רבינו שליט''א גייט אינטערנעמן א הייליגע נסיעה קיין סיגוט צו די יארצייט אינאיינעם מיט די בני משפחה צו איבערבויען אין ווידער אויפשטלען די הייליע ציון הק' פין קדושת יו''ט ז''ל אין זיין הייליגע ביהמ''ד, מקום שהתפללו רבותיה''ק אויף די נסיעה וועלן זיך קענען באטייליגן די סאטמארע פילאנטראפען וועלכע וועלן האבען די געלגענהייט צו באשטייערן אין נעמען א חלק אין דעם הייליגען פראיעקט ווער עס ווייסט פרטים זאל ביטע פאוסטן
נשלח ב-16/12/2010 21:13
ברעיקינג:
עס קומט יעצט די נייעס אז די זשיגאנער פורים קהלה קויפט אפ דעם נעבענדיגן לאט (אונטערן פלויט אין די שטאט סיגוט), און גייט דארט בויען א בית החיים...
דאס קומט נאכדעם וואס דער תימני יעקב בער מיט בן פראדעל זענען געפלויגן קיין סיגוט, און פראבירט צו באקמעפן דאס אפקויפן פון קהל לב יטב...
די רעגירונג האט געזאגט פאר די זשיגאנער א מעסעדזש וואס האט זיי שווער באטראפן:
אלעס בלייבט ביים אלטן !
נשלח ב-16/12/2010 21:13
אנטשולדיגט, איך האב נישט באמערקט אז רעב יענקל האט שוין געשריבן א רעפארט איבער די געפלאנטע נסיעה.
חסדי השם אז ס'איז געלונגן פאר רבינו שליט"א און פאר די בני המשפחה מיט א אויסטערלישע סייעתא דשמיא צו ראטעווען דאס מקום מידי גוים וזרים, און אין די זעלבע צייט פון די טרויעריג בארימטע אידישע בריונים און מהרסים וועלכע האבן פראבירט אינטערצושטעלן פיסלעך פון אלע זייטן, אבער בחסדי השם אן ערפאלג!!!
תוקן על ידי יוסלע_פליט ב- 16/12/2010 21:16:37
נשלח ב-16/12/2010 21:15
כ'האב נישט באמערקט ר' יונה האט מיך אויסגעכאפט
דרך אגב,
אינזערע גיטע פריינד די זאליס, וואס פארגינען אלעס מיט זייער לב טוב פאר די ארונים - פין וועם זיי טראכטן ניטעמאל
פאררופן א גענעראל פארזאמלונג אויף א' סליחות, ווי זיי גייען אנאנסירן אז אלעס בלייבט ביים אלטען
אין אז מ'קויפט אז לאט אין סיגוט
אין די פורים בי''ד האט שוין געזאגט אז אלעס גייט זיין 'איין'ס',
אין ארץ החיים וועט אריינגיין אין די 3'טע פאזע
חסדי ד' כי לא תמנו
תוקן על ידי rebyankel ב- 16/12/2010 21:17:30
נשלח ב-16/12/2010 21:15
אגב, דאס איז שוין די צווייטע בית החיים אין אייראפע וואס איז אינטער'ן בעלות פון קהילתינו הקדושה.
דעם בית החיים "הישן" אין אוהעל, וואו דער ישמח משה איז נטמן געווארן. און יעצט דעם בית החיים אין סיגוט.
נשלח ב-16/12/2010 21:21
לויטן פלאן וועט די חברה קדישא דקהל יטב לב
אהערשטעלן די בית החיים אויפן זעלבן שטייגער פין די אלטע בית החיים אין אוהעל מקום מנוחת קדשו פין הייליגען ישמח משה זי''ע
ווי די חברה קדישא האט אהערשגעשטעלט די אוהל הק' ווי עס פאסט, מיט א שיינע מקוה דערנעב, אין א רואיג פלאץ צו דאווענען
די שטאט אוהעל איז היינט א פלאץ ווי כמעט יעדע נסיעה אין אונגערן מאכט זיכער אריינצוכאפען
זאלען די הייליגע שוכני עפר, זיין מליצי יושר פאר זייער חשוב'ע אייניקלעך אין תלמידי נכדיו אין גאנץ כלל ישראל
תוקן על ידי rebyankel ב- 16/12/2010 21:25:05
נשלח ב-16/12/2010 21:30
[כ'האב דיר שוין געווארנט, לערן זיך אויס צו שרייבן נארמאל]
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/12/2010 19:57:14
נשלח ב-17/12/2010 00:50
די פורים בי''ד האט שוין געגבן א היתר צו גיין אין קארט די אינטערשריפטן זענען שוין דא מ'ווארט נאך אויף די נוסח דער פירער פין HQ ענדיגט עס צו אין וועט זיין באלד גרייט אי''ה
בית החיים, בית המדרש והבית בהם גרו ונטמנו ראשי שושלת סטמאר בעיר סיגט, נגאל ונרכש • הרכישה חותמת מאבק איתנים שנמשך שנה בין שתי החצרות בחסידות הגדולה • פרסום ראשון
יהושע הכהן, בחדרי חרדים 10:38 17/12/2010
האדמו"ר מסאטמער בבית החיים שנרכש
0
בשורה טובה: 'בית החיים', בית המדרש והבית בעיר סיגט בו גרו, התפללו ונטמנו האדמו"רים מסיגט זצ"ל, ראשי שושלת סאטמאר - האדמו"רים בעל 'ייטב לב', בנו בעל ה'קדושת יו"ט', ובנו בעל ה'עצי חיים' - נרכש אמש (ה).
המקום, שהיה שייך לאחר השואה לעירית סיגוט שבהונגריה, היה בשנים האחרונים תחת סכנת הריסה, לאחר שסוחר נדל"ן ביקש לרכוש את השטח לצורך מיזם נדל"ני. אמש (ה) נרכש כל השטח על ידי קהל 'ייטב לב' סאטמאר.
הרכישה התבצעה לאחר שנת עבודה אינטנסיבית מצד עסקנים ואישי ציבור, כולל סנטורים ואנשי קונגרס אמריקנים, שהפעילו שתי החצרות בסאטמר.
בעוד כחודש וחצי - לקראת יום היארצייט של בעל ה'קדושת יו"ט', ביום כ"ט שבט - יצא האדמו"ר מסטמאר לנסיעה מיוחדת אל העיר סיגט.
אל האדמו"ר יתלוו נגידים, כאשר מחיר הנסיעה יהיה גבוה ויוקדש כולו לצורך גיוס כספים עבור רכישת מגרשים במקום.
לגאולת המתחם והמבנים קדם מאבק איתנים בין שתי חצרות האדמו"רים, רבי אהרן ורבי זלמן לייב; בעוד אנשי רבי זלמן לייב מנסים לגייס חברי קונגרס וסנאטורים לגאול את הקרקע והמתחם, פעלו אנשי רבי אהרן גם הם, בכל הכוח, למען מטרה זו בדיוק.
גורם המעורה בפרשה אמר ל'בחדרי חרדים', כי בנסיונות לגאול את המקום הושקעו משאבים רבים על-ידי כל צד בחסידות, במטרה לזכות בהצלחה המשמעותית (והיוקרתית) של מהלך כזה.
כאמור, אנשי רבי אהרן הצליחו להשלים את הרכישה ואמש ברכו, בחיוך ניצחון גדול, על המוגמר.
אין ליכט פון די בעפארשטייענדע היסטארישע נסיעה פון רבינו שליט"א קיין סיגוט, האט הר"ש שמואל שלמה טעלער שליט"א אנגעהויבן א סעריע שיעוירם - ביי זיינע באקאנטע "שיעורים אין היסטאריע" מוצש"ק - איבער די היסטאריע פון אונזערע רבי'ס אין סיגוט, און איבער די סיגוטער מחלוקה.
מען קען הערן די ערשטע צוויי פון די סעריע שיעורים, אויף קול סאטמאר 212-444-9899 עקסטענשן 661, ביי די וועכענטליכע מוצ"ש שיעורים (ווערט געזאגט אין מתיבתא).
נשלח ב-20/12/2010 00:44
מ'דארף דאנקען דעם רבוש''ע פאר די סיעתא דשמיא וואס רבינו שליט''א האט דא געהאט צו ראטעווען דעם מקום קדוש
מ'דארף דא באמערקן עטליכע פאקטן
די בית החיים מיטן הייליגען אוהל פינעם יט''ל, קדוי''ט, עצי חיים וכו' זי''ע האט נישט מיט די גרויסען שטח וועלכע מען רופט די 'שול הויף' וואס נעמט אריין אין זיך די הייליגע ביהמ''ד פין רבותהי''ק אין מקוה, ביתם נאווה קודש אין די שטאטישע ביהמ''ד. די חברה קדישא האט בס''ד דא אויף איין מאל ביידע אינטער זייער קאנטראל, אין ביידע שטחים וועלכע דורכגיין די נויטיגע רענאוועציעס אין תיקונים.
אין די ארבעט אויפן בית החיים איז שוין ב''ה אין פולען שוואנג אין בפרט די ארבעט אויפן אוהל הק' פין רבותיה''ק
און ביי די גרויסע נסיעה מיט רבינו שליט''א וועט מען לייגן די אבן הפנה אין אנהייבן די ארבעט ביי די קוואל מקוה פין רבותיה''ק זי''ע וואס געפינט זיך אונעם ריזיגען שול הויף, וועלכע איז א באזינדערע פראיעקט.
ווי אויך דארף באמערקט ווערן אז די גרעסטע קרעדיט פאר די דורךפאל פין די זאליס וועלכע האבען פראבירט צו שטערן די גאנצע הצלת הבית החיים אין האבען קלאר פארלאנגט אז ס'זאל אלעס בלייבן ביים אלטען (נישט ווי זיי פארקויפן אז זיי האבען געבעטן אז ס'קומט זיך פאר זיי ענדערש, נאר זיי האבען פארלאנגט אז ס'זאל צירוקגיין אזווי ביז יעצט וואס דאס מיינט אז די ביה''ח וואלט ווייטער געווען אין א סכנה ה''י) קומט זיך פאר נישט קיין אנדערער ווי אתרא קדישא, וועלכע האט זיך שוין באקאנט געמאכט איבער די וועלט מיט זייער היפאקריטישע מהלכים ווען ס'קומט צו בתי חיים אין מ'קען מיט זיי נישט גארנישט אויפטוהן, זיי ווילן בלויז פראטעסטן וכו'