי ישיבה לצעירים – חלק פון הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א געשאנקען דעם רבי'ן שליט"א אלס מתנה 4,253 שעות רצופות! וואס איז געלערנט געווארן אין די וואך פון יום א' וישלח העעל"ט ביז יום א' וישב העעל"ט
♦♦♦