בית פורומים כל העולם כולו

אומשאצבארע רבבות ביי כינוס המשולשת סעודות הודאה כ"א כסליו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/11/2010 20:25 לינק ישיר 
אומשאצבארע רבבות ביי כינוס המשולשת סעודות הודאה כ"א כסליו

אונטערן איינדרוק פונעם ריזיגן כינוס המשולשת, וועלכע האט צוזאמגעברענגט אזויפיל טויזנטער טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער נוי יארק, איז היינט א טאג וואס אנשי שלומינו פרעגן זיך: איז טאקע נישטא איינמאל פאר אלעמאל א לעזונג צו די צענדליגער יארן'דיגער פראבלעים פון מאנגל אין פלאץ און אין סערוויס פארן ריזיגן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר?

די איינדרוק איז אייגטליך הויפזעכטליך מער געיהלט צום אינהאלט פונעם געוואלדיגן מעמד, מיט די פילע קאכעדיגע דרשות, די געהויבענע ריקודין פון אזויפיל רבבות אנשי שלומינו. אבער מען קעין זיך נישט פארהוילן פון בארירן דעם לאנג יעריגן פראבלעם.

ווער עס איז נאר ארויס צו די קארידארן אינמיטן דעם מעמד, האט זיך אנגעשטויסן אין הונדערטער, און טויזנטער(!) וועלכע זענען אנגעקומען צו א פול געפאקטן זאל, און נישט געקענט טרעפן וואו זיך צו פלאצירן, אין דעם ריזיגן ברייטן זאל.

די היץ אין זאל איז געווען עפעס א אומערווארטעטער ערשיינונג, אויף וואס די עסקנים האבן מסתמא ניטאמאל זיך פארגעשטעלט, אז אינמיטן א פראסטיגן נאכט, אין א זאל וועלכע איז ברייט אפן מיט א טויער צום קאלטן גאס, זאל זיך אראפלאזן אזא היץ, אין רעזולטאט פון דעם מענטשליכן מאסן שטראם.

און צו די פראגע האט אן ענטפער, איז אליינס א שאלה.

וואס איז אמאל זיכער, אז דער ענטפער איז פארן עולם נישט בייגעפאלן: פארלאזן דעם זאל...

אין קעגנזאץ צו וואס איך ליין אין א צווייטן פארום אז אין וועסטערן פלאזא האט זיך קע"ה געטוהן א גרויסער שטראם אויף ארויס די גאנצע צייט(...), איז דער סאטמארער ציבור אנדערשט געוואוינט, און דער ציבור קוקט ארויס אויפן הויכפונקט פון יעדן מעמד, וואס דאס איז נישט דער חזן, און נישט דער שפילער, און אויך נישט קיין עמאציאנאלע פארשטעלונגען וכדומה, נאר דאס איז די דברי אלוקים חיים וואס רבינו שליט"א איז משמיע ביי די צענטראלע דברות קודש, באטאנענדיג אלע דברים בעומדים על הפרק, לדעת את המעשה אשר יעשון, און אנצוקומען צו דעם הויכפונקט זענען געזיצן אלפים ורבבות אידן אין די היצן, און פילע שטייענדיג אויף די פוס, צמאים לשמוע את דבר ה'.

אשרינו מה טוב חלקינו.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 01:49 לינק ישיר 

און צום וויפילטן מאל קען איך נישט פארשטיין, פארוואס האלט מען זיך אין איין אונטערשאצן?

איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט אנצוקומען גענוג פרי אין זאל, און איבער א האלבע שעה האב איך געמוזט 'פארברענגען' אין אריינגאנג צימער [וואס מ'וואלט ווען כאטש דארט געדארפט אראפשטעלן בענקלעך צו קענען זיצן). דארט אינדרויסן איז געווען א וואש מאשין. בעיני ראיתי הונדערטער אידן בלי גוזמא וועלכע זענען ארויס אין די זעלבע מינוט וואס זיי זענען אריין, רוב פון זיי האבן נאך אפילו נישט געהאט אויסגעטון די רעזשוואולקע.

אויב די ראשי הקהלה ווילן ווייטער אנהאלטן די צענטראלע מסיבה [וואס ס'קומט אונז הונדערט פראצענט] און סערווירן די טאטעס פון די מוסדות אויף וועמענ'ס געלט זיי קוקן בעיקר ארויס, מוז מען זיך לאזן קאסטן אביסל מער און צושטעלן א מקום רחבת ידים, ווייניגסטנס דאפלט אזוי גרויס ווי ס'איז געווען היי יאר. איך האף אז מ'זאל עס יעצט אוועקלייגן פאר קומענדיגעס יאר, ווייל מ'וועט נישט קענען צופיל מאל אויסשפילן דעם עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 01:50 לינק ישיר 

קיינער האט אויף אזא ציבור בליעה''ר נישט ג'חלומ'ט
די עסקנים האבען נישט ציגעגרייט אפי' נאנט פאר די געברויך פין אזא ציבור
טראץ וואס מ'האט זיך גערישט אויף א גרעסערע עולם היי יאר
ציליב די שבע ברכות בבית רבינו שליט''א אין סיום מס' סוטה
אין לויט נארמאלע שאצונגען וואלט די ריזיגער זאל געדערפט שיין דעקן די פאראויסגעשאצטע באטייליגטע
דאך האט מען זיך באגעגענט מיט אזויפיל אינטערשאצונגען
אנגעהויבן פין די טראספארטעישאן, טראץ וואס מ'האט אנגעשפאנט אלע קרוב צו 30 באסעס פין די מוסדות אין וומ''ס האט מען געדארפט צומאל ווארטן גאר א לאנגע צייט אויף די באס
אפגערעדט אז די שיפן - אויף וואס מ'האט זיך פארלאזט אז ער וועט שטארק לינדערן די פראבלעם האבן אבער נישט געקענט דעקן אזוי גרויסער ציבור בליעה''ר (כ'האף צו ברענגן א קליפ פין די לאנגע רייעס, ביי די שיפן)
נאכדעם אנקומענדיג אין זאל, מ'האט געדארפט זיך פרייען אויב מ'טרעפט נאך א בענקל,
שפעטער האט מען ציגלייגט הינדערעטער צו גאר איבער טויזנט בענק אין בעקלעך ביי אלע 3 זייטן - ביי די דורךגענג וועלכע זענען גלייך צוכאפט געווארען
אפגערעדט די וואס זענען אנגעקומען נאך אביסל שפעטער האבען פשוט נישט געקענט אריינקומען אין זאל
נאכדעם וואס א ריזיגער עולם איז געשטאנען ביי אלע דורכגענג.
נאך א מזל אז מ'האט ציגעשטעלט ספיקערס אינעם דרויסענידער זאל פאר די עסקנים וואס זענען געזיצן ביים שרייבן רעסיט'ס אזוי האט יעדער כאטש געקענט מיטהאלטן די דרשות אין ד''ק אינדרויסן
די ריזיגער זאל וועלכע האט געדארפט צו קענען דעקן א גרעסערע ציבור ווי סיי וועלכע יאר, זייענדיג גרעסער ווי סיי וועלכע זאל מ'האט געניצט אין די לעצטע יארען איז אבער געווען צו קליין
אפגערעדט אז מ'האט היי יאר בכלל נישט ציגעשטעלט קיין פארענטשס פאר די קינדער כדי מ'זאל קענען צושטעלן מער פלאץ פאר בעלי בתים, אין די רעסיט טישלעך אין אלע אנדערע הצטרכות'ן האט מען אויפגעשטעלט אינעם דרויסענדיגע זאל, כדי צו קענען ניצן די גאנצע זאל פארן עולם
אין אז אזא ציבור איז אזוי צאמגעפרעסט, קען זיין אינדרויסן ווי קאלט עס זאל נישט זיין, נאכדערצו לעבן וואסער, אבער די היצן זענען געווען געפערליך.

נאר ווי וואלן האט שוין געשריבן, דער עולם איז געזיצן בדוחק אין זיך אנגעווארעמט מיט די דברות קודש פין רבינו שליט''א, אין אויסגעהערט מיט הנאה די הערליכע דרשות, צווישען אנדערע די ריזיגע סכומים פין די נדבת הציבור.
אשרי עין ראתה כל אלה
דער עולם האט פארשטאנען אין כמעט יעדער איז געווען ציפרידן
די הנהלה אנערקענט שטארק די 'דורךפאל' אין זאגען אז קומענדיע יאר וועט מען האפענטליך קענען לינדערן די אלע פראבלעמן בעזהשי''ת



תוקן על ידי rebyankel ב- 29/11/2010 02:37:23





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 02:00 לינק ישיר 

דער זאל נעכטען איז געווען א מורא'דיגע דורכפאל טויזנטער יודען האבן נישט געהאט ווי צי זיצן נישט געווען געניג עסן אין איך רעד פין 50 60 יעריגע יודען מען איז געזעצן ביי די דורכגענג איבאראל

איך האף אז איבערס יאר וועט מען נעמען א זאל לכה"פ דאפעלט די זייס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 02:11 לינק ישיר 

* width="480" height="385"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/11/2010 02:11 לינק ישיר 

http://www.youtube.com/watch?v=zC6OTqZMTHA



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/11/2010 02:31 לינק ישיר 

עס איז כדי צו באמערן נאך א זאך
ווי שוין געשריבן האט מען היי יאר נישט געברענגט די קינדער כדי ס'זאל זיין מער פלאץ פאר בע''ב
אבער אפי' פאר די בחורים איז נאר געווען ציגעשטעלט איין זייט פין די סטעיזשעס, ווי דארט איז ציגעשטעלט בלויז 'בענק' ביי ביידע זייטן פין די טיש
אבער דאס האט אלס נישט געלעזט די מאנגל אין פלאץ

אבער מ'דארף פארשטיין
מ'קען נישט אין מ'טאר נישט בלעימן די הנהלה
עס האט זיך קיינער נישט גערישט אויף אזא ציבור, אין ווען יא וואלטן זיי זיך געהעריג ציגעשטעלט
זיי קענען ווען גערן באשטיין צופרידען צושטעלן דעם עולם
אז דער עולם איז צופרידן גיבט מען מער געלט
אין זיי באדויערן שטארק די דורכפעלער אין האבען געזאגט אז איבערן יאר וועלן זיי פראבירן אהערצו שטעלן ברייטער בעזשהי''ת
אין די אלע וואס זענען מאיזהו סיבה נישט אנגעקומען צו איבערלאזען די נדבה ציליבן געדרענג אדער אנדערע סיבות וד''ל זאלען מוחל זיין טרעפן די עסקנים וואס גייען ארום אין די בתי מדרשים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 02:45 לינק ישיר 

ס'שוין נישט קיין דשאוק, און איך האב נישט קיין טענות אויף קיינעם, אבער איך האב היינט גערעט מיט א מידל-עידש איד, א גרויסער משלנו, און  ער זאגט מיר אז ער קומט מער נישט צו קיין כ"א כסלו, פינטל, ער איז נישט ברוגז אויף קיינעם, אבער ער איז נעכטן געקומען פון די מרחקים, און נישט געהאט ווי צו זיצן פאר כמעט א שעה, און איז געווען זייער אויסגעשעפט, ער טענה'ט אז ער גייט גענוג צום רבי'ן, ער געבט די געלט סיי ווי, און ווי ער קוקט עס אן איז דער מסיבה געמאכט פאר וומ"ב וואס וואוינען דארט און אינגווארג, די איבעריגער אנשי שלומינו קענען זיך באגעניגענען מיט הערן קול סאטמאר, און קומען צו אנדערע מסיבות דורכן יאר, איך האלט ער האט א פוינט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 03:00 לינק ישיר 

קומען וועל איך אי"ה נעקסטע יאר אבער איך האף אז די הנהלה האט זיך געלערנט און נעמען נעקסטע יאר א זאל וואס איז מינומאל דאפעלט גרויס,
ס'איז פשוט נישט קיין יושר וואס זיי האבען געטון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 05:00 לינק ישיר 

* width="640" height="385"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 05:00 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 22:40 לינק ישיר 

קליפ
כ'וויל דיך נישט חושד זיין צו זיין א זאלי
וואס האט זיך געשלעפט ביזן זאל צו קענען כאפען קליפ צו קענען דערפרייען די דעפרעסטע
די טויזענער עדות וואס זענען געווען אין זאל וועסטו נישט קענען פארדרייען קאן פאקטן

דיין קליפ הייבט זיך אן נאך די שיפן, איז ווען די רבי שליט''א קומט אריין צום מעמד,
וואס ווי באקאנט איז ער אריינגעקומען זייער פרי, ספעציעל איז דער עולם נאך געווען אינטערוועגנס ציליב די מאנגעל אין טראנספארטעישאן
נאכדעם מישטו צירוק צו די חזנות גאנץ אנהייב פונעם מעמד
נאכדעם מישטו צו די הדרן אויף מס' סוטה - וואס איז געווען קורץ נאכדעם וואס די רבי איז אריינגקומען
נאכדעם מישטו ציריק צו די הקפה ניגון וואס מ'האט געזונגען ווען די רבי שליט''א איז ארייגענקומען
נאכדעם מושטו צו ימים אל ימי מלך תוסיף ביים סוף פונעם מעמד
אא''וו, בקיצור עפעס ווילסטו דא ארום פאפען, מישט אהין אין צירוק
די ס''ה איז אז פין די קלימאקס וואס איז געווען ביי די דברות קודש פין רבי'ן שליט''א זעהט מען גארנישט... (ער לייגט די הדרן ווייל ס'קוקט אויס ווי די רבי שליט''א זאגט ד''ק, למעשה קען מען הערן ווי דער עולם שמיעסט אין גרויסען,  אין די רבי זיצט אויף זיין פלאץ)
בקיצור די מאכסט די זעלבע פאלטשע ארבעט ווי ביי די גרויסע פראטעסט אין מאנהערטן
(דארט הייבט זיך אן די קליפ ווי ר' ארי' לייב גלאנץס באדאנקט זיך פאר די פאליציי נאכען מעמד, אין נאכדעם ווייזט ער די עולם ביי די ערשטע שעות פונעם מעמד, כו' מ'זאל מיינען אז ער עולם וואס מ'זעהט איז טיף אינמיטן די מעמד)
נייס טריי


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/11/2010 05:39:36




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 22:45 לינק ישיר 

רבבות אנ"ש פון איבער גרעיטער ניו יארק געבן אפ שבח והודאה ביים צענטראלן סעודת הודאה ביום הצלה והשחרור פון מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע בראשות מ"מ כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
"אשרי עין ראתה שמחת קהלתינו ביום שמחתינו ומשוש עדתינו". אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר ברבבותיהם געפינען זיך אונטער'ן רושם פון התעלות און התרוממות, נאכדעם וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן איינס פון די שענסטע מאורעות בקורת דברי הימים למלכות סאטמאר, דער געהויבענער "סעודת הודאה" ביום כ"א כסלו העלל"ט, יום הצלה והשחרור פון רבינו הק' והטהור רבן של כל בני הגולה מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע, וואס איז געפראוועט געווארן צוזאמען מיט די צענטע סיום מסכת פון יסודי התורה צוזאמען מיט די שמחת שבע ברכות של נכדת כ"ק מרן רבינו שליט"א, אין דעם ריזן בנין "פולאסקי פארט קאמפלעקס", במעמד פון צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע מעטראפאליע ניו יארק, במחיצתו ובצל קדשו פון כ"ק מרן אדונינו מורינו ורבינו שליט"א.


צו די באשטימטע צייט האבן אנגעהויבן שטראמען הונדערטער און טויזנטער אנ"ש צו דעם גיגאנטישן זאל און פארנומען די טויזנטער זיץ פלעצער איבער דעם זאל. ביי שיין געדעקטע טישן האט דער ציבור זיך געוואשן צו די סעודת הודאה, ביום שנעשה בו נס לרבינו הק' זי"ע, און זיך מתעלס געווען באהבים בכינוס ידידים וריעים.


דער גאנצער זאל איז געווארן אויסגעשטעלט אויף א מייסטערהאפטן אויפן אז יעדער יחיד אין אלע ווינקלען זאל קענען מיטהאלטן דעם גאנצן מעמד. דער אויבנאן איז געווארן געבויעט אויף א צוויי שטאקיגער פלאטפארמע אויפן גאנצן ברייט פונעם בנין, מיט הונדערטער זיץ פלעצער פאר די רבנים ואדמורי"ם שליט"א.


אויף די צוויי זייטן לענגאויס דעם זאל איז געווען  אויסגעשטעלט דריי שטאקיגע פלאטפארמעס מיט טויזנטער זיץ פלעצער, די רעכטע זייט פלאטפארמע איז געווען דעזיגנירט פאר די טויזנטער אברכים און די לינקע זייט פלאטפארמע איז געוווען צוגעגרייט פאר די טויזנטער בחורי חמד, תלמידי הישיבות צו קענען גוט מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד.


במשך דעם גאנצן אווענט האבן מהנה געווען מיט נגינה די בארימטע און טאלאנטירטע קאפעליע "שירה", וועלכע האבן באגלייט דעם גאנצן אווענט מיט זייערע בא'טעמ'טע שטימעס צוזאמען מיט'ן באקאנטן בעל מנגן מו"ה אייזיק האניג הי"ו.


געעפענט דעם מעמד האט מוה"ר פה מפיק מרגליות, רבי לייבוש וויינפעלד שליט"א, וועלכער האט גאר טרעפליך ארויסגעברענגט דעם באדייט פון די היינטיגע סעודת הודאה און מיט זיין באצויבערנדע רייד האט ער אנגעווארעמט דעם גרויסן ציבור מען זאל זיך משתתף זיין בסכומים הגונים פאר די מוסדות אין וויליאמסבורג.


בעפאר דער רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל איז געווארן אויפגערופען דער וועלט בארימטער חזן נפלא, הר"ר ר' יעקב לעממער הי"ו. און ער האט מהנה געווען דעם ציבור מיט זיין זיסע שטימע, פון וואס דער ציבור האט גאר שטארק הנאה געהאט.


אן עלעקטרישן שטראם האט ארומגענומען דעם גאנצן זאל, און דער גאנצער ציבור האט זיך געהויבן פון די פלעצער, און ענטוזיאסטיש אריין אין א געהויבענעם טאנץ אויפן פסוק "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו", ועון כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין זאל. דער רבי שליט"א איז געבליבן שטיין אויף זיין פלאץ בשעת דער גאנצער עולם האט זיך געפרייד בריקוד ושירה (זייענדיג אין יאר לאחר פטירת אמו הרבנית ע"ה האט דער רבי נישט אנטייל גענומען אין די ריקודין).


באלד נאך די ערשיינונג פון רבי'ן שליט"א איז הגאון הצדיק אב"ד קהל יטב לב דסאטמאר שליט"א פון וויליאמסבורג מכבוד געווארן צו זאגן די דרשה לכבוד היום. נאך א לענגערע צייט ארומרעדן איבער דעם גרויסן טאג האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט לשבח די עסקנים פון די מוסדות הקדושים וועלכע געבן זיך אוועק מיט מסינ"פ פאר די מוסדות. די דרשה פון רב שליט"א האט געהאלטן געשפאנט דעם ריזן ציבור און איז געווען א גאר שטארקע חיזוק פאר די עוסקים במלאכת הקודש אין די הנהלת המוסדות.


נאך די דרשה פון רב שליט"א האט דער רבי שליט"א זיך געוואשן צו די סעודה, און מעריך געווען שלחנו הטהור אשר לפני ה' במעמד רבבות אלפי ישראל. דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם הדרן און געזאגט קדיש.


 דערנאך האט אויפגעטרעטן דער חשוב'ער אדמיניסטראטאר פון די מוסדות מוה"ר ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכער האט איבערגעגעבן א פונקטליכע באריכט פון די מוסדות און זיך באדאנקט פאר די חזוב'ע נדבנים וואס האבן בייגעשטייערט צום דינער מיט גרויסע סכומים.


ביים סיום פון זיינע ווערטער האט ר' מרדכי אלעזר אויפגערופען דעם חשובן נואם הכבוד, הגה"צ פה מפיק מרגליות רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד בשכונת ברך משה, קרית יואל.


דער קלימאקס פונעם מעמד און דער הויכפונקט פון דעם ליל ההצלה, איז געווען ווען מ'האט געהאט די זכי' צו הערן דעם משא דבר ה', בחובת השעה והזמן לרגל יום ההודאה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. נאך די דברות קודש האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א הילכיגן טאנץ בזמירות שירות ותשבחות צו השי"ת.


אזוי ווי עס איז געווארן זייער שפעט האט מען נישט געהאט די געלעגנהייט צו הערן דברי בדחנות פון ר' יוסף קרוזער הי"ו, וועלכער האט געדארפט משמח זיין לכבוד דעם שבע ברכות.


-כל כנסי' שהיא לשם שמים סופה להתקיים-
 ♦♦♦





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2010 04:13 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2010 04:14 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2010 06:09 לינק ישיר 



VIDEO & PHOTOS: Thousands Of Stamar Chassidim Attend Kuf Alef Kislev Events

(Monday, November 29th, 2010)

This past Motzei Shabbos, thousands of Satmar Chasidim gathered to celebrate Kuf Alef Kislev, which is an annual event celebrating the miracle of the Satmar Rebbe ZATZAL’s rescue from the Nazis YM”S.

On 21 Kislev 1944, the Satmar Rebbe, Rabbi Yoel Teitelbaum ZATZL, was rescued from the Bergen-Belson Nazi concentration camp along with 1368 other Jews. Since then, for the past 65 years, Satmar Chasidim have celebrated the day as a day of festivities which includes Divrei Torah, singing, and a Seudah.

There were two massive events held in Brooklyn



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אומשאצבארע רבבות ביי כינוס המשולשת סעודות הודאה כ"א כסליו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext