בית פורומים כל העולם כולו

מרן בעל ברך משה הי"ד - הרב ברלנד געראטעוועט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/12/2010 19:54 לינק ישיר 
מרן בעל ברך משה הי"ד - הרב ברלנד געראטעוועט

ארץ ישראל דרייט זיך איבער, ווען היינט איז ארויסגעקומען א טעיפ פון הרב אליעזר ברלנד וואס ער איז דער מנהיג פון ברסלב שובו בנים, ער האט טויזענטער נאכפאלגערס, און ער זאגט אויפען טעיפ: אז די לעצטע 10 יאר איז ער געווען פארכאפט אין תפיסה!!

ווי איז געווען זייין תפיסה? אין זיין אייגן הויז!

ווער האט אים פארשפארט אין תפיסה? זיינע גבאים!!

איצט האט ער געמאלדן אז ער האלט זיך מער נישט ביים לאזן, און נאכן זעהן ווי מען האט דערווייטערט מיט קלעפ זיינע אייגענע נאנטע חסידים, און מען ווארפט זיי ארויס פון ביהמ"ד, ווייל אזוי ווילן די גבאים די רשעים, שטעלט ער דאס איצט אפ, ער איז גרייט אפילו איבער צו לאזן אלע זיינע מוסדות אין אנטלויפען פון די רשעים!

ליינט דא זיינע ווערטער! צום שטוינען!

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=22409

ליידער אונז סאטמאר חסידים ווייסן וואס דאס מיינט, אונזער הייליגער רבי מרן בעל ברך משה זי"ע ה' ינקום דמו, האבן נעבעך זיינע אייגענע גבאים די רשעים פושעים רוצחים אכזרים, אויך פארשפארט אין תפיסה פאר 10 יאר, און אים געטרינקן זיין בלוט מיט א שרעקליכע רציחה, אזוי ווייט אז רוב פון זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך האט מען נישט צוגעלאזט!

אין די 10 יאר האבן די רשעים אים נישט געלאזט גיין, צו רוב חתנות און שמחות פון זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך!

אזוי ווייט אז ביים זוכה זיין די אייניציגסטע מאל אין זיין לעבן צו חתונה מאכן א דור רביעי, האט מען אים געהאלטן אין תפיסה, אין אים געטראגן שפאצירן אין פלארידא מיטן ביבער הוט, אז ער זאל מבוזה ווערן קבל עם ומלואה!

אוי דאס הארץ ווערט צוריסען ווען מען טראכט נאר די שרעקליכע צער וואס רביה"ק זי"ע האט ליידער מיט געמאכט...! נאר ליידער האט ער דאס נישט געקענט מודיע זיין ברבים ווייל זייינע פאנגערס האבן אים נישט געלאזט מיט רציחה!

אזוי פיל פלעגט מען יא זעהן, ווי רביה"ק פלעגט ברבים - ווען עס איז אונטער געקומען - ארויס ווייזן א זעלטענע אהבה צו רבינו שליט"א וכו', אין די לעצטע 10 יאר, ווי מען האט געזעהן ווי זיין הארץ בלוטיגט און וויל צייגן ברבים אז ליידער איז ער מיט רציחה פארכאפט!

ווען מען הערט די ווערטער פון הרב ברלאנד, שפירט מען ווי רביה"ק בעל ברך משה רעדט!


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 12/12/2010 20:11:03




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2010 19:59 לינק ישיר 

ליינט די באשרייבונג דערוועגן, און די ווערטער פון הרב ברלנד.

דערנאך מאכט צו די אויגן און טוישט די נאמען ברלנד, און לייגט די נאמען ברך משה.


להגיד בימים אלו שקהילת 'שובו בנים' סוערת, זה להעליב את הסערות באשר הן.

הקהילה הברסלבית הוותיקה, מתמודדת בימים אלו עם אחד המשברים הגדולים שפקדו חצר חסידית אי-פעם.

אתר 'בחדרי חרדים', שחשף את המהומה, מביא היום, לראשונה, הקלטה נדירה, בה מדבר אביה הרוחני של הקהילה - הגר"א ברלנד בפרוטרוט על המצב שנוצר בעשור האחרון, ללא רצונו.

הדברים החמורים שנשמעו בשיחת ועידה שקיים עם 20 מבכירי החסידות, עוברים בשעות אלו מפה לאוזן, והחסידים אינם יודעים את נפשם מצער ומתדהמה.

אנו מפרסמים לראשונה את ההקלטה המלאה, ותמלול חלקי של השיחה שנערכה אמש (מוצאי-שבת), בשעת לילה מאוחרת:

"הייתי עשר שנים כלוא בבית. ראיתי כל הזמן שמסביבי נותנים מכות רצח לאנשים. זה היה צובט לי את הלב. לא יכולתי ללמוד. לא יכולתי לעשות כמעט כלום, אבל לא נתנו לי לדבר. כלאו אותי. לא יכולתי להגיב.

"הגענו למצב שמונעים מבחורים ואברכים מצוינים להיכנס לבית הכנסת בשבת. זה נמשך כבר שנים ארוכות. מי שסבב אותי אמר עלי שאני חולה נפש. הם לא הבינו שהבריאות שלי זה לצאת החוצה. לא להיות קבור כל היום בבית.

"הם עשו קהילות בשובו בנים. היה שובו בנים א', שובו בנים ב', וכן הלאה. זה לא דרכנו. אנחנו רוצים להרביץ תורה, הקהילה שלנו צריכה להיות סמל לאחדות. אני רוצה להפסיק את האלימות ולהפסיק את הפילוג. להיות כולם ביחד.

"בשנים הראשונות של ההנהגה, הייתי יוצא לחודשים ארוכים מהבית. הרבנית הייתה שואלת אותי לאן אני הולך, אמרתי לה: להרביץ תורה. עכשיו אני גם רוצה לצאת וללמד תורה. כשאני לא יוצא מהבית, יש לי התקפי לב, ואני לא מרגיש טוב. כשאני יוצא החוצה, אני אדם בריא. עכשיו אני רוצה לצאת החוצה.

"אם ההנהלה הנוכחית לא תעשה מהפך, אני לא אחזור. נקים קהילה חדשה. יש לנו כסף ויש לנו תלמידים, ונפתח הכל מחדש באזור הצפון. התקווה שלנו תמיד היא להיות בירושלים, אבל אם לא תהיה ברירה, נפתח בצפון, ובסוף נגיע גם לירושלים.

"השבת, שבתתי ביישוב אמירים. 10 שנים לא הייתה לי שבת כזו נפלאה. לא למדתי ככה 10 שנים. סוף סוף יצאתי לחירות".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2010 23:35 לינק ישיר 

די ביסט גערעכט אבער ביטע ברענג נישט דער ברלנד אהער, ער איז א ציוני און א מתנחל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2010 19:34 לינק ישיר 

(חזקה:)

דאס האב איך געענטפערט אין אנדערן פארום אויף "פריש" און איך לייג עס דא איבער

פריש...
הרב נחמן ברלנד = הרב אהרן טייטלבוים

אין ארץ ישראל קאכט זיך וועגן די קהלה און מוסדות שובו בנים, דער פירער הרב אליעזר האט אפגעזאגט זיין זון הרב נחמן פון פירן די קהלה און מוסדות, אקוראט ווי להבדיל דער ברך משה האט געטון מיט זיין זון הרב אהרן בשנת תשנ"ט. 

עס זענען דא אסאך ענליכקייטן צווישן די צוויי פרשיות, איך וועל נאר אויסרעכענען א קליינע חלק. 

דער רב האט געזאגט אז ער איז ביז היינט געזעצן פארכאפט אונטערן פויסט פון מיין זון, מיין זון האט אפגעטון רשעות בשמי און איך האב גארנישט געקענט טון דערוועגן. מען האט געטרינקען דאס בליט פאר מענטשן און איך האב געדארפט שווייגן. און נאך אסאך ענליכע דגמאות. 

צווישן די צוויי זון הרב נחמן ברלנד און הרב אהרן טייטלבוים איז אויך דא אסאך ענליכקייטן. איך וועל נאר אויסרעכענען עטליכע. הרב נחמן האט געזאגט אין א געשפרעך "דער טאטע רעדט שטותים", הרב אהרן האט געזאגט די נאכט וואס דער ברך משה האט אים מדחה געווען פון די הנהגה "דער טאטע ווייסט נישט בחייכות וביומיכון, ער ווייס נישט צו ס'איז דינסטאג צו מיטוואך". נאך א דוגמא, "איך וועל זאגן פארן טאטן און אלעס וועט ווערן מסודר". "איך וועל אכטונג געבן דער טאטע זאל נישט מאכן בזיונות". ועוד. 

עס איז צום שטוינען ווי היסטאריע חזר'ט זיך איבער. 

אשאד נאר אז דער ברך משה האט נישט מצליח געווען זיך לויז צו מאכן פון זיין הרב אהרן עטליכע יאר פריער. 

ברוך אלוקינו...והבדלנו...

חזקה...

הרב פריש, דו און דיינע בלוט-דורשטיגע קאלעגעס אינעם היפאקריטישע פארטיי זענען נעבעך פארנומען יומם ולילה אראפצורייסן הרב אהרן טייטעלבוים, ווי אימער ווען אימער, מען טרעפט אדער מען הערט איבער א געוויסע געשעהניש וועט מען ציען פארשידענע מסקנות, און ענדליכקייטן צו הרב אהרן טייטלבוים, פארשטייט זיך בלויז אויף די נעגעטיווע זייט.

און שפעטער קען מען לאכן וויאזוי די און דיינע קאלעגעס האלטן און איין זאגען מען איז פטור געווארן פון ר' אהרן מען איז פטור געווארן פון ר' אהרן...יו לאך איך...אויב זענט איר אזוי באפרייט געווארן פון אים, און מען איז פטור געווארן, פארוואס זענט איר פארנומען פיר און צוואנציג שטונדן א טאג אראפצורייסן און רעשן איבער ר' אהרן?

וואס ער וועט נאר טוהן וועט עס אייך שטעכן ס'אויגען מאכן גאנצעטע מאמרים, פוברוצירן חידושים און ענדליכקייטן, און ערקלערן ווי שלעכט ער איז, איר זענט דאך פטור געווארן? ניין? נישט אזוי?

קאמאנטארן זענען איבעריג!


אבער איין קליינע אבער גאר אינטערסאנטער זאך דארף מען דערציילן, עס איז געווען צוויי וואכן נאכדעם וואס די מהרסים האבן גענומען דער לאנג-יעריגער געטרייער משמש ר' שלמה ווערצבערגער און אים מיט בזיונות פארשיקט פון ראדני צוליב'ן נישט גיין אין שפאן אויף הונדערט פראצענט (נוסח היפאקריטן...) און ער איז אריבער געקומען דינען אלס משמש אין ביהמ"ד קהל יטב לב ד'סאטמאר צום פרייד פון חסידי סאטמאר.

אין די ערשטע חדשים פון זיין אנקומען אין שוהל האט זיך כסדר גרופירט אידן ארום דער משמש ווי מען האט אינאיינעם זיך ערוועקט די ליכטיגע צייטן ביים ברך משה ווען די מהרסים האבן זיך נאך געפינען אין די לעכער, און נאכנישט געקומען פראקטעצירן אויפן רבינס חשבון זייער היפאקריטיע און אומפארגינערישקייט, און כסדר געהערט פון אים זיסע געשעהנישן וואס ער האט מיטגעלעבט זייענדיג פארכאפט דארטן, וועלכע האט רוב מאל געברענגט צו הילכיגע געלעכטער געמישט פון רחמנות געפילן...(נעבעך...!)

צווישן די שמועסן האט דער חשובער שמש געזאגט א זאך וואס איז אים געווען זייער אינטערסאנט און ער האט דאס נישט געוואוסט פארדעם:

ער דערציילט אז אין די צייטן ווען ער האט נאך דארטן געארבעט זענען די היפאקריטן געוועזן פארנומען ס'גאנצע צייט, ביי א יעדע זיצונג און ביי א יעדע געלגענהייט מיט ר' אהרן... 

"ווי גייט ר' אהרן היינט זיין?"

וואס גייט ר' אהרן רעאגירן צו דעם?"

"די האלסט ר' אהרן גייט רעדן דערקעגען?"

וואס זאגסטו נישט ר' אהרן איז היינט אויפגענומען געווארן מיט די גרעסטע כבוד דורך....?"

ר' אהרן האט געהאט אזויפיל מענטשן, ער האט געהאט אזויפיל שטאקן פארענטשעס? ער איז איצט פארנומען מיט פלייש,
ער איז פארנומען מיט מצות,
ער איז פארנומען מיט "חתונה תקנות"
ער איז פארנומען מיט חבורות יסודי התורה, ר' מלכיאל קאטלער רעדט יא רעדט נישט...הרב ווזנער האט דאס געזאגט יענץ געזאגט...מענטשן יא געגעבן אכצטן הונדערט דאללער מקוה טהרה...א.א.וו.

זיי זענען געווען און זענען נאך אלס פארנומען מיט ר' אהרן פיר און צוואנציג שעה, ביי סיי וועלכע זיצונג אינערהאלב די הירוס קהילה וואס מען קען אים נאכטוהן און נאכמאכן...

אבער אצינד ווען ער האט אנגעפאנגען ארבעטן מיטן אלטן קהל, און אנגעפאנגען זיך צו באטיילויגען ביי זיצונגען און מיטונגען הערט ער נישט קיין פיפס וואס גייט ר' זלמן לייב טוהן? ער איז דארט געווען? ער גייט? ער גייט זאגען ער האט געזאגט???

און מיר ווייסן דאך דאס אלע, מיר דארפן נישט צו קומען צו די עדותשאפט פון ר' שלמה שמש, ווייל קודם כל ער גייט נישט ער קומט נישט... און טאמער גייט ער איז איז ער בלויז געגאנגען... טאמער קומט כער איז איז ער בלויז געקומען...און באלד דערנאך אוועקגעגאנגען וואס דאס טוהן סתם עמך אידן אויך... און נאכדעם ווייל הו-קעירס ווי ער איז געגאנגען וואס ער האט געזאגט, ניטאמאל זיינע אייגענע אנהענגער זענען אינטערסירט...אבער עס איז דאך אינטערסאנט צו הערן ערשט-האנטיגע אינסייד אינפארמאציע פון איינער וועלכע האט זיך געדרייט מיט זיי די לעצטע 10 יאהר... און מיט סייעתא דשמיא זיך באפרייט פון זייערע פינסטערע לאפעס, און אים צוריקגעשיקט אהיים צו זיינע ליבליכע ברודער.

א געלעכטער אין א זייט...




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/12/2010 19:37:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2010 03:15 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 04:24 לינק ישיר 

זאג דעם זעלבען ליגענט נאך אמאל אין נאך אמאל אז ר אהרן שליטא האט אזאנס געזאגט  אפשר וועט עס ווערען במשך הימים אנגענימען פאר א פאקט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מרן בעל ברך משה הי"ד - הרב ברלנד געראטעוועט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext