בית פורומים כל העולם כולו

שאנדע: זאלונישע בחורים-פאגראם ביי קרעשטניף'ע נרות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/12/2010 22:02 לינק ישיר 
שאנדע: זאלונישע בחורים-פאגראם ביי קרעשטניף'ע נרות

אין די צייט ווען די זאלונים האבן שוין באקאנט געמאכט זייער מהות און זייער חינוך פאר די גאנצע וועלט, ביי זייערע צעווילדעוועטע אוממאראלישע פראטעסטן אין די גאסן פארגאנגענעם זומער, וואו די וועלט האט זיך באוויסט מיט וועלכע סארט שונאים סאטמאר ספראוועט זיך... און זייער געמיינקייט איז ארויס לאור עולם, איז אבער נישט איינגענעם צו מעלדן, אז די וועלט ווייסט נאכנישט אלעס.

פארגאנגענעם דאנערשטאג ביי די נרות פון האדמו"ר מקרעטשניף ארה"ב, זענען אריינגעקומען זאלונישע בחורים, און געווילדעוועט און פארפירט, צושטערנדיג די נרות פון א פרעמדן רבי'ן, וועלכע האט מיט סאטמאר גארנישט, על לא עוול בכפו, פארוואס? "ווייל איינער פון די אנוועזנדער איז לדעתם זייערס א פאררעטער".

בושה תכסה פניכם!!!

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2010 22:27 לינק ישיר 

די גאנצע זאך איז אפגעכאפט דורך קרעטשניף
די פרעים האבען איבערגערדייט ר' זיידל'ס הנרות, אפען זעלבן שטייגער ווי זיי פלעגן טוהן אין ראדני
ווער עס קען זאל ביטע שאפען די ווידיא'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2010 23:11 לינק ישיר 

א מזל איינער האט זיך שוין אויפגעוועקט, דאס הארץ ציפט מיר נאך וואס איך האב צוגעזען דעם פארגענגענעם שבת אינעם קרעטשניפער ביהמ"ד,
דאס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי די הנירות, שוין א שבת פאר חנוכה האבן זיך די צולאזטע יונגען אראפ געלאזט אינעם קעטשניפער ביהמ"ד נאכן פארטיגן קוואקענען און קופקען אין ראדני, מען האט געהאלטען אינמיטען די טיש, און פלוצלינג האבן אריינגעשטארעמט עטליכע צענדליגער בחורים, אויפן פנים האט אויסגעקוקט אז זיי זענען נישט זאט געווארן פון די זופ, זיי דארפן נאך צופרידען שטעלן די נשמה מיטן צאפן אביסל בלוט, אין זיך גענומען שרייען באנומענע קולות, געווארפען מאכלים רעכטס און לינקס, געשטיפט די טישן און בענק, אריינגעשריגן אינמיטען די תורה פון קרעטשניפער רבי שליט"א  "ווארף ארויס דעם שגץ פון ביהמ"ד
" כאילו דער קרעטשניפער רבי איז מחיוב נאכצוקומען אלע זייערע טעראר פארלאנגן.
די חשובע אידן און בעלי בתים (אריינגערעכנט פון פרעמדע קרייזן) זענען געשטאנען מיט אפענע אויגן מיט וואונדער, דאס איז די חינוך וואס מען לערענט מיט די בחורים ? דאס איז די פירות פונעם נייעם חינוך סיסטעם ? דאס איז טייטש "להחזיר עטרה ליושנה"????? פיין און וואויל עס איז "לא איכפית ליה" מיין רבי, וועגן דעם רודעפט מען א צווייטען רבי ??

עטליכע עסקנים האבן אנגעהויבן ארויס טראגן איינס ביי איינס פון אט די צושויטע כוליגאנעם, און מיט א אומדערהערטע חוצפה האבן די שקצים זיך גענומען טיילען פעטש און געשטויסן, יעדער וואס האט זיי נאר פראבירט צו שטיל מאכן
בנוסף על כלונה ווי ווייט חוצפה גייט, ווען א געוויסע חשובע רב א ת"ח ויר"ש מרובים וואס איז באקאנט אין די גאנצע שטאט מיט זיין התמדת התורה, וואס זיצט און לערענט יומם ולילה,  האט זיף משתתף געווען ביים טיש פונעם קרעטשניפער רבי שליט"א , אויפן וועג ארויס אויפן גאס, האבן זיך די צולאזטע מחוצפים, גענומען שרייען מיט קולות אויף דעם רב שליט"א, לשונות וואס מען טאר ניטאמאל נאכזאגן, די איידעלסטע לשון פון די אלע לשונות וועל איך יא שרייבן,,,, " צוקוועטשטער דו, {ר'} זיידעל איז א מסייע לעוברי עבירה, און די וועסט זיצען נעבן אים אין גהינם. עפ"ל


תוקן על ידי קנאקעדיק ב- 07/12/2010 23:13:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2010 23:51 לינק ישיר 

יא יא, פארגעס נישט! דעם גאנצען פארדאבענעם חינוך סיסטעם אלעס אלעס איז ר' אהרן שולדיג,,,,

א אנוועזענדער ביי קרעטשניוו רבי טיש שבת און ביי די לעכט צינדן פארגאנגענעם מיטוואך און דארנעשטיג זאגט מיר אז דאס האט אויסגעקוקט ממש ווי א פאגראם...... זאגט ער מיר אז ער האט געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטען (שב"ק ביים טיש)  "געב א מאך צו די לעקטער און נאכדעם וועל איך שוין טוהן דאס איבריגע" און נישט מער און נישט ווייניגער האט דער קווינס שגץ אנגעהויבען צו אראפנעמען די שבת קאווערס פון די לייטס, ווען נישט ער געט א שרייע "שבת" וואלט די לעקטער שוין לאנג פארמאכט געווען,
יא יא טראגן מיט א עירוב וואס כמה גדולים זענען מתיר איז א חיוב נאכצושרייען אבער צומאכן לעקטער (וואס האט נישט קיין שום היתר) כדאי מצער צו זיין א צווייטען דאס מעג מען יא,,,,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2010 23:51 לינק ישיר 

וועמען האבן זיי געוואלט אז ער זאל ארויס ווארפן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2010 23:57 לינק ישיר 

א חשובע בחור וואס ווייגט אסאך זיך אין קרעטשניוו, וואס לשיטת הקווינס בויעס, האט ער געזאלט האבן געווארפען פאשקווילין בנוגע די סידור קדושין פרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2010 00:04 לינק ישיר 

איך האב יעצט געשאפט א קליפ פון די שרעקליכע פראגראם דארנעשטיג נאכט ביי די הנירות פון קרעטשניפער רבי שליט"א ווי מען זעט ליידער "פני זקנים לא נהדרו" ווי זיי מאכן לצינות פון עלטערע אידן וואס האלטען מיט די הנירות, 
ווי אויך בילדער פון די צוכראכענע מנורה סטענד פון קרעטשניפער רבי שליט"א און עטליכע צובראכענע בענק אין ביהמ"ד, צוריסענע "סדר הדלקת הנירות לחנוכה" בנוסח קרעטשניף וואס די שקצים האבן צוריסן 
איך וועל עס אי"ה שפעטער ארויפלייגן  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2010 03:05 לינק ישיר 

נא, ביטע ארויפלייגען די קליפס און בילדער, טייל מיט פארן ציבור זייערע בריטאליטעטן...!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2010 03:20 לינק ישיר 

חנוכה איז קווינס בכלל אויף רעדער מער ווי סיי ווען, נפתלי לאזט נישט די בחורים צינדען אין ישיבה - אז יא וועט קעמפ זיין א טפל צו חנוכה, און אפ' די בחורים וואס שלאפען יא אין דארמיטארי שיקט מען איף וומ''ס מיט די האפענונג אנצופולן ר' זלמן'ס אויסגעשפילטע הנרות, אטאמאטיש ענדיגט זיך די ישיבה גענוג פרי אז די בחורים זאלן קענען זיין אינדערהיים פארן זמן, אין ציפרו דארף מען דאך נישט פארציילן אז פאר חצות איז נישטו מיט וועם צו גיין צום טיש ווייל די בחורים שלאפן דאך אינערהיים, בקיצור חנוכה הייבט זין אן ביהז''מ, און די קווינס בחורים זענען נאך מער סכנות'דיג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2010 14:16 לינק ישיר 

בילדער איז דא ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2010 17:09 לינק ישיר 

רעביענקל די רעגסט מיר שוין אויף מיט דיינע ליגיונות, און דמיונות, און נעקסטיים פרעג דיר גוט נאך פאר די שרייבסט עפעס,

און קווינס ישיבה דאווענט מען נאך מעריב בי די 72 פאר מען פארט אהיים ליכט צינדן, און די אלע בחורים וואס שלאפן און דארמיטארי בלייבן און ישיבה צינדן, און די בחורים וואס שלאפן נישט און דארמיטארי פארן אהיים נאך מעריב,
אדרבה פרעג דיר נאך ביי אונזער קרוב צו 900 בחורים

אבער וואס האב איך זיך צו טענה'ן מיט דיר די ביסט דאך סייווי געבויעט אויף איין שטיק שקר, אבער נעקסטטיים פרובירו מאכן דיין שקר מער שטארק אז מעון זאל עס נישט קענען אפפרעגן אזוי שנעל, מאך עס בערך אזוי ווי  קנאקעדיג מאכט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2010 20:14 לינק ישיר 

apnaws ווייל די פאקט אז קווינס האט צו פארקויפען זייערע שמוציגע פירות איז ווייטאגליך מיינט נאך נישט אז דאס איז שקר, אדרבה זאג מיר וועלכע ליגענט די האסט מיר געכאפט?

אגב איך ווייס נישט צו די דארמעטארי בחורים צינדען יא צו נישט אין ישיבה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די דארמעטארי בחורים דרייען זיך ליידיג אויף די גאסן אין וויליאמסבורג, אלס אן אנוועזענדער ביי די הנירות פונעם קרעטשניפער רבי שליט"א אלס איך געהערט בשעת די פראגראם, ווי די כוליגאנעס שישקען זיך אז עס איז שוין 11:00 די באס פארט שוין באלד צוריק אין ישיבה, ווער זענען די בחורים אויב נישט דארמעטארי בחורים ?
apnws איך האף אז די ביסט נישט געווען דארטן צווישען די בחורים ווייל באלד גייט דאס זיין ביטערע בזיונות פאר די אלע צורידערטע פארשוינען, די קליפס און בילדער איז אן די וועי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2010 21:13 לינק ישיר 

AP
נעם עס נישט פערזענליך
יעדעס מאל ווען מ'רעדט פין קווינס איז פינקט ווי א רויט בענדל פאר א אקס
ענק פראבירן אן ערפאלג צו באהאלטן די שמיץ פין ישיבה ס'זאל נישט ארויסקומען אויף די גאס

איך ווייס נישט ווען מ'דאווענט אפיציעל מעריב אין קווינס, כ'ווייס נאר פין די באסעס וואס מ'זעהט ארויסקומען פין BQE וואס מ'זעהט אנקומען היבש פאר'ן זמן מעריב
אין לייקען נישט אז מ'ברענגט אריין די דארמיטארי בחורים צו די אויסגעשפילטע הנרות אין ראדני נאך לעכט צינדען - זיי קומען נאר אן צו אנדערע פלעצער 

נאר וואס האב איך זיך צו טענה'ן מיט דיר די ביסט דאך סייווי געבויעט אויף איין שטיק שקר, אבער נעקסטטיים פרובירו מאכן דיין שקר מער שטארק אז מעון זאל עס נישט קענען אפפרעגן אזוי שנעל, מאך עס בערך אזוי ווי  נפל מאכט,



_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 04:44 לינק ישיר 

כ'האב אייך דאך געזאגט אז ווען מ'רעדט פין קווינס איז ווי א רויט בענדל פאר אקס, עס האט מיר געקאסט א שמייכעל די פרישע געבעקס פון חי' שעה - וואס האט מורא אז דאס וועט אים נאך מער שאטן פאר א שידוך, ער וואלט דאך פאר די זעלבע געלט געקענט פארקויפן אז ס'ניטעמאל א קרעטשניפער שול אין וומ''ס....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 18:04 לינק ישיר 

"חיי שעה" איז אויפגעקומען אויף צוויי המצאות וויאזוי צו פארענטפערן די בושות, ווען זייער פארפוילטער חינוך איז ווידעראמאל ארויסגערינען לעיני העמים.

1) דער בחור האט ערשט אנגעהויבן שרייען אויף איינעם.
2) עס איז געווען ווען ר' זיידל איז געווען אינדרויסן.

(ער האט דאס געענטפערט מיטן אנדערן ניק אנורעראל).

אויף 1) איז דא צוויי תשובות, איינס, אז אויך פארגאנגענעם זומער אויף היוס סטריט האבן די ארונים אנגעהויבן שרייען אויף די זאליס, נאר פאר סאם ריזן האט די גאס אנדערש אויפגעכאפט די מעשה...  צווייטנס, איז דאס דער חינוך מיט וואס ער איז יא גרייט זיך צו אידענטיפיצירן, אז ווען אינער טוט עפעס נישט ריכטיג נעמט מען זיך רודערן און שרייען ביי א טיש פון א פרעמדן רבי'ן??? (און לידיעתכם, איך האב גערעדט מיט עטליכע אנוועזנדע, און רוב פון די בחורים זענען אריינגערופן געווארן ספעציעל צו בארייען דעם בחור, און דערפאר זענען זיי דארט געווען, און תיכף דערנאך זענען זיי פארשוואונדן געווארן).

אויף 2) איז די תשובה, אז ווי עס שיינט לייגט ער זיך נישט אריין אין כלל פון "מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי", נאר ליבערשט קלויבט ער אויס יא צו גיין מיט "חיי שעה". זאל ער האבן א גמר חתימה טובה. אבער די אנוועזנדע פארציילן אז דאס איז געווען אינמיטן די זמירות, ווען מען האט געשפילט מיט א פידל כמנהגם, און אימיטן האט זיך די ביהמ"ד פאר'ראדני'ט (..) פאר עטליכע מינוט דורך די אומערצויגענע מחוצפים.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 18:40 לינק ישיר 

כבין נישט קלאר פארוואס, אבער חיי שעה איז ארויס פון גלייכגעוויכט, און פרובירט אויף אלע אופנים אפצוווישן די שרעקליכע בזיונות, אן ערפאלג.

ער האט שוין געשריבן א תגובה אין זיין קאנטער אשכול, אבער אויך באשלאסן צו עפענען א נייעם אשכול פאר דעם אויסנאם וויכטיגן תגובה:

איבערקערענישן אין ראדני שמיני עצרת און שמחת תורה? דאס האבן די זאליס געמאכט... 
קען מיר איינער אפשר טון א טובה און ברענגן דעם בילד ווי דער צורידערטער פארשוין עמרם כהן טאנצט אויפן בימה אן א קאפל? (די בילד פון קיעלע וויינשטאק אן א קאפל איז אויך אינטערסאנט).

עס איז זייער אומקלאר וואספארא ענטפער דאס איז, אבער איך שיהי' זעהט אויס אז די זאליס האבן עפעס א די"ת\קאורט איבער די קראעטשניפער ביהמ"ד, און לשיטתם האט דאס ר' זיידל פון זיי גע'גנב'עט, און דעריבער האבן זיי איבערגעדרייט זיינע נרות.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שאנדע: זאלונישע בחורים-פאגראם ביי קרעשטניף'ע נרות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext